מדינת ישראל געריכט רעפארם

נייעס אויפ'ן פאליטישן ארענע

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
אלטרא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3729
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 23, 2022 8:36 pm

Re: מדינת ישראל געריכט רעפארם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטרא »

צל עובר האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2023 6:17 pm
מיר מאכט מער סענס א באורד ווי די באר האט מעמבערס, ווי אזא פאליטיזאציע פון יוסטיץ און געזעץ.
אויך אזא באורד ווי די פעדערעליסט סאסייעטי?
אוועטאר
מתמודד
שר האלף
תגובות: 1701
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 14, 2020 5:15 pm
לאקאציע:בין כל הרעשים

Re: מדינת ישראל געריכט רעפארם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתמודד »

צל עובר האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2023 6:17 pm
איך האב נישט געזאגט אז אין וויסקאנסין הערשט א דיקטאטורשאפט.

פארקערט, עס איז שפיץ דעמאקראטיע, דער (דעמאקראטיש קאנטראלירטער) געריכט דירעקט ערוויילט דורכ'ן ציבור האט זיך משתלט געווען אלס אויבערלעגיסלאטור. (העכער דעם רעפאבליקאנער קאנטראלירטער לעגיסלאטור וואס האט נישט געקענט פארלירן וועגן דזשערימענדערינג.)

נאר אז מיר מאכט מער סענס א באורד ווי די באר האט מעמבערס, ווי אזא פאליטיזאציע פון יוסטיץ און געזעץ.
לאז מיר ארויס פון וויסקאנסין, קומט נישט דא אריין.

געזעצן מאכן פאליטיקאנטן, און די יוסטיץ דעפארטמענט ווערט אנגעפירט דורך פאליטיקאנטן, אריינגערעדט דער אטוירני דזשענעראל און דער פאליציי הויפט. פארוואס פונקט ביים געריכט זאלסטו אפווייכן פון פאליטיזאציע?
אמאל בין איך געווען א מתמיד, היינט בין איך א מתמודד, איך האף איין טאג בעז"ה צו ווערן א מתבודד.

כי הטבע היא מלשון טובע, והכל בשביל המטבע.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29996
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

Re: מדינת ישראל געריכט רעפארם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

ווייל א פארלאמענט איז געמאכט אויסצושטעלן די געזעצן לויט דעם דעת הקהל, אבער א געריכט איז געמאכט צו פסק'ענען וואס דער געזעץ איז, אנע שום נגיעות.

ווען א דעמאקראט לויפט פאר ריכטער מיט א פראמיס צוריקצושטעלן טשויס און אויסרייסן דעם רעפאבליקאנער דזשערימענדער, איז עס אן אויבער פארלאמענט, אנע שייכות מיט יוסטיץ.

די פארשטייסט אויך אז קאנגרעס האט נישט וואס אריינצורעדן אויב או דזשעי סימפסאן האט איר יא אדער נישט אומגעברענגט. וואס ווייניגער דער געריכט קען זיין אויסגעשטעלט צום וויילער, בו בזמן ווען מען גאראנטירט אז עס זאל נישט ווערן קיין קארופטירטע זאך, די בעסער.
אוועטאר
מתמודד
שר האלף
תגובות: 1701
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 14, 2020 5:15 pm
לאקאציע:בין כל הרעשים

Re: מדינת ישראל געריכט רעפארם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתמודד »

צל עובר האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2023 9:32 pm
ווייל א פארלאמענט איז געמאכט אויסצושטעלן די געזעצן לויט דעם דעת הקהל, אבער א געריכט איז געמאכט צו פסק'ענען וואס דער געזעץ איז, אנע שום נגיעות.

ווען א דעמאקראט לויפט פאר ריכטער מיט א פראמיס צוריקצושטעלן טשויס און אויסרייסן דעם רעפאבליקאנער דזשערימענדער, איז עס אן אויבער פארלאמענט, אנע שייכות מיט יוסטיץ.

