גייט איר מיט א שטריימל ביי א וואכנאכט ?
און בכלל פארוואס גייט מען יא אדער ניין מיט א שטריימל ביי א וואכנאכט.
אבער כ'זעה אז דער איד דעלי האט פונקט די וואך דאס געמאכט פאר די אנקעטע טא ברענג איך עס אראפ אין זייערע ווערטער און לאמיר עס דיסקוסירן...
איין זאך איז זיכער אז אויב גייט מען היינט מיט א שטריימל ביי א חברס חתונה פארוואס זאל מען נישט גייןדערמיט ביי א וואכנאכט ?דער וואכנאכט און דער שטריימל
פאר אונזער אנקעטע טעמע היינטיגע וואך וועלן מיר אביסל פארקירעווען פון די געווענליכע טעמעס וועלכע האבן שייכות מיט די נייעס העדליינס אדער מיט א ספּעציפישע געשעעניש אדער אנגייענדיגע אנטוויקלונג אין דער היימישער גאס. מיר וועלן זיך אנשטאט באציען מיט א פראגע אין פארבינדונג מיט אידישע שמחות ב"ה – און דאס איז דער איינפיר אז די זיידעס גייען אנגעטאן מיט א שטריימל און בעקיטשע ביים וואכנאכט פון אן אייניקל.
עס זענען פארהאן פון ביידע עקסטרעמען. פון איין זייט אזעלכע וואס אפילו דער אבי הבן טוט זיך נישט אן דעם שטריימל און בעקיטשע ביים וואכנאכט, נאר לאזט דאס איבער פאר אינדערפרי צום ברית מילה פונעם קינד. פון די אנדערע זייט זענען דא אזעלכע וואס יעדער גייט מיט א שטריימל, אפילו די זיידעס, די עלטער-זיידעס און אזוי ווייטער. אינדערמיט זענען דא די וואס דער אבי הבן גייט אנגעטאן מיט א שטריימל, אבער נישט די זיידעס און עלטער-זיידעס.
ס'קען זיך אסאך מאל מאכן מערקווירדיג ווען מ'איז א זיידע ביי א וואכנאכט און מ'קומט מיט'ן שטריימל און דער מחותן, דער זיידע פון די אנדערע זייט, קומט אנעם שטריימל, אדער פארקערט. די אלע זאכן פירט זיך יעדער ווארשיינליך לויט וויאזוי ער האט געזען ביי זיינע עלטערן, נהרא נהרא ופּשטי', און ס'האט מסתמא מקורות און מנהגים מעגליך פון חצרות צדיקים, און ס'איז אינטערעסאנט צו זעהן יעדער לויט זייערע פירונגען.
איז אלזא די פראגע צו די חשוב'ע ליינער:
וויאזוי פירט מען זיך אין אייער משפּחה איבער'ן שטריימל ביים וואכנאכט?
און נאכדערצו היינט ווען די שטריימל איז א יופי און מ'טוט עס נישט נאר אן פאר די הייליגקייט דערפון (אידישלייט גליון אלערט) איז זיכער אז מ'דארף פשטות יא גיין דערמיט.
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער