סעלפאון בענדס מהו?

פארשידענע רייכע ידיעות און וויסנשאפטליכע טעאריעס

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
איל_משולש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4987
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 12, 2022 8:29 pm
לאקאציע:אמעריטשקע.
פארבינד זיך:

סעלפאון בענדס מהו?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איל_משולש »

זאג, די פאון ארבעט מיט ווערייזאן?

נאכן אנלאקן ארבעט עס אויך מיט AT&T.

און מיט ווערייזאן נישט?

דארפסט פארשטיין, עס האט נישט ווערייזאן'ס בענדס.

אקעי, לאמיר פארשטיין. וואס איז דאס די בעדס פון וואס מען רעדט דארט? אזויפיל פארשטיי איך אז מען רעדט נישט פון א בענד אויפן מאגן צו פארלירן וואג... אבער וואס יא?

לאמיר כאפן א שטיקל טינק אריין אין די וועלט פון סעליולער נעטווארק.

צוערשט דארפן מיר וויסן אז סעליולער נעטווארק ארבעט מיט ראדיא פריקווענסי.

וואס איז דאס ראדיא פריקווענסי? עס איז פארהאן די עלעקטרא-מאגנעטישן ספעקטרום פון כוואליעס וואס לויפן אין די לופט. די נידריגסטע שטאפל עלעקטרא-מאגנעטישע כוואליעס איז, ראדיא וועיווס. מיר קענען זיי נישט הערן, ווייל עס איז צו א הויכע פריקווענסי פארן אויער צו אויפכאפן. און מיר קענען זיי נישט זעהן, ווייל עס איז צו א נידריגע פריקווענסי פאר די אויגן צו זעהן. אבער זיי עקזיסטירן אין אונזער אטמאספער און טוען אויף פאר די מענטשהייט פארשידענע זאכן.

ערשטנס פשוט, די ראדיאס וואס די פייערלייט און הצלה לייט נוצן. אבער אויך אונזערע סעלפאונס און פילע אנדערע זאכן ארום אונז ארבעטן מיט ראדיא פריקווענסיס.
די ראדיא כוואליעס לויפן פון 30 Hz ביז 300 GHz. העכער דעם איז דא אנדערע עלעקטרא-מאגנעטישע שטראלן.

דער גענצער אפטיילונג הייסט טאקע די זעלבע, ראדיא פרעקווענץ, אבער עס איז צוטיילט צווישן זיינע פילע אויפגאבן וועלכע חלק גייט פאר וועם.

די כלל מיט פריקווענסיס איז, וואס א נידריגערע נומער, אלס דיקערע זאכן קען ער דורכגיין. און וואס א העכערע נומער, אלס ווייטער גייט ער. (דאס איז אויך דער סיבה אז ווען איר גייט אריבער אינדרויסן פון א חתונה זאל הערט איר נאר די בעיס, וועלכע איז א נידריגע פריקווענסי, הגם מעקעניקל פריקווענסי און נישט עלעקטרא-מאגנעטיקל, אבער דער כלל גילט ביי ביידע. און דער שבת פייף הערט זיך גאר ווייט, אבער ער גייט נישט דורך קיין דיקע ווענט. ואכמ"ל.)

די ספעקטרום פון די ראדיא כוואליעס איז צוטיילט אין טשענעלס און אין בענדס. (יא, די בענדס צו וואו אונז וויל מיר צוקומען.)

דער בעל הבית אויף די אלע טשענעלס און בענדס אין אמעריקע, איז די FCC. פעדעראלע קאמיוניקאציע קאמיסיע. זיי גיבן ארויס די טשענעלס און בענדס לויט וויאזוי זיי זעהן פאר ריכטיג. לדוגמא, וועלכע פריקווענסי גייט פאר די עמערדזשענסי סערוויסעס ראדיאס, וואס גייט פאר סעלפאון סערוויס, וואס גייט פאר אלע IOT סארט זאכן, און אזוי ווייטער.

די חלק פון עמערדזשענסי סעוויסעס איז זייער א קליינע, ווייל יעדע געגנט דארף נאר זיך דעקן. און מ'נעמט די נידריגע פריקווענסיס וואס גייען נישט צו ווייט, דאס צוטיילט מען אין יעדע געגנט צווישן אלע עמערדזשענסי סערוויסעס, און וויבאלד עס גייט נישט ווייט, קען א געגנט עטליכע מייל ארויפציר נוצן די זעלבע פריקווענסי.

העכער דעם איז דא א חלק וואס גייט פאר למשל די סטעיט פאליציי, וואס זיי דארפן דעקן א גרעסערע געגנט, און עס ווערט אויפגעשטעלט 'ריפיעטערס' וואס ריפיעטן איבער די קלאנג וואס ער באקומט פון די פאריגע סטאנציע.

העכער דעם איז דא די ערשטע דור פון סעליולער סערוויס. דער ערשטער דור פון סעלפאונס (1G) האט געארבעט אויף א רעלאטיוו נידריגע פריקווענסי, און וויבאלד עס איז נישט געווען קיין סאך מאשינען וואס האבן געדארפט ווערן געדעקט, איז עס געווען גענוג, הגם עס האט געהאט זייער א קליינע bandwidth. דאס הייסט אזוי. יעדע געשפרעך, דארף ווערן געפירט אויף א באזונדערע טשענעל. גאנץ פארשטענדליך, ווייל אויב נישט גייט מען זיך הערן פון איין מענטש צום צווייטן... צווישן יעדע טשענעל איז דא ליידיג פלאץ פאר נאך א האלבע טשענעל, אז עס זאל זיך נישט בטעות אריבער הערן פון איין טשענעל צום צווייטן. א טשענעל איז 12 HZ, און נאך זעקס צווישן די און די נעקסטע. דאס הייסט אז מען דארף רעכענען 18 HZ פער טשענעל.

1G האט געהאט גאר ווייניג טשענעלס רעלאטיוו צו וואס עס איז פארהאן אינעם ספעקטרום. עס איז געווען ארויסגעגעבן דורך די FCC פאר די טעלעפאן קאמפאניס, יעדע סערוויס פראוויידער האט באקומען א סכום פון טשענעלס וואס ער האט פארדינגען פאר זיינע קליענטן.

דאס האט אבער נאר אנגעהאלטן ביז א סעלפאון איז געווארן א נחלת הכלל. ווען עס איז געווארן אז יעדער שמויגער דרייט זיך מיט א כלי אין טאש, האט מען זיך געטראפן מיט א פראאבלעם. מען דארף אפטמאל ווארטן אויף א אוועילעבל טשענעל. עס איז נישטא גענוג אויף נאצוקומען דעם פארלאנג. דאן איז אריין געברענגט געווארן דער צווייטער דור (2G) טעכנאלאגיע וועלכע האט געהאט פיל א גרעסערע bandwidth, און אסאך מער פלאץ פאר נאך טשענעלס. אבער נישט לאנג דערויף איז מען צוריק געקומען ווי מען איז געשטאנען, און זיך געטראפן אז עס איז נישט דא גענוג פלאץ פארן ברייטן ציבור. די FCC האט נאך א צייט שלעפן מיט ביוראקראטישע פראצעדורן אנגעהויבן צו פארדינגען 'בענדס', דאס איז א ברייטערע שטח פון עטליכע טשענעלס איינס נעבן דאס אנדערע, פון דעם דריטן דור (3G) טעכנאלאגיע. עס איז דאן געווען א גרויסער דורכברוך, ווייל עס איז צוגעקומען מער טשענעלס ווי 1G און 2G צוזאמען אויף איינמאל. אבער נאך עטליכע יאר ווייס מיר אלע וואס עס האט פאסירט, מען איז ווידעראמאל אויסגעלאפן פון bandwidth. דאן איז אריין געברענגט געווארן דער נייער פערטער דור טעכנאלאגיע, דער באקאנטער 4G וואס ער האט געהאט ממש אנלימיטעד bandwidth...

ביז אהער איז יעדע נייער דור געקומען מיט נייע ספידס יעדעס מאל שנעלער און נאך שנעלער.

דער נייער 4G איז געווארן צוטיילט צווישן די גרויסע קעריערס, נעמליך, ווערייזאן, טי-מאביל, און AT&T. יעדער באקומט פארשידענע בענדס. אביסל פון אויבן, וואס איז א משהו שנעלער, און אביסל פון מער אונטן, פאר די וואס צאלן אביסל ביליגער...

