הילף מיט א ביזנעס נאמען
די אחראים: זייער נייגעריג , אחראי , עמעזאן
איך וויל עפענען א קאמפאני איך זיך א גיטע נאמען פאר די קאמפעני . ווייסט איינער וואס טיט אין נעמען ?
Re: הילף מיט א ביזנעס נאמען
מארקעטינג קאמפאניס, די שאלה צו ס'לוינט זיך...
איך ווייס פון איינעם וואס האט גענוצט Pivot Group און די נאמען אליינס האט געקאסט שווערע אלפים, נאך בעפאר די לאגא און דיזיין.
איך ווייס פון איינעם וואס האט גענוצט Pivot Group און די נאמען אליינס האט געקאסט שווערע אלפים, נאך בעפאר די לאגא און דיזיין.
ניק איז אומאקטיוו.
פאר סיי וואס קען מען שיקן א אימעיל צו: [email protected] ,
ווי אויך גייט די אישי קעסטל ווערן געליינט מפעם לפעם.
אפיציעלע לעצטע תגובה
פאר סיי וואס קען מען שיקן א אימעיל צו: [email protected] ,
ווי אויך גייט די אישי קעסטל ווערן געליינט מפעם לפעם.
אפיציעלע לעצטע תגובה
- להחיות
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4151
- זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 01, 2021 12:40 pm
- לאקאציע:ביי די גמרא
Re: הילף מיט א ביזנעס נאמען
אויב האסטו גוטע חברים וואס פארשטייען אביסל און זענען דיך גרייט צו העלפן, קענסטו דיך שפארן אסאך געלט
ווייל מיר גלייבן אז ס'איז אלעס חסדים, ווייל מאתו לא תצא הרעות ,אבער מיר טוען צו דעם נישט טויגן ,מיר ווילן זעהן מיט די אייגענע אויגן ,דיינע חסדים וואס זענען אזוי גרויס
להחיות איז ראשי תיבות: הראנו ד' חסדך וישעך תתן לנו (קרעדיט: לכאורה)
להחיות איז ראשי תיבות: הראנו ד' חסדך וישעך תתן לנו (קרעדיט: לכאורה)
- צהלתו בפניו
- שר האלף
- תגובות: 1590
- זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 15, 2020 8:02 pm
- לאקאציע:אין מיין קאמפארט זאון
Re: הילף מיט א ביזנעס נאמען
ווייסעך נישט וואו דו געהערסט אבער מעין זה איז באקאנט איבער די געוועזענע סענדערס היט סטאר אין קרית יואל, ווען ער האט זיך איבערגעפרישט און געטוישט לאקאציע וכו' איז ער אריין צו זיין רבי, זיין רבי האט אים געזאגט אז ער זאל זיך געבן א נאמען טוב און דערמיט וועט ער אי"ה מצליח זיין, ער איז געווען אזוי פארלוירן... האט אים א חבר גע'עצה'ט אז ער זאל פרעגן דעם רבי'ן אויב ער מעג צולייגן אותיות, האט דער רבי מסכים געווען און ער האט זיך א נאמען געגעבן העטוב
סאו אויב האסטו א רבי אין וועם דו ביסט מקושר קענסטו אים אויך פרעגן...
סאו אויב האסטו א רבי אין וועם דו ביסט מקושר קענסטו אים אויך פרעגן...
- שטארק זיך
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8102
- זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
- לאקאציע:ביים נעקסטן שטאפל
Re: הילף מיט א ביזנעס נאמען
אפשר פרוביר מיר דא אינאיינעם...
ווער איז ׳אין׳ פאר די טשאלאנדזש?
ווער איז ׳אין׳ פאר די טשאלאנדזש?
דער פראבלעם איז קיינמאל
דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
- שטארק זיך
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8102
- זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
- לאקאציע:ביים נעקסטן שטאפל
Re: הילף מיט א ביזנעס נאמען
און ס׳יז א גוטע נאמען?צהלתו בפניו האט געשריבן:ווייסעך נישט וואו דו געהערסט אבער מעין זה איז באקאנט איבער די געוועזענע סענדערס היט סטאר אין קרית יואל, ווען ער האט זיך איבערגעפרישט און געטוישט לאקאציע וכו' איז ער אריין צו זיין רבי, זיין רבי האט אים געזאגט אז ער זאל זיך געבן א נאמען טוב און דערמיט וועט ער אי"ה מצליח זיין, ער איז געווען אזוי פארלוירן... האט אים א חבר גע'עצה'ט אז ער זאל פרעגן דעם רבי'ן אויב ער מעג צולייגן אותיות, האט דער רבי מסכים געווען און ער האט זיך א נאמען געגעבן העטוב
סאו אויב האסטו א רבי אין וועם דו ביסט מקושר קענסטו אים אויך פרעגן...
דער פראבלעם איז קיינמאל
דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
- צהלתו בפניו
- שר האלף
- תגובות: 1590
- זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 15, 2020 8:02 pm
- לאקאציע:אין מיין קאמפארט זאון
Re: הילף מיט א ביזנעס נאמען
פרעג אים אויב ער איז מצליח...שטארק זיך האט געשריבן:און ס׳יז א גוטע נאמען?
די שאלה אין מיין פאל - נישט דער פותח האשכול - איז, צו ער דארף דעם נאמען, אדער ער דארף הצלחה אין די ביזנעס?
Re: הילף מיט א ביזנעס נאמען
צומאל דארף מען עפענען די ביזנעס נאר צו קענען פינאנצירן די קאסטן פון די נאמען, לאגא און מארקעטינג… די דגוש וואס מ׳לייגט היינט אויף די חיצוניות פון די ביזנעס איז היינט צוטאגס רידיקיעלעס.
השם יתברך תמיד אוהב אותי ותמיד יהיה לי רק טוב
Re: הילף מיט א ביזנעס נאמען
און קאנסאלטינג...בניהו האט געשריבן:צומאל דארף מען עפענען די ביזנעס נאר צו קענען פינאנצירן די קאסטן פון די נאמען, לאגא און מארקעטינג… די דגוש וואס מ׳לייגט היינט אויף די חיצוניות פון די ביזנעס איז היינט צוטאגס רידיקיעלעס.
- צהלתו בפניו
- שר האלף
- תגובות: 1590
- זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 15, 2020 8:02 pm
- לאקאציע:אין מיין קאמפארט זאון
Re: הילף מיט א ביזנעס נאמען
כ'בין נישט קיין קאנסאלטענט און כ'פארשטיי נישט צו קיין ביזנעס, און כ'ווייס נישט וואספארא סארט ביזנעס דו ווילסט עפענען, אבער באזירט וויאזוי איך נוץ ביזנעסעס אין סערוויסעס, איז 1) אויב שייך ברענג ארויס וואס דו טיסט אין דיין נאמען, למשל א קאר וואש, "דער קארוואשער" וכוד'
2) עס זאל זיין געשמאק ארויסצוזאגן, דהיינו נישט "די קאר וואש פון די ראודס", נאר "קארוואשער"
3) אין דיין לאגא זאל שטיין אין קורצן בדיוק וואס דו טוסט, נישט אז מען זאל פארשטיין אז דו טוסט עפעס ענליך צו דיין דזשאב.
כ'האב אמאל געארבעט אין א ביזנעס וואס אויף די לאגא איז געשטאנען א ווארט ענליך צו יענעמ'ס סערוויס, אבער נישט די ווארט וואס די המון עם נוצט געווענליך צו באצייכענען די סערוויס, און עס איז געווען יענע קאפוויי צו מסביר זיין פאר די מענטשן וואס די סערוויס איז גענוי.
אז דו וועסט טון דיין ארבעט גוט, מאכט שוין נישט אויס צופיל די נאמען, מיינסט טאקע אז איך קויף גאלדענטעיסט ווייל זייער נאמען זאגט אז ער האט א גאלדענע טעיסט? ניין! איך קויף ווייל כ'האב געטעיסט זיינע פראדוקטן און געוויסע פראדוקטן וואס איך גלייך פון אים קויף איך רעגלמעסיג, און די זאכן וואס איך גלייך נישט פון אים קויף איך ביי א צווייטן, וכן ההלכה לגבי מעדנים, טוב טעם, וכו'
אויב מיינסטו צו טארגעטן א געוויסע קרייז, געגנט וכוד' מעג גענומען ווערן אין באטראכט אריינצולייגן די קולטור אין דיין לאגא צב"ש בני דרום האט פעפער וויל מסתמא רייטן פאר די זרעילי ליב האבער, וכוד'
(חוץ אויב די גייסט אנליין אדער אויף געוויסע ליסטעס, לוינט זיך אפשר אנצוהייבן די נאמען מיט א א' אדער א ב' אן עי אדער א בי...)

איז דא א עיצה נישט נישט צי דארפען בייצאלען שווערע אלפים . ווייסט איינער וואס טיט נאר נעמען ?Thank you האט געשריבן:מארקעטינג קאמפאניס, די שאלה צו ס'לוינט זיך...
איך ווייס פון איינעם וואס האט גענוצט Pivot Group און די נאמען אליינס האט געקאסט שווערע אלפים, נאך בעפאר די לאגא און דיזיין.
Re: הילף מיט א ביזנעס נאמען
איז דא א עיצה נישט נישט צי דארפען בייצאלען שווערע אלפים . ווייסט איינער וואס טיט נאר נעמען ?Thank you האט געשריבן:מארקעטינג קאמפאניס, די שאלה צו ס'לוינט זיך...
איך ווייס פון איינעם וואס האט גענוצט Pivot Group און די נאמען אליינס האט געקאסט שווערע אלפים, נאך בעפאר די לאגא און דיזיין.
- צהלתו בפניו
- שר האלף
- תגובות: 1590
- זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 15, 2020 8:02 pm
- לאקאציע:אין מיין קאמפארט זאון
Re: הילף מיט א ביזנעס נאמען
אויב טוט ער נאר נעמען דאן נעמט ער מסתמא אסאך...הטוב הטוב האט געשריבן:איז דא א עיצה נישט נישט צי דארפען בייצאלען שווערע אלפים . ווייסט איינער וואס טיט נאר נעמען ?
גיי צו א מארקעטער וואס דו האלטסט אז ער קען זיין פאך און בעט אן עסטימעיט
(למשל איך וואלט ווען געבעטן דיפיעמדזשי פון קרית יואל)
Re: הילף מיט א ביזנעס נאמען
You can send me in Ishy your type of business and industry, and I can try to help you out
Re: הילף מיט א ביזנעס נאמען
על פי רוב איז א שאד צו צאלן פאר א נאמען שמועס מיט דיין ווייב און חברים סערטש אביסל דיין ליין וועלכע ווערטער מען נוצט נאך עטליכע טעג וועט האבן א נאמען בדוק ומנוסההטוב הטוב האט געשריבן:איז דא א עיצה נישט נישט צי דארפען בייצאלען שווערע אלפים . ווייסט איינער וואס טיט נאר נעמען ?Thank you האט געשריבן:מארקעטינג קאמפאניס, די שאלה צו ס'לוינט זיך...
איך ווייס פון איינעם וואס האט גענוצט Pivot Group און די נאמען אליינס האט געקאסט שווערע אלפים, נאך בעפאר די לאגא און דיזיין.
קוק זיך אום אויף די קאמפעניס וואס פארשווענדען אלפים פאר זייער נאמען און לאגא זאג דו מיר צו עס ליגט עפעס מעדשער חכמה דערין.... די עיקר עס זאל זיך גערינג זאגן און ליינען און נישט זיין צו לאנג
Re: הילף מיט א ביזנעס נאמען
דערמאנסט מיך ווען כהאב געעפענט מיין ביזנעס, האמיר געצהלט אסאך פאר א נאמען... בסוף איז די נאמעם געבוירען געווארען אין קאך, ביי סאפפער, און עד היום פרעגען מיך מענטשען וויפיל מיר האבען געצאהלט פאר די קנאקעדיגע נאמען און די תשובה איז... איבער 10 טויזענט...
- צהלתו בפניו
- שר האלף
- תגובות: 1590
- זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 15, 2020 8:02 pm
- לאקאציע:אין מיין קאמפארט זאון
Re: הילף מיט א ביזנעס נאמען
האמער היינט געפרעגט מיין מארקעטער האט ער מיך גענטפערט אז ער רעכנט צווישן 5 און 10 אלפים פאר קריאת השם
אבער אין דעם איז אריינגערעכנט די גאנצע ברענדן די ביזנעס, צב"ש אויסארבעטן א לאגא, אויסארבעטן די גרעפיקס און אדווערטייזמענט וכדו'
אבער אין דעם איז אריינגערעכנט די גאנצע ברענדן די ביזנעס, צב"ש אויסארבעטן א לאגא, אויסארבעטן די גרעפיקס און אדווערטייזמענט וכדו'
Re: הילף מיט א ביזנעס נאמען
שטארק זיך האט געשריבן:און ס׳יז א גוטע נאמען?צהלתו בפניו האט געשריבן:ווייסעך נישט וואו דו געהערסט אבער מעין זה איז באקאנט איבער די געוועזענע סענדערס היט סטאר אין קרית יואל, ווען ער האט זיך איבערגעפרישט און געטוישט לאקאציע וכו' איז ער אריין צו זיין רבי, זיין רבי האט אים געזאגט אז ער זאל זיך געבן א נאמען טוב און דערמיט וועט ער אי"ה מצליח זיין, ער איז געווען אזוי פארלוירן... האט אים א חבר גע'עצה'ט אז ער זאל פרעגן דעם רבי'ן אויב ער מעג צולייגן אותיות, האט דער רבי מסכים געווען און ער האט זיך א נאמען געגעבן העטוב
סאו אויב האסטו א רבי אין וועם דו ביסט מקושר קענסטו אים אויך פרעגן...
כווייס נישט אויב סיז א גוטע נאמען, אבער איך זעה אז דער פרעגער האט דאס שוין פרובירט, און אפילו צוגילייגט אן את..
(ניק איז הטוב..)
Re: הילף מיט א ביזנעס נאמען
מנחם נחום האט געשריבן:על פי רוב איז א שאד צו צאלן פאר א נאמען שמועס מיט דיין ווייב און חברים סערטש אביסל דיין ליין וועלכע ווערטער מען נוצט נאך עטליכע טעג וועט האבן א נאמען בדוק ומנוסההטוב הטוב האט געשריבן:איז דא א עיצה נישט נישט צי דארפען בייצאלען שווערע אלפים . ווייסט איינער וואס טיט נאר נעמען ?Thank you האט געשריבן:מארקעטינג קאמפאניס, די שאלה צו ס'לוינט זיך...
איך ווייס פון איינעם וואס האט גענוצט Pivot Group און די נאמען אליינס האט געקאסט שווערע אלפים, נאך בעפאר די לאגא און דיזיין.
קוק זיך אום אויף די קאמפעניס וואס פארשווענדען אלפים פאר זייער נאמען און לאגא זאג דו מיר צו עס ליגט עפעס מעדשער חכמה דערין.... די עיקר עס זאל זיך גערינג זאגן און ליינען און נישט זיין צו לאנג
אמת יעדעס ווארט.
איך רעד שוין נישט פון די פאקט אז זייער אסאך מאל קומט דער דיזיינער מיט א נאמען וואס שמעקט דיר בכלל נישט און סהייבט זיך אן א גאנצע הין און צוריק.
א גוטע געדאנק איז צו מאכן א ליסטע פון אלע באשטאנדטיילן פון דיין סערוויס פראדוקט.
למשל, אויב טוסטו קאר ליסינג, הייב אן מיט די קאר פארטס, גראדע שוין דא א קאמפעני וואס רופט זיך "העדלייטס".
דערנאך מאך א ליסטע פון די אייטעם פיעטשערס
למשל, מאושען, ספיעד, מאווינג,דרייוו,
דערנאך פון די קאטעגאריע, ווי טרעפיק, לעין, הייוועי, און אזוי ווייטער
דערנאך נעם די ווערטער וואס געפעלט דיר די מערסטע און מאך א שטיקל ווערטער-שפיל וואס ברענגט בעסער ארויס זיין מעלה און אין די זעלבע צייט מאכט דעם ווארט דיינס.
למשל,
Right Lane Auto Leasing
"Take the right lane to arrive faster"
פארשטייט זיך רייט קען מיינען רעכטס און קען מיינען אזוי ווי די ריכטיגע אויסוואל,
Make the right decision.
יו געט די פוינט.
אגב, אויב זענט איר אין קארליעסינג, זייט אזוי גוט און שיקט אריין א קוויקפעי א ווארימער צענערל..
