זייער א שווערע טאפיק, אבער קודם וויל איך אראפברענגען דעם לשון הרמב''ם, און ווי אלע שרייבען איז דאס געווען די סיבה פארוואס ער איז געווען א דאקטער.
כל המשים על ליבו שיעסוק בתורה ולא יעשה מלאכה, ויתפרנס מן הצדקה – הרי זה חילל את השם, וביזה את התורה, וכיבה מאור הדת, וגרם רעה לעצמו, ונטל חייו מן העולם הבא; לפי שאסור ליהנות בדברי תורה בעולם הזה. אמרו חכמים, כל הנהנה מדברי תורה, נטל חייו מן העולם. ועוד ציוו ואמרו: לא תעשם עטרה להתגדל בהם, ולא קורדום לחפור בהם. ועוד ציוו ואמרו: אהוב את המלאכה, ושנא את הרבנות. וכל תורה שאין עימה מלאכה, סופה בטילה; וסוף אדם זה, שיהא מלסטם את הבריות.
[/quote][/quote][/quote]
בית יוסף על יו"ד סימן רמו הרמב"ם (פ"ג ה"י) אזדא לטעמיה בפרק ד' ממסכת אבות (ה"ה) שקרא שם תגר על ההספקות שנותנים לתלמידים ולרבנים. ואע"פ שנראה מדבריו שם שרוב חכמי התורה הגדולים שבזמנו היו עושים לא נמנע מלהשיב עליהם כמה תשובות. ובאמת לא נהגו חכמי הדורות כמותו והראיות שהביא לדבריו יש לדחותםואדרבה יש להביא ראיות להחזיק ביד הנותנים והמקבלים וכן ראוי לעשות דאם לא כן כבר היתה התורה בטלה ח"ו ועל ידי ההספקות יכולים לעסוק בתורה ויגדיל תורה ויאדיר(ישעיה מב כא). וכבר כתב והאריך הה"ר שמעון בר צמח בתשובותיו (תשב"ץ ח"א סי' קמב-קמח) לחלוק על הרמב"ם ולסתור כל דבריו ולהחזיק ביד החכמים והתלמידים הנוטלים פרס מהציבור והביא כמה ראיות מהתלמוד והמדרשות. ומכל מקום מי שאפשר לו להתפרנס ממעשה ידיו ולעסוק בתורה ודאי מדת חסידות היא ומתת אלהים היא אבל אין זו מדת כל אדם שאי אפשר לכל אדם לעסוק בתורה ולהחכים בה ולהתפרנס ממעשה ידיו. ועי' בכסף משנה שם באריכות
וע"ע ברמ"א יו"ד רמו סעיף כא ובש"ך ס"ק כ[/quote] יא יא, איך האב געברענגט נאר דעם רמב''ם בכוונה, אבער אפי' לויט די אנדערע שיטות איז אבער אויך נישט אויף א מהלך פון א כולל.
איך צווינג דיר נישט צו האלטען ווי מיר, צווינג דו מיר אויך נישט צו האלטען ווי דיר.
בכוונה אפצוקילען אידען פון שטיצען כוללים, כאטש וואס די רמב"ם איז לגמרי נישט אנגענומען להלכה, ווי די ב"י שרייבט אז די חכמי הדורות האבען זיך נישט געפירט ווי די רמב"ם???
און פון וואו נעמסטו דיין אייגען פאבריצירטע חידוש אז נישט אויף א מהלך פון א כולל??? די ישיבה פון די אוהחה"ק אין ירושלים איז נישט געווען ווי א כולל?
א יונגערמאן וואס זיצט אין כולל און איז עוסק בתורה יומם ולילה, לכה"פ נאך אפאר יאר אזוי אנגיין אין כולל, דארף לדעתי באקומען א געהעריגע געהאלט פון 1500 ביז 2000 א וואך.