יעדער פון די גרויסע קעריערס פארדינגט פון זייער bandwidth פאר קלענערע MVNO'ס. וואס זיי פארמאגן נישט קיין TOWERS, נאר נוצן די גרויסע קעריערס. למשל טרעקפאון, יו. עס. מאביל, און נאך אנדערע אויף ווערייזאן. אלטרא מאביל אויף טי-מאביל א.א.וו. די אלע קלענערע באקומען געווענטליך שוואכערע פריאריטעט סערוויס אויף די גרויסע טאוערס.

יעצט לעינינו.

א סעלפאון כאפט נישט אליין קיין סערוויס. פינטל.

עס דארף האבן סיי די ריכטיגע הארדוועיר, און סיי די ריכטיגע סאפטוועיר.

אין הארדוועיר מיינט עס א טשיפ וואס כאפט אויף די ראדיא סיגנאלן, און אין סאפטוועיר מיינט עס אז דער כלי זאל זיין ביכולת אפצוטייטשן וואס ער הערט אויף די טשיפס.

אבער עס איז נישט פארהאן איין טשיפ פאר אלע פריקווענסיס. יעדע בענד איז אויף א באזונדערע טשיפ. אזוי אז ווען איינער פאבריצירט א פאון, דארף ער באשליסן וועלכע בענדס ער פלאנט צו נוצן, און ער דארף אינסטאלירן די נויטיגע טשיפס.

איי, פארוואס נישט גלייך לייגן איבעראל אלע? עס איז נישט קיין מהלך צו לייגן אלע. קודם עס קאסט געלט יעדע טשיפ. און אויך גייט די פאון וועגן אסאך. און אזוי אויך וועט דער פאון ארויסגעבן צופיל ראדיאציע לויט די געזעצן פון די FCC, און נאך עטליכע קלענערע און גרעסערע פראבלעמען.

איז בלייבט איבער צו אינסטאלירן די וואס מען האלט אז מען גייט נוצן, און הערשט דאן, ווען טעכניש איז עס שוין מעגליך צו ארבעטן מיט וועם מען וויל עס זאל ארבעטן, קען מען זיך נעמען ארבעטן אויף אפראוועלס פון די קעריער אז זיי זאלן לאזן נוצן זייער נעטווארק.

און חוץ פון דעם איז דא אמאל ווען א קעריער קויפט אפ א שיפמענט פון א פאון, און לאקט עס צו זייער סערוויס. אין אזא פאל האט עס יא די נויטיגע טשיפס, אבער די סאפטוועיר איז פארשלאסן פון קאמיוניקירן מיט אנדערע נעטווראק קעריערס. און דאס איז וואס מען הערט אז נאכן אנלאקן ארבעט עס נאכאלס נישט מיט אלע קעריערס. עס האט נישט די טשיפס פון אלע, און די וואס יא, איז געלאקט.

הצלחה רבה.

געשריבן געווארן אין איילעניש, אויב זעט איר טעותים, ביטע פאריכטן.
דער שרייבער ווארט אויף אייער פידבעק! לאזט אייך הערן דא אינעם אשכול!
as of my info.
מפתח
הנקודה והקו והשטח אינם במציאות, אבל הם מחוברים אל המציאות. כי השטח הוא קצה הגשם והקו הוא קצה השטח והנקודה הוא קצה הקו...
(איל משולש להגר''א מווילנא)
אבנים טובות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 314
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 18, 2022 1:06 pm

Re: סעלפאון בענדס מהו?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבנים טובות »

שכח און מזל טוב
נישט ווער עס לאכט איז פרייליך
נישט ווער עס איז פרייליך לאכט

נעם דיין עתיד און צוקלאפ מיט דעם דיין עבר
נעם נישט דיין עבר און צוקלאפ מיט דעם דיין עתיד
אוועטאר
חיים שטיין
שר האלפיים
תגובות: 2183
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 24, 2022 7:09 pm

Re: סעלפאון בענדס מהו?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים שטיין »

א גרויסן יישר כח, איך האב הנאה געהאט צו ליינען.

געוויסע זאכן קען מען נאך צונעמען עקסטער וויאזוי עס גייט, אבער פאר אן התחלה איז דאס זייער פיין
מצילי אש דראקלענד-845.426.9111
פארווייטאגט
שר האלפיים
תגובות: 2057
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 14, 2019 1:29 pm

Re: סעלפאון בענדס מהו?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארווייטאגט »

אהה...
יעצט פארשטיי איך שוין...

צוביסליך, צוביסליך.

אפשר איון טאג וועל איך שוין אלעס וויסן.

