-
ציטיר
- 7
צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט
תגובה
דורך כינור
»
קען מיר איינער מסביר זיין וואס איז די טובה פון האבן אזא אקאונט? איך האב געהאט געעפנט ביי איינע פון די קאמפעניעס און איך האב עס פארמאכט.
1. מיין גאנצע מעשר האב איך אהינגעלייגט און יעדע מאל א קינד בחור צו ארימע שלעפער בעט מיר געלט און איך וויל עס טאקע געבן פון מעשר קען איך נישט ווייל זיי האבן נישט דעם תורם מאשין.
2. די דאלער ווערט נישט אויסגענוצט אינגאנצען ס'גייט אראפ פיעס.
3. ס'איז אומבאטעמט צו געבן אין שול מיט א קארטל יעדע מאל.
איך האב פשוט געעפנט נאך א באנק אקאונט און אנגעשטעלט אויף auto pay יעדע חודש, און מיין מעשר פליסט אריין אהין. איך נעם ארויס יעדע חודש צוויי קעש געלט און איך פארטייל פאר יעדן. ס'איז גרינגער ארויסצונעמען א דאלער צו קוואדער ווי יעדע מאל דארפן צולייגן א קארטל צו א מאשינקע ווען יענער בעט מיר פליז געב 18.
ווען איך האב נישט צופיל מעשר געבליבן קען איך געבן א קוואדער, און יעצט ערב פורים קען איך אריינגיין אין באנק און נעמען א פעקל צווייערס צו איינסערס ווי א מענטש.
ווען איך דארף געבן גרעסערע נתינות, נוץ איך דעם דעביט קארטל פון די מעשר אקאונט. מיין דעביט ליגט ביי ארגעניזאציעס און עס לויפט חודשליך.