חוץ פין ארץ ישראל גיבט נישט די כולל קיין געהאלט, קיינער רעדט זיך נישט איין אז מ'דארף קענען לעבן דערפון, ס'נישט מער ווי א 'קליינע' שטופ (נישט אז אין ארץ ישראל צאלט מען מער, אבער די געהאלט דארט מיט די כולל געלט קומען זיך גרינגער צאם ווי דאהי)
ס'איז ווייט פון צו זיין אמת, הלוואי וואלט דאס געווען אזוי ווי דו זאגסט, אין א''י באקומט א כולל יונגערמאן צומערקסט 2000 שקל אויף א גאנצע טאג, און זאס איז פון די שענסטע באצלט, אסאך אנדערע כוללים צאלן ווייניגער פון האלב פון די סכומים, בשעת ווען די מינימום געהאלט אויפן מארק איז בערך 6000 שקל, צו לעבען א ביליגקע לעבן דאי קאסט לפחות זעקס זיבען אלפים יעדען חודש, אפילו אזעלכע וואס זענען נאך אויף קעסט, נאר צו דינגען א דירה, און נישט אין ירושלים אדער בני ברק וואס דארטן איז דאס אסאך טייערער, קאסט ארום די דריי האלב אלפים יעדען חודש, לעקטער איז זייער טייער, עסן איז טייער, אזוי אז פון די כולל תמיכה קען מען אפילו נישט אנהייבן דעם חודש, סאיז קלאר אז מדארף אויף הייבן די תמיכה אסאך עכער, אדרבה אפשר וועט מען דא אויף אייוועלט טוהן עפעס וועגן דעם, קען מען אויף מאכן א מעטשינג קאמפיין,
איך וויל נישט אריינגיין אין קיין היסטאריע, אבער עס איז געווען פלענטי צייטען ווען אידן האבן געהאט פרנסה ברווח, און דאך זעהט מען נישט אזא בחינה ווי א כולל אדער אפילו ענדליכס.[/quote] איך וויל אויך נישט אריינגיין אין היסטאריע, אבער פלענטי צייטן אפילו פאר 150 יאר צוריק איז שוין געווען כוללים אין געוויסע שטעט, ווען רבנים האבן דאס איינגעפירט.
ס'איז נישט קיין סאך נוגע, אמאל האט מען געקענט ארבעטן, ענדיגן ש"ס און ד' חלקי שו"ע. היינט מוז מען האבן די כוללים אפילו פאר די 1 פראצענט וואס זענען יוצאים להוראה. אן די כוללים האסטו היינט נישט קיין דיינים און נישט קיין מגידי שיעור. היינט זענען שוין נישט דא קיין דיינים וואס זענען אויך דאקטוירים, געענדיגט די גוטע צייטן.
וויאזוי קען זיין אז סאטמאר וויליאמסבורג צאלט אזוי ווייניג? עפעס מאכט נישט קיין סענס דא... אפילו סאטמאר הופער צאלט כמעט דאפעלט? עפעס שטימט נישט דא. ..
די הנהלה פונעם כולל גייט מיט דער מהלך אז דער רבי זי"ע האט נישט געהאלטן פון קיין כולל און ווער עס וויל נישט זאל טאקע ארויס גיין פון כולל און דאס איז נאר געמאכט פאר איינעם וואס זיינע עלטערן צאלן אים רענט.

ס'איז אבער נישט ריכטיג. ווייל די זעלבע כולל האט בזמן רבה"ק זי"ע געצאלט פי כמה שענער לויט די דעמאלטסדיגע סטאנדארטן. מיט די כולל געלט האט מען געדעקט דעם חודש פלאס די אינשורענס פאליסי...

איך וויל נישט אריינגיין אין קיין היסטאריע, אבער עס איז געווען פלענטי צייטען ווען אידן האבן געהאט פרנסה ברווח, און דאך זעהט מען נישט אזא בחינה ווי א כולל אדער אפילו ענדליכס.
איך וויל אויך נישט אריינגיין אין היסטאריע, אבער פלענטי צייטן אפילו פאר 150 יאר צוריק איז שוין געווען כוללים אין געוויסע שטעט, ווען רבנים האבן דאס איינגעפירט.