א דאנק.
j718
שר חמש מאות
תגובות: 889
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 18, 2016 3:14 pm
לאקאציע:אין בוידעם

Re: סעלפאון בענדס מהו?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך j718 »

wow thank
איש יהודי בשושן האט געשריבן: מאנטאג מאי 09, 2022 5:36 pm


שרגי געשטעטנער האט געזאגט קוק אריין און מיינע אויגן…
די אויגן האבן שוין נישט געזעהן קיין איין ראיה אסורה פאר איבער פינעף יאר!!



ל"נ שרגא אליהו בן חיים אליעזר דוד
אוועטאר
יעקב פריינד
שר ששת אלפים
תגובות: 6663
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 07, 2017 8:46 pm

Re: סעלפאון בענדס מהו?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקב פריינד »

הערליך שיין צונומען די גאנצע נושא! איל בתוקפו!!

יישר כח! און מזל טוב פאר שר האלפים!
אוועטאר
שלג כצמר
שר האלף
תגובות: 1466
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 15, 2020 2:43 pm

Re: סעלפאון בענדס מהו?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלג כצמר »

א גרויסן דאנק ר' @איל!

שיין צונומען!!
זייער אינטערעסאנט.

---
פון "די ראדיא" (פוי) האסטו נישט גערעדט.
דארט קען מען טאקע צומאל הערן ווי עס מישט זיך אריין אנדערע טשענעלס.

און וואס איז מיט די קינדער'ס "וואקי-טאקי"?
אוועטאר
אלטע מלמד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 300
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 21, 2020 5:21 pm

Re: סעלפאון בענדס מהו?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטע מלמד »

פארווייטאגט האט געשריבן:
אהה...
יעצט פארשטיי איך שוין...

צוביסליך, צוביסליך.

אפשר איון טאג וועל איך שוין אלעס וויסן.

א דאנק.
גאמ
[email protected]
סלאווא אוקראיני
הישר והטוב
שר העשר
תגובות: 37
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 14, 2021 4:19 pm

Re: סעלפאון בענדס מהו?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הישר והטוב »

יישר כח
זייער שיין און קלאר
וואס איז מיט 5g און וואס איז די שייכות מיט די עראפלאנען
אוועטאר
הארזים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5598
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אקטאבער 24, 2020 11:20 pm

Re: סעלפאון בענדס מהו?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארזים »

זייער אינטערסאנט, קלאר געשריבן ווי אייביג, שכח!
"מסורה" איז ביי מיר די ערשטע זאך!

אוועטאר
ארי בארי
שר מאה
תגובות: 224
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 08, 2022 9:51 pm

Re: סעלפאון בענדס מהו?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארי בארי »

זיי געזונט...
אוועטאר
דער צופרידענער חיים
שר האלף
תגובות: 1718
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 14, 2022 7:46 pm

Re: סעלפאון בענדס מהו?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער צופרידענער חיים »

הישר והטוב האט געשריבן:
יישר כח
זייער שיין און קלאר
וואס איז מיט 5g און וואס איז די שייכות מיט די עראפלאנען
כ גלייב אז איל משולש וועט אריינקומען מיט נאך אן אנאליז איבער דעם.

אבער אין קורצן איז, אז פייוו דשי איז ערמעגליכט צו נוצן גאר ברייטע טשאננעל בענדס ברייט 100 MHz און עס קען ביז 128x128 MIMO ווי אויך וועט עס זיין sub. 10 ms latency, משא"כ LTE טשאננעל בענדס איז לימיטעד צו 20 MHz און עס קען נאר ביז 4x4 MIMO.און די latency איז אין די teen range.

MIMO איז פאר multiple input multiple output, ואידך פרישא זיל ג"וגל.
#ווייל_איך_בּין_א_מיינד_פאון_איד


קנאפער ידען האט געשריבן:
@דער צופרידענער חיים זאגט גוט ווי אלעמאל.