די פארשטייסט אויך אז קאנגרעס האט נישט וואס אריינצורעדן אויב או דזשעי סימפסאן האט איר יא אדער נישט אומגעברענגט. וואס ווייניגער דער געריכט קען זיין אויסגעשטעלט צום וויילער, בו בזמן ווען מען גאראנטירט אז עס זאל נישט ווערן קיין קארופטירטע זאך, די בעסער.

ווען דער דעמאקראט וןואלט אנגעקומען צום געריכט אויפן צוזאג אז ער גייט טוישן די מאפעס לטובת זיין פארטיי, אבער דעם צוזאג וואלט ער נישט געגעבן פארן פאלק נאר פאר די באר אסאסיאציע, וואלסטו פארשטאנען אז מען דארף עס רעפארמירן?

איינמאל דער געריכט איז געווארן א פאליטישע מיטל, און פסל'ט געזעצן אויפן באזיס פון אייגענע אידעאלאגיע, רעדט אריין אינעם בודזשעט, טיילט איין פאר די עקזעקוטיווע אפטיילונג וואס צו טוהן באזירט אויף אייגענע לעגאלע אויסריידן וואס זיי האבן זעלבסט אנטוויקלט, איז שוין נישט קיין חשש אז דער געריכט וועט ווערן פאליטיזירט, נאר דער פראבלעם איז אז דער פאליטיזירטער געריכט איז אויטאמאטיש גענויגט צו א געוויסע זייט פון די פאליטישע מאפע אנוואס דער פאלק זאל קענען אפעקטירן דעם סיסטעם, דארף מען עס רעפארמירן.
אמאל בין איך געווען א מתמיד, היינט בין איך א מתמודד, איך האף איין טאג בעז"ה צו ווערן א מתבודד.

כי הטבע היא מלשון טובע, והכל בשביל המטבע.
עלינו
שר ששת אלפים
תגובות: 6200
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 13, 2022 3:19 am

Re: מדינת ישראל געריכט רעפארם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עלינו »

ש"ס גייט פרובירן ארויפברענגען א געזעץ אין אן געאיילטע פראצעס וואס וועט ערמעגליכן צו ווארטן מיטן מפרסם זיין די פסקי דינים איבער סבירות און נבצרות פאר נאך א האלבע יאר,
גדעון סער זאגט אז ער וועט נישט שטיצן א געזעץ וואס מישט זיך אריין אין די געריכטליכע סיסטעם, ש"ס זאגט אויף דעם אז עס צווינגט נישט די געריכט צו ווארטן עס געבט זיי נאר די מעגליכקייט.
מלך בשדה..
אוועטאר
מתמודד
שר האלף
תגובות: 1701
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 14, 2020 5:15 pm
לאקאציע:בין כל הרעשים

Re: מדינת ישראל געריכט רעפארם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתמודד »

עלינו האט געשריבן: זונטאג דעצעמבער 31, 2023 2:58 pm
ש"ס גייט פרובירן ארויפברענגען א געזעץ אין אן געאיילטע פראצעס וואס וועט ערמעגליכן צו ווארטן מיטן מפרסם זיין די פסקי דינים איבער סבירות און נבצרות פאר נאך א האלבע יאר,
גדעון סער זאגט אז ער וועט נישט שטיצן א געזעץ וואס מישט זיך אריין אין די געריכטליכע סיסטעם, ש"ס זאגט אויף דעם אז עס צווינגט נישט די געריכט צו ווארטן עס געבט זיי נאר די מעגליכקייט.
פון די גרעסטע נארישקייטן ארויפצוברענגען אזא געזעץ, עפעס וואס ערמעגליכט נאר דעם אורטייל אדורכגיין בשתיקה עווענטועל, אנשטאט לאזן דעם געריכט אנטבלויזט פאר די בירגער מאכט מען זיכער זיי צו גיבן א געלעגנהייט צו פארבלייבן מיט די מינדעסטע שטיצע וואס זיי פארמאגן נאך.
אמאל בין איך געווען א מתמיד, היינט בין איך א מתמודד, איך האף איין טאג בעז"ה צו ווערן א מתבודד.