ס'איז נישט קיין סאך נוגע, אמאל האט מען געקענט ארבעטן, ענדיגן ש"ס און ד' חלקי שו"ע. היינט מוז מען האבן די כוללים אפילו פאר די 1 פראצענט וואס זענען יוצאים להוראה. אן די כוללים האסטו היינט נישט קיין דיינים און נישט קיין מגידי שיעור. היינט זענען שוין נישט דא קיין דיינים וואס זענען אויך דאקטוירים, געענדיגט די גוטע צייטן.
ווען די רעדע איז ווען פון די וואס פלאנען צו ווערן דיינים איז א צווייטע מעשה, דער עולם דא וויל דאך אבער אז ווער עס וויל זאל האבן די געלעגנהייט זיך צו מטיל זיין על הציבור.
איך צווינג דיר נישט צו האלטען ווי מיר, צווינג דו מיר אויך נישט צו האלטען ווי דיר.
א יונגערמאן וואס זיצט אין כולל און איז עוסק בתורה יומם ולילה, לכה"פ נאך אפאר יאר אזוי אנגיין אין כולל, דארף לדעתי באקומען א געהעריגע געהאלט פון 1500 ביז 2000 א וואך.
1000%.
איך ווייס פון א געוויסע כולל אין א"י, וואס ס'זענען דארט נאר דא יונגעלייט ת"ח וואס זיצען און לערנען די גאנצע צייט, און קענען גאנץ ש"ס בע"פ, און א שיינע פראצענט פון די יונגעלייט דארט זענען עילויים וואס קענען נאך פילע מקצועות התורה ישר והפוך, און די כולל מאכט ריזיגע פאמפע ארום די וועלט, און מיט דעם אלעם צאלען זיי פאר די יונגעלייט בערך 800$ א חודש, (מיט בחינות און אנדערע זייטיגע לימודים וואס מ'לערנט צו אויף די אייגענע צייט, קען מען באקומען נאך אביסל), און פאר די יונגעלייט וואס זיי נעמען אריין די לעצטע פאר יאר צאלען זיי נאך פיל ווייניגער פון דעם.
ווייזט אויס אז ס'איז זייער שווער צו שאפען געלט פאר כוללים.
און אדרבה, מכאן תצא הקריאה אז מ'זאל שטיצן כוללים, ובפרט אזעלכע כוללים וואס זענען מיוחד פאר מצויינים, וואס ליגען אין לערנען יומם ולילה, אזוי אז די יונגעלייט זאלען קענען לערנען מיט א רואיגקייט, אן דאגות פרנסה, און אזוי בעז"ה באשיינען די מזרח פון די קומענדיגע דור.
לכוארה מאכן די מענטשן צווישן די געלט און די כולל די גרעסטע טייל פון די געלט....
נישט געזעהן וויפיל מ'צאלט אין 'תהלים-כולל'?.... היינט געשטאנען אין דבר יום ביומו, זיי צאלן צווישן 1400 און 1700 א חודש!!
מער וויפיל עס באקומט א עוסק בהויות דאביי ורבא ובעומקה של הלכה!!
מקוים געווארן מה שביקש דוד המלך ע"ה, שיהא נחשב כאילו עוסק בנגעים ואהלות... מיט א שמיץ אריבער...
דארף מען זעהן צו מ'קען מאכן אלעס אינאיינעם, תהלים כולל, כולל בוקר, כולל לפנצ"ה, כולל אחצ"ה, כולל ערב, כולל חצות, און מ'איז זוכה צו תורה וגדולה במקום אחד.

in Baltimore, Casa Granda and Chicago the pay is high
נישט יעדער נעמט אייניג, די גרויסע כוללים האבן אליינס די פראגרעם סא זיי באקומען 100% פון זייער געלט פלאס די געלט וואס זיי נעמען אראפ פון אלע קלענערע כוללים וואס נעמען די פראגראמס דורך זיי
דער כולל פון וואס מען רעדט פריער אז זיי זענען די גרעסטע נעמערס זענען (עכ"פ געווען) אונטער א ישיבה גדולה, וואס די ישיבה אליין האט אראפגעשניטן א חתיכה הראויה להתכבד פאר זיך...
נישט געזעהן וויפיל מ'צאלט אין 'תהלים-כולל'?.... היינט געשטאנען אין דבר יום ביומו, זיי צאלן צווישן 1400 און 1700 א חודש!!