באקסער בוים
שר האלף
תגובות: 1860
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 31, 2017 12:41 pm

Re: סעלפאון בענדס מהו?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באקסער בוים »

שכח הרב איל משולש! הערליך צולייגט!
איך האב בכלל נישט קיין מיינונג איבער די נושא, ס'איז זשאסט געשריבן אין די וועלט אריין.
אוועטאר
Unidentified
שר חמש מאות
תגובות: 967
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 29, 2021 11:14 am
פארבינד זיך:

Re: סעלפאון בענדס מהו?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Unidentified »

יא יא ווידער האט גוט באשריבן
אוועטאר
יצחק אייזיק
שר תשעת אלפים
תגובות: 9998
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 02, 2020 2:25 pm

Re: סעלפאון בענדס מהו?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק אייזיק »

הערליך שיין און קלאר!!
הנה תגובתי לפניך, קח ולייק
אוועטאר
אדם א מענטש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3805
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 12, 2019 6:09 pm

Re: סעלפאון בענדס מהו?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדם א מענטש »

ייש"כ זייער שיין, הערליך,
נישט קלאר פארשטאנען די יסודות אבער געכאפט די עיקר שבו נעמליך פארוואס א סעלפאון איז געלאקט נאר צו א געוויסע קעריער.
viewtopic.php?t=60197#p4070194
oahmentchאצלgmail.com
אליעזר ווייס
שר האלף
תגובות: 1559
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 20, 2022 3:00 pm

Re: סעלפאון בענדס מהו?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליעזר ווייס »

א ריזיגע ש'כח פארן אנרירן די נושא
שױן כמה פעמים אריינגעהאקט אין דעם
נאר וואס איך וויל וויסן פארוואס יעדע אמעריקאנער אנלאקט סעלפאון ארבעט אין ארץ ישראל מיט נישט קיין חילוק וועלעכע סערוויס
לכאורה האבן זיי אויכעט בענדס דארט
אין אמעריקע ארבעט עס נאר מיט ווערייזן און אלעס וואס איז אינטער ווערייזען, און א''י ארבעט עס מיט אלעס, ווי אזוי קען זיין אזא זאך?
אוועטאר
יעקב פריינד
שר ששת אלפים
תגובות: 6663
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 07, 2017 8:46 pm

Re: סעלפאון בענדס מהו?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקב פריינד »

איל, איך וויל פארשטיין, לויט דעים וואס דו זאגסט וועט א אנלאקד סעלפאון ארויסגעבן מער ראדיאציע? ווייל עס האט מער טשיפס?

איז עס טאקע אזוי?
אוועטאר
איל_משולש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4987
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 12, 2022 8:29 pm
לאקאציע:אמעריטשקע.
פארבינד זיך:

Re: סעלפאון בענדס מהו?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איל_משולש »

יעקב פריינד האט געשריבן:
איל, איך וויל פארשטיין, לויט דעים וואס דו זאגסט וועט א אנלאקד סעלפאון ארויסגעבן מער ראדיאציע? ווייל עס האט מער טשיפס?

איז עס טאקע אזוי?
ווען עס האט מער בענדס, גיבט עס ארויס מער ראדיאציע. די פוינט איז נישט צו עס איז אנלאקד, ווייל ווען עס איז לאקד גיבט עס ארויס די זעלבע סאך.
אבער עס איז רעגולירט דורך די FCC, דארפסט זיך נישט זארגן...
as of my info.
מפתח
הנקודה והקו והשטח אינם במציאות, אבל הם מחוברים אל המציאות. כי השטח הוא קצה הגשם והקו הוא קצה השטח והנקודה הוא קצה הקו...
(איל משולש להגר''א מווילנא)
אוועטאר
יעקב פריינד
שר ששת אלפים
תגובות: 6663
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 07, 2017 8:46 pm

Re: סעלפאון בענדס מהו?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקב פריינד »

איל משולש האט געשריבן:
יעקב פריינד האט געשריבן:
איל, איך וויל פארשטיין, לויט דעים וואס דו זאגסט וועט א אנלאקד סעלפאון ארויסגעבן מער ראדיאציע? ווייל עס האט מער טשיפס?

איז עס טאקע אזוי?
ווען עס האט מער בענדס, גיבט עס ארויס מער ראדיאציע. די פוינט איז נישט צו עס איז אנלאקד, ווייל ווען עס איז לאקד גיבט עס ארויס די זעלבע סאך.
אבער עס איז רעגולירט דורך די FCC, דארפסט זיך נישט זארגן...
ווי איך האב פארשטאנן צו האבן א אנלאקד דעווייס דארף עס האבן מער אדער א בעסערע טשיפ צו קענען דערהייבן די בענדס, טראגט דעיס נישט מער ראדיאציע?