הצלחה
Re: הילף מיט א ביזנעס נאמען
יעדער איז פארנומען דא אז די נאמען דארף האבן שייכות צו די אינדערסטרי וואס מען טוט, איז גוט צו וויסען אז די טייערע מארקעטערס וואס בעטן אלפים פאר די נאמען קענען זיי צומאל לויט זייער גוסטע דיר איינרעדן אז פונקט קאפויער ווי אלס ווייטער עס איז פון דיין אינדערסטרי איז עס מער באמבאסטיש, למשל א גרעפיקער הייסט 'פענטעגאן' א קאפ שטיק פון א נאמען, בכלל מיין איך אז די גאנצע מארקעטינג אינדערסטרי איז פול מיט לופט
Re: הילף מיט א ביזנעס נאמען
איך האלט אויך אזו ווי די אנדערע וואס האבן דא געשריבן אז
סאיז גאנץ וויניג א חילוק וועלכע נאמען די גיבסט, פון מיין ניסיון
אין מיין ביזנעס די סערוויס וואס די גיבסט דאס מאכט אויס,
די נאמען על פי רוב דארף ארויסברענגען דיין סערוויס אין א
ווארט אדער צווי, סקען זיין הויכעט א ווערטער שפיל, מיין נאמען
איז בסתיק, סאיז צאמגעשטעלט פון צוויי ווערטער, בסט תיק,
די בעסטע תיק, (איך בין אין א"י תיק איז א טאש)
אינטער דעם קומט א סלוגן תיק עם גב דאס מיינט א טאש מיט
א ריקן, דאס אלעס האב איך אליינס אויסגעטראכט צוזאמען
מיט הילף פון חברים,
סאו וואס דו דארפסט טוהן איז זיך אראפ זעצען טראכטן וואס איז
די פאסיגע ווארט וואס דערציילט דיין סערוויס,
גלייב מיר א סאיז זייער זייער גרינג אסאך מער וויפיל דו טראכסט,
קענסט שיקן פאר חברים אין אימייל א ליסט און זיי זאלן דיר העלפן אויסקלויבען איינס א קנאקעדיגע.
אבער געדענק:
וואס סוועט דיר מאכן מצליח זיין איז בעיקר דיין סערוויס אויב
סאיז גוט און וויניגער די נאמען,
אסאך אסאך הצלחה אין אלעס וואס דו טוהסט.

גראדע ווייס נאך עד היום הזה נישט וויאזוי מען זאגט עס ארויס, אבער כ'האב שוין געקויפט צוויי היטן דארטצהלתו בפניו האט געשריבן:ווייסעך נישט וואו דו געהערסט אבער מעין זה איז באקאנט איבער די געוועזענע סענדערס היט סטאר אין קרית יואל, ווען ער האט זיך איבערגעפרישט און געטוישט לאקאציע וכו' איז ער אריין צו זיין רבי, זיין רבי האט אים געזאגט אז ער זאל זיך געבן א נאמען טוב און דערמיט וועט ער אי"ה מצליח זיין, ער איז געווען אזוי פארלוירן... האט אים א חבר גע'עצה'ט אז ער זאל פרעגן דעם רבי'ן אויב ער מעג צולייגן אותיות, האט דער רבי מסכים געווען און ער האט זיך א נאמען געגעבן העטוב
סאו אויב האסטו א רבי אין וועם דו ביסט מקושר קענסטו אים אויך פרעגן...
איך לעב אין רואיגקייט.
- להחיות
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4151
- זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 01, 2021 12:40 pm
- לאקאציע:ביי די גמרא
Re: הילף מיט א ביזנעס נאמען
בד"וו אויב דו זוכסט איינער וואס איז גוט אין לאגא'ס, קענסטו פראבירן Kreative 3477435651הטוב הטוב האט געשריבן:איך וויל עפענען א קאמפאני איך זיך א גיטע נאמען פאר די קאמפעני . ווייסט איינער וואס טיט אין נעמען ?
איך האב זיי געניצט און געוועהן זייער צופרידן
ווייל מיר גלייבן אז ס'איז אלעס חסדים, ווייל מאתו לא תצא הרעות ,אבער מיר טוען צו דעם נישט טויגן ,מיר ווילן זעהן מיט די אייגענע אויגן ,דיינע חסדים וואס זענען אזוי גרויס
להחיות איז ראשי תיבות: הראנו ד' חסדך וישעך תתן לנו (קרעדיט: לכאורה)
להחיות איז ראשי תיבות: הראנו ד' חסדך וישעך תתן לנו (קרעדיט: לכאורה)
Re: הילף מיט א ביזנעס נאמען
כדי אנצומערקן אז בי ענד עיטש איז א קלאסישע דוגמא אז נישט די נאמען מאכט אויס און נישט די לאוגא...
וואס ווער עס ווייסט נאכנישט B&H איז נוטריקון בלימי און הערשי דאס פארפאלק וואס האט געפענט דאס געשעפטל
וואס ווער עס ווייסט נאכנישט B&H איז נוטריקון בלימי און הערשי דאס פארפאלק וואס האט געפענט דאס געשעפטל
א'מונה ב'טחון ג'עלט
Re: הילף מיט א ביזנעס נאמען
The quick brown fox jumps over the lazy dog