Re: כולל תמיכה
די פאקטן האבן זיך ארויסגעשטעלט אז געלט איז זייער ווירקזאם.ביתי האט געשריבן: ↑ זונטאג יוני 04, 2023 8:38 pmוואס דארף מען טוהן מיט א בחור אין ישיבה וואס שטעלט זיך נישט צו?הארי פלארי האט געשריבן: ↑ פרייטאג יאנואר 20, 2023 1:42 amוואס דארף מען צו טון מיט א יונגערמאן וואס האלט זיך נישט צו די זמני הכולל, לויט אייער מיינונג?עמיחי האט געשריבן:די פראבלעם איז, אז די פאר הינדרעט דאלער א חודש איז געווארן כאילו א וועיזד, מיט גאנצע'טע רולס און רעגילעישנס און מ'נעמט אראפ און מען פארהאנדלט און מען פאנטשט א קארד, "ווי כאילו מען צאלט $1500 א וואך", און ווי כאילו עס איז א ביזנעס.
האלט איר אז א יונגערמאן קומט אין כולל כדי צו פארדינען $700 א חודש אין אהיימגיין?
ער איז פשוט נישט אפדעיטעד אז ס' זענען דא פלעצער ווי מען קען פארדינען שענער???
מאך זיך נישט נאריש
איך מיין אז א ערענסטער יונגערמאן וואס קומט שפעט איז מסתמא דא א גוטע סיבה. והא ראי' אז דער אראפנעמען געלט דאזענט דא דע זשאב...
און אינגערלייט שפעטיגן נאכאלץ.
דער איינציגסטע זאך וואס מאכט א אינגערמאן קומען פרי ווען ס' איז אים אנגעשטרענגט, איז ווען ער האט דער שטיפ דערצו פון דער ראש כולל, אז אפילו אויב זיינע בני בית מוטשענען זיך מיט ספציעלע אומשטענדן וואס קען זיך אמאל ציען אפאר חדשים, אדער אז ער איז געווען אויף א האלבע נאכט מיט א קינד וואס ציינדעלט, וכו' וכו'.
זאל עם דער ראש כולל מחזק זיין, און זאגן איך פארשטייי דיין שוועריקייט, און אז דו גייסט יעצט אריבער א שווערע תקופה. איך וועל זיך אוודאי רעכענען
מיט דעם נאר איך בעט דיר אז אנשטאט צו שפעטיגען מיט צוויי שעה, וועל איך אפרישיעטען יעדער אנשטרענגונג וואס דו מאכסט.
אבער ווען מען רעכנט עם אראפ פון דער ביסעל לחם עוני פאר יעדער שפעטיגונג, וואס עפ"י רוב איז געווען א גוטער סיבה. ווערט דער אינגערמאן "אימיון" צו דער "עונש" פון אראפנעמען געלט, און ער וועט דיר טראכטן אז ער איז נישט קיין חדר יונגעל. און ער וועט זיך שוין נישט אנשטרענגען מיט קיין כי הוא זה. אויב דאס איז וויאזוי דער הנהלה איז מחשיב א יונגערמאן וואס איז זיך מוסר נפש פאר תורה גייט ער מקיים זיין דער כמים הפנים אל פנים.
נישט חלילה ווייל ער האלט אזוי באמת, נאר ד' דברים צריכים חיזוק און בעיקר דברי תורה.
און ווען א יונגערמאן באקומט דער פארקערטע פון חיזוק, וועט עס מפיע זיין אויף זיין סאבקאנשעס, אז ער זאל זיך נישט קענען אזויפיל אנשטרענגען. וואס מיט דער ריכטיגער צוגאנג וואלט דער יונגערמאן געקענט אנקומען צו אסאך מער און העכער. ווי אויך אוודאי קומען פריער.
צום שלוס וויל איך פרעגן א קליינע שאלה, וואס האלט איר. אויב א יונגערמאן האט 2 אויסוואלען אדער גיין צופוס א וועג פון 20 מינוט, אדער נעמען א טעקסי און זיין מיט א פערטעל שעה פריער אין כולל, וואס זאל ער טוהן?
א יונגערמאן האט נישט קיין שום דרייוו צו קומען פופצן מינוט פריער צו שפעטער. אין ווי א דאמינא אפעקט טרעפט מען זיך צוויי חדשים אריין אין זמן, אין כולל הייבט אן צו באקומען א צורה ערשט צוועלף אזייגער. געלט איז מסדר די נושא.
דער כראנישער שלעפער קען סייווי קיינער נישט טוישן.
לגבי דיין שאלה, כ'האב נישט פארשטאנען וואס דו ווילסט ארויסברענגען.