מער וויפיל עס באקומט א עוסק בהויות דאביי ורבא ובעומקה של הלכה!!
מקוים געווארן מה שביקש דוד המלך ע"ה, שיהא נחשב כאילו עוסק בנגעים ואהלות... מיט א שמיץ אריבער...
דארף מען זעהן צו מ'קען מאכן אלעס אינאיינעם, תהלים כולל, כולל בוקר, כולל לפנצ"ה, כולל אחצ"ה, כולל ערב, כולל חצות, און מ'איז זוכה צו תורה וגדולה במקום אחד.
in Baltimore, Casa Granda and Chicago the pay is high
הארי פלאריהאט געשריבן:↑פרייטאג יאנואר 20, 2023 1:42 am
עמיחי האט געשריבן:
די פראבלעם איז, אז די פאר הינדרעט דאלער א חודש איז געווארן כאילו א וועיזד, מיט גאנצע'טע רולס און רעגילעישנס און מ'נעמט אראפ און מען פארהאנדלט און מען פאנטשט א קארד, "ווי כאילו מען צאלט $1500 א וואך", און ווי כאילו עס איז א ביזנעס.
וואס דארף מען צו טון מיט א יונגערמאן וואס האלט זיך נישט צו די זמני הכולל, לויט אייער מיינונג?
וואס דארף מען טוהן מיט א בחור אין ישיבה וואס שטעלט זיך נישט צו? האלט איר אז א יונגערמאן קומט אין כולל כדי צו פארדינען $700 א חודש אין אהיימגיין? ער איז פשוט נישט אפדעיטעד אז ס' זענען דא פלעצער ווי מען קען פארדינען שענער??? מאך זיך נישט נאריש איך מיין אז א ערענסטער יונגערמאן וואס קומט שפעט איז מסתמא דא א גוטע סיבה. והא ראי' אז דער אראפנעמען געלט דאזענט דא דע זשאב... און אינגערלייט שפעטיגן נאכאלץ.
דער איינציגסטע זאך וואס מאכט א אינגערמאן קומען פרי ווען ס' איז אים אנגעשטרענגט, איז ווען ער האט דער שטיפ דערצו פון דער ראש כולל, אז אפילו אויב זיינע בני בית מוטשענען זיך מיט ספציעלע אומשטענדן וואס קען זיך אמאל ציען אפאר חדשים, אדער אז ער איז געווען אויף א האלבע נאכט מיט א קינד וואס ציינדעלט, וכו' וכו'. זאל עם דער ראש כולל מחזק זיין, און זאגן איך פארשטייי דיין שוועריקייט, און אז דו גייסט יעצט אריבער א שווערע תקופה. איך וועל זיך אוודאי רעכענען מיט דעם נאר איך בעט דיר אז אנשטאט צו שפעטיגען מיט צוויי שעה, וועל איך אפרישיעטען יעדער אנשטרענגונג וואס דו מאכסט.
אבער ווען מען רעכנט עם אראפ פון דער ביסעל לחם עוני פאר יעדער שפעטיגונג, וואס עפ"י רוב איז געווען א גוטער סיבה. ווערט דער אינגערמאן "אימיון" צו דער "עונש" פון אראפנעמען געלט, און ער וועט דיר טראכטן אז ער איז נישט קיין חדר יונגעל. און ער וועט זיך שוין נישט אנשטרענגען מיט קיין כי הוא זה. אויב דאס איז וויאזוי דער הנהלה איז מחשיב א יונגערמאן וואס איז זיך מוסר נפש פאר תורה גייט ער מקיים זיין דער כמים הפנים אל פנים.
נישט חלילה ווייל ער האלט אזוי באמת, נאר ד' דברים צריכים חיזוק און בעיקר דברי תורה. און ווען א יונגערמאן באקומט דער פארקערטע פון חיזוק, וועט עס מפיע זיין אויף זיין סאבקאנשעס, אז ער זאל זיך נישט קענען אזויפיל אנשטרענגען. וואס מיט דער ריכטיגער צוגאנג וואלט דער יונגערמאן געקענט אנקומען צו אסאך מער און העכער. ווי אויך אוודאי קומען פריער.