עפעס פארשטיי איך נישט קלאר?
אוועטאר
איל_משולש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4987
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 12, 2022 8:29 pm
לאקאציע:אמעריטשקע.
פארבינד זיך:

Re: סעלפאון בענדס מהו?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איל_משולש »

הישר והטוב האט געשריבן:
יישר כח
זייער שיין און קלאר
וואס איז מיט 5g און וואס איז די שייכות מיט די עראפלאנען
די סיבה פון גיין צו 5G, איז ווייטער bandwidth. נאר ביז אהער איז עס יעדע מאל געווארן יעדע דור אסאך שנעלער ווי זיינע פארגייער, אבער פייוו דזשי איז נישט קיין סאך שנעלער. אבער עס איז אסאך ברייטער.
as of my info.
מפתח
הנקודה והקו והשטח אינם במציאות, אבל הם מחוברים אל המציאות. כי השטח הוא קצה הגשם והקו הוא קצה השטח והנקודה הוא קצה הקו...
(איל משולש להגר''א מווילנא)
אוועטאר
איל_משולש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4987
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 12, 2022 8:29 pm
לאקאציע:אמעריטשקע.
פארבינד זיך:

Re: סעלפאון בענדס מהו?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איל_משולש »

יעקב פריינד האט געשריבן:
ווי איך האב פארשטאנן צו האבן א אנלאקד דעווייס דארף עס האבן מער אדער א בעסערע טשיפ צו קענען דערהייבן די בענדס, טראגט דעיס נישט מער ראדיאציע?

עפעס פארשטיי איך נישט קלאר?
לאקד מיינט אז עס האט די בענדס, נאר עס איז פארשפארט. דעמאלט גיבט עס ארויס די זעלבע מאס ראדיאציע ווען עס איז אפן ווי ווען עס איז צוגעשפארט. מה שאין כן ווען עס האט כלל נישט לדוגמא ווערייזאנס בענדס, גיבט עס ארויס ווייניגער.
as of my info.
מפתח
הנקודה והקו והשטח אינם במציאות, אבל הם מחוברים אל המציאות. כי השטח הוא קצה הגשם והקו הוא קצה השטח והנקודה הוא קצה הקו...
(איל משולש להגר''א מווילנא)
אוועטאר
טאטעטריא
שר האלף
תגובות: 1516
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 03, 2023 12:26 am
לאקאציע:נישט דא!

Re: סעלפאון בענדס מהו?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טאטעטריא »

שכויח איל!!

סאליד דזשאב, הערליך און קלאר צילייגט!
The quick brown fox jumps over the lazy dog
אוועטאר
טאטעטריא
שר האלף
תגובות: 1516
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 03, 2023 12:26 am
לאקאציע:נישט דא!

Re: סעלפאון בענדס מהו?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טאטעטריא »

דער צופרידענער חיים האט געשריבן:
הישר והטוב האט געשריבן:
יישר כח
זייער שיין און קלאר
וואס איז מיט 5g און וואס איז די שייכות מיט די עראפלאנען
כ גלייב אז איל משולש וועט אריינקומען מיט נאך אן אנאליז איבער דעם.

אבער אין קורצן איז, אז פייוו דשי איז ערמעגליכט צו נוצן גאר ברייטע טשאננעל בענדס ברייט 100 MHz און עס קען ביז 128x128 MIMO ווי אויך וועט עס זיין sub. 10 ms latency, משא"כ LTE טשאננעל בענדס איז לימיטעד צו 20 MHz און עס קען נאר ביז 4x4 MIMO.און די latency איז אין די teen range.

MIMO איז פאר multiple input multiple output, ואידך פרישא זיל ג"וגל.
אידיש פליז...
The quick brown fox jumps over the lazy dog
אוועטאר
איל_משולש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4987
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 12, 2022 8:29 pm
לאקאציע:אמעריטשקע.
פארבינד זיך:

Re: סעלפאון בענדס מהו?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איל_משולש »

טאטעטריא האט געשריבן:
אידיש פליז...
viewtopic.php?p=4057694#p4057694
as of my info.
מפתח
הנקודה והקו והשטח אינם במציאות, אבל הם מחוברים אל המציאות. כי השטח הוא קצה הגשם והקו הוא קצה השטח והנקודה הוא קצה הקו...
(איל משולש להגר''א מווילנא)
שרייב תגובה

צוריק צו “ידיעות און וויסנשאפט”