כי הטבע היא מלשון טובע, והכל בשביל המטבע.
עלינו
שר ששת אלפים
תגובות: 6200
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 13, 2022 3:19 am

Re: מדינת ישראל געריכט רעפארם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עלינו »

העמית סגל: ביז היינט נאכט וועט ווערן ארויסגעגעבן דער פסק איבער סבירות.
מלך בשדה..
ליבי ובשרי
שר האלפיים
תגובות: 2641
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 15, 2019 1:41 pm

Re: מדינת ישראל געריכט רעפארם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליבי ובשרי »

קדמא ואזלא האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2023 2:57 pm
nobody האט געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2023 2:36 pm
@קדמא ואזלא שורה תחתונה, דא האט די פאלק א וועג, עס איז אפשר שווער, אפשר געדרייט, אבער ווי מען זאגט י"ש סיכו"י,

משא"כ דארט איז ווי געשריבען אז אפילו אלע 120 חכי"ם גייען ווילן א ריכטער און 2 שופטים מיט איין אדוואקאט גייען איהם נישט ווילן, בלייבט ער אינדרויסען,
די פאלק! די פאלק!

די פאלק האט געשטימט קעגן טראמפ, די שמאלע רופילקאנער סענאט האט פארטרעטן א מענארטי פאלק , ביי שווערע מיליאנען ווייניגער ווי די אנדערע פארטיי, זיי האבען געהאט די לעצטע ווארט

דאס הייסט ריגט. דאס הייסט די פאלק האט נישט קיין ווארט.
סאיז מאדנע ווי מאנכע הערן נישט אויף איבערשרייבן די עם הארצישע טאלקינג פוינט,
יונייטעד סטעיטס איז א פאראיין צוזאמגעשטעלט פון 50 דעמעקראטישע לענדער, יעדע פון די 50 קלויבט אירע פאלאטישנס און ריכטער לויט די רוב פון אירע וויילער, דערנאך איז דא די פעדעראלע גאווערמענט וואס איז איבער די 50 שטאטן, און דארט גייט מען מיט רוב שטאטן,
אויב איר ווילט קענט איר מופן צו א לאנד וואס איז נישט אנגעשלאסן אין די פאראיין! אבער עס איז בכלל נישט קיין סתירה מיט דעמעקראטיע, איר וואלט פאר די זעלבע געלט געקענט טענה’נען אז יעדע דעמעקראטיע איז א דיקטאטורשאפט אויף די 49% מיעוט.... (עס איז בעצם א אמת’ע טענה און די אמעריקאנע סיסטעם איז טאקע אביסל אויך צו דאס צו אדרעסירן)
אוועטאר
אלטרא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3729
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 23, 2022 8:36 pm

Re: מדינת ישראל געריכט רעפארם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטרא »

עלינו האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 01, 2024 9:09 am
העמית סגל: ביז היינט נאכט וועט ווערן ארויסגעגעבן דער פסק איבער סבירות.
בג"ץ וועט עס ארויסגעבן 6:45
אוועטאר
אלטרא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3729
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 23, 2022 8:36 pm

Re: מדינת ישראל געריכט רעפארם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטרא »

ברעיקינג: בג"ץ פסל'ט די ביטול הסבירות געזעץ
אוועטאר
אחשוורוש דער דריטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4107
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2019 3:05 pm
לאקאציע:שבע ועשרים ומאה מדינה...

