Re: כולל תמיכה
דער קריזיס פון וואס דו רעדסט איז א אויסגעזויגענער.ביתי האט געשריבן: ↑ מאנטאג יוני 12, 2023 9:59 amאקיי, פאר צענדליגע יארן צוריק האבן כולל אדמינס זיך געזעהן מיט א פראבלעם אז יונגערלייט רומען שפעט, האבן זיי געהאט צוויי ברירות אדער משקיע זיין אין דער סטעף, אזויווי מען טוט אין ישיבות. אבער ס' קאסט א פעיראל.הארי פלארי האט געשריבן: ↑ זונטאג יוני 11, 2023 8:59 pmכ'האב שוין פריער געשריבן אז כ'האלט אויך ס'איז א פראבלעם.ביתי האט געשריבן: ↑ פרייטאג יוני 09, 2023 12:35 pmלשיטתך, אז דער שניידען געלט טוט אויף, און דער פראבלעם איז אז קליינגעלט האט נישט קיין דין געלט.הארי פלארי האט געשריבן: ↑ פרייטאג יוני 09, 2023 3:24 amסטאפ רעדן פון מאראלישע שטופ. ס'איז א בלויזע טעאריע, אן קיין שום פרוף.מחאה האט געשריבן: ↑ דאנערשטאג יוני 08, 2023 10:23 pmווער עס ווייסט פון א כולל ווי די אינגעלייט פון 5 יאר נאך די חתונה און העכער רעכענען זיך מיט די געהאלט לגבי קומען אין צייט זאל זיך מעלדן... (איך רעד נישט פון געציילטע אינגעלייט און פון די געציילטע כוללים וועלכע באצאלן שיין...) און די סיבה איז לענ"ד ווייל א אינגערמאן וואס זיצט 5 יאר נאכ'ן חתונה אין כולל איז (בדרך כלל) אזא איינער וואס זיכט צו לערנען און שטייגן נאר ער האט פארשידענע מניעות וואס וויבאלד ער האט נישט די פינאנציעלע און מאראלישע שטופ צו קומען אין צייט ממילא ווערט ער נתרשל, נאר די וועלכע האבן נאכנישט אפאר קינדער וכדו' און ער פארשטייט נישט אז בימינו איז א הונדערטער ווערד לצור ע"פ צלוחיתו ער ווערט דערשראקן. הנלענ"ד כתבתי
די סיבנ שטעלצעך קלאר ארויס, נאכן זעהן ווער עס קומט פרי אין ווער שפעט, אז 5 יאר נאך די חתונה האט דאס קליינגעלט נישט קיין דין געלט.
די גאנצע חיזוק, שטיצע, וכו' וכו' איז בלויז געהאקט אין קאפ.
פארוואס צאלט מען נישט ווי א מענטש, אז דער יונגערמאן זאל נישט קומען שפעט?
דערווייל אז ס'איז נישטא קיין פינאנצירער ליידער פאר אזא פראיעקט, איז למעשה דער מיטל פון שניידן א הכרח.
איז ממילא האט מען געטראפען א ביליגערע סיסטעם, שניידען דער כולל געלט, אדמינס האבן זיך געפאטשט דער בויך, קוקטיונגערלייט האבן אנגעהויבען קומען פרי, און ווער נישט צאהלט א פרייז, געענדיגט מיט דער מעשיות פון טרינקען קאווע און פאברענגען צייט!
יעצט נאכדעם וואס דער סיסטעם פון שניידען גייט שוין אן פאר צענדליגע יארען, איז דער צייט פון בואו חשבון. בואו נחשב חשבונו של עולם וואס זענען דער תוצאות.
- קריזיס נאנט צו קאטעסטראפע ביי כלי קודש בכלל און מלמדים בפרט,
יעדער פריוואטע ביזנעס אייגענטומער וואלט זיך אוועקגעצט מאכן א חשבון וואט'ס גאואינג ראנג, אבער אדמינס אין כולל בלעימען אז יונגערלייט קומען שפעט, און ס' איז נישטא קיין פינאנצירער...
- נישטא כמעט קיין תלמידי חכמים משכמם ולמעלה,
רבונא דעלמא כולא, יעצט האלט מען שוין ביי א קריזיס נאנט צו קאטעסטראפע ביי כלי קודש, פארוואס זעצט מען זיך נישט אוועק און זיך פרעגען דער פשוט'ער שאלה ווער גייט פסק'נען שאלות אין צען יאר ארום???
למשל, אז סאטמאר מהר"א אין לאנדאן האט געזוכט א רב, האבן זיי נישט מצליח געווען צו טרעפען קיין איין פאסיגע קאנדידאט אין דער מעגא מבצר הכוללים אין קרית יואל, צו ווי אימער סאטמאר האט נאר א בית הוראה, און געמוזט בארגען פון פאפא.
זאג מיר דו פארוואס זעצט זיך קיינער נישט אוועק טראכטען, פארוואס סאטמאר קען נישט ארויסגעבען א רב פון אזא קאליבער?
דא אויף אייוועלט קען מען נישט רעדן מיט קיין נעמען.
אבער יעדער דא קען פאר זיך מאכן דעם חשבון, אזא קריזיס איז נישט פארהאן.