Re: "קהלייף" לייף אינשורענס - סאטמאר מהרי''י
קהלייף איז א אונטערנעמונג פון קהילת סאטמער מהרי''י אלס אחריות פאר די בני קהילה
אווערנעס: אויפקלערן דעם ציבור ארום די וויכטיגקייט פון אינשורענס בכלל.
קלארקייט: וואס אלס צו נעמען אין באטראכט ווען מען קוקט אריין צו קויפן לייף אינשורענס, און נישט זיך אליין'ס פאפן.
ערלעדיגן: צושטעלן די סימפעלסטע און שנעלסטע פראצעדור ביזן זיך דערזען מיט א פאלעסי, און ווי ווייניגער צייט דארפן זיין פארנומען דערמיט (אין דעם איז דא גאר אסאך קליינע דעטאלן).
רעמאוטלי: קויפן א פאלעסי זאל זיין אזוי פשוט ווי מאכן א פאון ארדער אין גראסערי אד''ג.
אין יעדע פון די אלע זאכן פאר זיך, קען מען אין אמת'ן אריין אסאך מער אויסברייטערן און אויסשמועסן, אבער דאס איז עס אין קורצן.