תגובה דורך אחשוורוש דער דריטער »

אלטרא האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 01, 2024 11:56 am

מזל טוב איזראעלי בירגער!! ויה''ר שמשפע שמחה זו יושפע עליכם שפע רב וכל מילי דמיטב עדי ביאת ינון בב''א.
די אידן ווילן נישט ארויס גיין פון גלות?!?!
זיידעניו'ס דיבוק....
איך פאר אויף וואקאציע און עטס קענט אלע פייפן!
אויב ווילט איר ליינען מיינע מיינונגען/באמערקונגען קענט איר זיך איינשרייבן צו מיין הגיגים אשכול
אוועטאר
אחשוורוש דער דריטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4107
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2019 3:05 pm
לאקאציע:שבע ועשרים ומאה מדינה...

Re: מדינת ישראל געריכט רעפארם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחשוורוש דער דריטער »

קעפל: קנ"א בולעטין: "ברעיקינג נייעס אשכול - בלויז איין תגובה"
ישראל_הלוי האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 01, 2024 11:59 am
מדנ"י העכסטע געריכט איז מבטל נתניהו'ס יורידישע רעפארמען מיט א מערהייט פון 8.
אין אנדערע ווערטער:
די מדינ''י העכסטע געריכט איז מבטל נתניהו יורידישע רעפארם - די עילת הסבירות
מיטן טענה אז אזעלכע וויכטיגע געזעצן קען מען נישט אדורך פירן מיט בלויז 64 מאנדאטן נאר מ'ברויך דאס באשטעטיגן מיט א ברייטערע קאנסענזוס.

און אט די פסק האט די בג''ץ באשטעטיגט מיט א גאר 'ברייטע' מערהייט פון 8 אקעגן 7

ס'איז יא דא ווער ס'זאל לאכן.....

שכולו טוב
שר האלפיים
תגובות: 2393
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 12, 2022 6:10 pm
לאקאציע:@שמעון משה'ס חבר

Re: מדינת ישראל געריכט רעפארם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שכולו טוב »

זיי האבן עס מבטל געווען מיט עילת הסבירות? אויב יא דארף מען זיי נישט הארכן ווייל זיי האבן מער נישט די כוח....
אפילו בשאול תחתיות יכולים להיות סמוכים אליו יתברך.
אוועטאר
אחשוורוש דער דריטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4107
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2019 3:05 pm
לאקאציע:שבע ועשרים ומאה מדינה...

Re: מדינת ישראל געריכט רעפארם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחשוורוש דער דריטער »

אחשוורוש דער דריטער האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 01, 2024 12:02 pm
קעפל: קנ"א בולעטין: "ברעיקינג נייעס אשכול - בלויז איין תגובה"
ישראל_הלוי האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 01, 2024 11:59 am
מדנ"י העכסטע געריכט איז מבטל נתניהו'ס יורידישע רעפארמען מיט א מערהייט פון 8.
אין אנדערע ווערטער:
די מדינ''י העכסטע געריכט איז מבטל נתניהו יורידישע רעפארם - די עילת הסבירות
מיטן טענה אז אזעלכע וויכטיגע געזעצן קען מען נישט אדורך פירן מיט בלויז 64 מאנדאטן נאר מ'ברויך דאס באשטעטיגן מיט א ברייטערע קאנסענזוס.

און אט די פסק האט די בג''ץ באשטעטיגט מיט א גאר 'ברייטע' מערהייט פון 8 אקעגן 7

ס'איז יא דא ווער ס'זאל לאכן.....
"די כנה"מ האט איבערגעשטיגן איר אויטאריטעיט [חרגה מסמכותה] פארן אדורך פירן אזא געזעץ"

דאס האט גע'פסק'נט די בג"ץ וואס האט נישט קיין אויטאריטעיט צו איינטיילן פאר די חברי כנה"מ אויף וועלכע געזעצן צו שטימען.

#ס'איז יא דא ווער ס'זאל לאכן.....
די אידן ווילן נישט ארויס גיין פון גלות?!?!
זיידעניו'ס דיבוק....
איך פאר אויף וואקאציע און עטס קענט אלע פייפן!
אויב ווילט איר ליינען מיינע מיינונגען/באמערקונגען קענט איר זיך איינשרייבן צו מיין הגיגים אשכול
אוועטאר
מתמודד
שר האלף
תגובות: 1701
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 14, 2020 5:15 pm
לאקאציע:בין כל הרעשים

Re: מדינת ישראל געריכט רעפארם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתמודד »

שכולו טוב האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 01, 2024 12:06 pm
זיי האבן עס מבטל געווען מיט עילת הסבירות? אויב יא דארף מען זיי נישט הארכן ווייל זיי האבן מער נישט די כוח....
וויכטיג צו דערמאנען אז דער עילת הסבירות האט קיינמאל געדינט צו פסלע'ן געזעצן, נאר צו פסל'ען שריט פון די רעגירונג.
אמאל בין איך געווען א מתמיד, היינט בין איך א מתמודד, איך האף איין טאג בעז"ה צו ווערן א מתבודד.

כי הטבע היא מלשון טובע, והכל בשביל המטבע.
אוועטאר
מתמודד
שר האלף
תגובות: 1701
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 14, 2020 5:15 pm
לאקאציע:בין כל הרעשים

Re: מדינת ישראל געריכט רעפארם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתמודד »

פאר ווער עס וויל פארשטיין די באדייט פון דעם קאנטרעווערסיאלן אורטייל, אויב מארגן וועט סיי ווער אריינגעבן אן אנקלאגע אז דער חוק הבחירות איז נישט אויסגעהאלטן פון סיי וועלכער פרעספעקטייוו, וועט דאס דער געריכט טעכניש קענען פסל'ען און איינשטעלן אז דער פאלק האט נישט קיין מאכט אריינצווועלן די רעגירונג מיט סיי וועלכע רוב, אין דער צייט וואס אין כנסת דארף מען האבן אכציג פארלאמענט מיטגלידער צו צורירן דעם וואל טאג דאטום.

לעבן זאל די דיקטאטורשאפט, אויף דערווייל איז נישטא קיין שום זאך וואס באלאנסירט דעם געריכט.
אמאל בין איך געווען א מתמיד, היינט בין איך א מתמודד, איך האף איין טאג בעז"ה צו ווערן א מתבודד.

כי הטבע היא מלשון טובע, והכל בשביל המטבע.
אוועטאר
אחשוורוש דער דריטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4107
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2019 3:05 pm
לאקאציע:שבע ועשרים ומאה מדינה...

Re: מדינת ישראל געריכט רעפארם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחשוורוש דער דריטער »

מתמודד האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 01, 2024 1:00 pm
פאר ווער עס וויל פארשטיין די באדייט פון דעם קאנטרעווערסיאלן אורטייל, אויב מארגן וועט סיי ווער אריינגעבן אן אנקלאגע אז דער חוק הבחירות איז נישט אויסגעהאלטן פון סיי וועלכער פרעספעקטייוו, וועט דאס דער געריכט טעכניש קענען פסל'ען און איינשטעלן אז דער פאלק האט נישט קיין מאכט אריינצווועלן די רעגירונג מיט סיי וועלכע רוב, אין דער צייט וואס אין כנסת דארף מען האבן אכציג פארלאמענט מיטגלידער צו צורירן דעם וואל טאג דאטום.

לעבן זאל די דיקטאטורשאפט, אויף דערווייל איז נישטא קיין שום זאך וואס באלאנסירט דעם געריכט.
די איינציגסטע זאך וואס גייט טוישן די מצאיות אין מדינת ישראל איז די ביאלאגישע דעמאגראפיע - די רעכטע זייט ברענגט מער דורות, די לינקע בויען נישט קיין עתיד, און עס וועט קומען די צייט וואס די רעכטע וועלן כאפן וואס די קומץ לינקע טוהן מיט זיי און דאן וועט אויסברעכן א בירגערקריג.

[די לינקע וואס סטראשענען אז אין אזא פאל וועט די עירפארס - וואס איז רובו ככולו לינק - באמבעדירן די רעכטע, זיי פארגעסן אז די וואס לאדענען די קריגס עראפלאנען זענען די רעכטע פרענקען אלזא א בירגער קריג וועט נישט ברענגען קיין גוטס נישט פאר די לינקע און אויך נישט פאר די רעכטע]

ווען אהוד ברק האט גערעדט פון טויטע שווימענדע קערפער אין די איילון טייך האט ער וואס געמיינט?
ווען אהוד אולמערט רעדט פון א בלוטיגע אויפשטאנד רעדט ער פון וואס?
ווען די לינקע מידיע רעדט פון בן גביר'ס מיליציעס דארף מען געדענקען אז א יעדע ליגענט איז באזירט אויף א שטיקל אמת, און די אמת'ע געווער ליגט כפי הידוע ביי די רעכטע צווייטע קלאס, וואס אויב עס וועט זיך דערקייקלען צו א בירגערקריג וועט די שווערע וואפן ליגן רובו ככולו ביי די פרענקען אלזא די לינקע חברה אין מדינת ישראל האבן נישט קיין גרויסע האפפענונג פון צו אינטערדריקן די רעכטע אזוי ווי ביז יעצט.
די אידן ווילן נישט ארויס גיין פון גלות?!?!
זיידעניו'ס דיבוק....
איך פאר אויף וואקאציע און עטס קענט אלע פייפן!
אויב ווילט איר ליינען מיינע מיינונגען/באמערקונגען קענט איר זיך איינשרייבן צו מיין הגיגים אשכול
אוועטאר
אלטרא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3729
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 23, 2022 8:36 pm

Re: מדינת ישראל געריכט רעפארם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטרא »

אלטרא האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 01, 2024 11:56 am
ברעיקינג: בג"ץ פסל'ט די ביטול הסבירות געזעץ
דאס איז די ערשטע מאל די בג'ץ פסל'ט א חק יסוד.

צוועלף פון די פופצען ריכטער האלטן אז די בג"ץ האט רעכט אין עקסטרעמע פעלער וואס די כנסת פירט דורך א געזעץ אן קיין סמכיות צו פסל'ן חוקי יסוד
אוועטאר
האלצשטיין
שר שבעת אלפים
תגובות: 7811
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 17, 2020 11:09 am

Re: מדינת ישראל געריכט רעפארם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האלצשטיין »

מאדנע אז קול העולם האט עס נאכאלץ נישט באריכטעט.
אוועטאר
אלטרא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3729
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 23, 2022 8:36 pm

Re: מדינת ישראל געריכט רעפארם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטרא »

האלצשטיין האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 01, 2024 4:43 pm
מאדנע אז קול העולם האט עס נאכאלץ נישט באריכטעט.
פון אפאר שעה צוריק

ISRAEL: In a narrow 8-7 ruling, the Supreme Court struck down the
controversial Knesset law barring it from deciding if laws or government
decisions were "reasonable." The law had been the only judicial reform
passed by the Netanyahu coalition despite heavy protests.
עלינו
שר ששת אלפים
תגובות: 6200
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 13, 2022 3:19 am

Re: מדינת ישראל געריכט רעפארם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עלינו »

שכולו טוב האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 01, 2024 12:06 pm
זיי האבן עס מבטל געווען מיט עילת הסבירות? אויב יא דארף מען זיי נישט הארכן ווייל זיי האבן מער נישט די כוח....
ניין
מלך בשדה..
עלינו
שר ששת אלפים
תגובות: 6200
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 13, 2022 3:19 am

Re: מדינת ישראל געריכט רעפארם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עלינו »

אחשוורוש דער דריטער האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 01, 2024 12:02 pm
קעפל: קנ"א בולעטין: "ברעיקינג נייעס אשכול - בלויז איין תגובה"
ישראל_הלוי האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 01, 2024 11:59 am
מדנ"י העכסטע געריכט איז מבטל נתניהו'ס יורידישע רעפארמען מיט א מערהייט פון 8.
אין אנדערע ווערטער:
די מדינ''י העכסטע געריכט איז מבטל נתניהו יורידישע רעפארם - די עילת הסבירות
מיטן טענה אז אזעלכע וויכטיגע געזעצן קען מען נישט אדורך פירן מיט בלויז 64 מאנדאטן נאר מ'ברויך דאס באשטעטיגן מיט א ברייטערע קאנסענזוס.

און אט די פסק האט די בג''ץ באשטעטיגט מיט א גאר 'ברייטע' מערהייט פון 8 אקעגן 7

ס'איז יא דא ווער ס'זאל לאכן.....
רוב שופטים האלטן אז די כנסת דארף האבן מער פון רוב צו באשטימען אזא געזעץ,
רוב כנסת קען מאכן א געזעץ אז מען דארף האבן מער פון רוב שופטים פאר אזא פסק,
איך פארשטיי נישט "די" פראבלעם מיט די פסק (אנדערע פראבלעמען יא).
מלך בשדה..
אוועטאר
אחשוורוש דער דריטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4107
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2019 3:05 pm
לאקאציע:שבע ועשרים ומאה מדינה...

Re: מדינת ישראל געריכט רעפארם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחשוורוש דער דריטער »

עלינו האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 01, 2024 7:38 pm
אחשוורוש דער דריטער האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 01, 2024 12:02 pm
קעפל: קנ"א בולעטין: "ברעיקינג נייעס אשכול - בלויז איין תגובה"
ישראל_הלוי האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 01, 2024 11:59 am
מדנ"י העכסטע געריכט איז מבטל נתניהו'ס יורידישע רעפארמען מיט א מערהייט פון 8.
אין אנדערע ווערטער:
די מדינ''י העכסטע געריכט איז מבטל נתניהו יורידישע רעפארם - די עילת הסבירות
מיטן טענה אז אזעלכע וויכטיגע געזעצן קען מען נישט אדורך פירן מיט בלויז 64 מאנדאטן נאר מ'ברויך דאס באשטעטיגן מיט א ברייטערע קאנסענזוס.

און אט די פסק האט די בג''ץ באשטעטיגט מיט א גאר 'ברייטע' מערהייט פון 8 אקעגן 7

ס'איז יא דא ווער ס'זאל לאכן.....
רוב שופטים האלטן אז די כנסת דארף האבן מער פון רוב צו באשטימען אזא געזעץ,
רוב כנסת קען מאכן א געזעץ אז מען דארף האבן מער פון רוב שופטים פאר אזא פסק,
איך פארשטיי נישט "די" פראבלעם מיט די פסק (אנדערע פראבלעמען יא).
46 איז נישט מער ווי רוב?
און בכלל, ווער זענען די ריכטער צו אנטיילן וויפיל מאנדאטן דארפן שטימען אויף וואספארא געזעצן?

זאלן זיי קומען א קלארערהייט אויסקלאפן אז עס איז א שאד ארויס צו גיין שטימען.

(עס איז טאקע א שאד)
די אידן ווילן נישט ארויס גיין פון גלות?!?!
זיידעניו'ס דיבוק....
איך פאר אויף וואקאציע און עטס קענט אלע פייפן!
אויב ווילט איר ליינען מיינע מיינונגען/באמערקונגען קענט איר זיך איינשרייבן צו מיין הגיגים אשכול
לאמיר גיין ווייטער
שר חמש מאות
תגובות: 530
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 03, 2022 12:30 pm

Re: מדינת ישראל געריכט רעפארם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאמיר גיין ווייטער »

סא די גאנצע זאך איז בטל
איך פרעג ווייל איך וויל באמת וויסן
(פארוואס האבן די לינקע אזוי מורה געהאט און געמאכט ריזיגע פראטעסטן ? סיי ווי פסל'ט עס די בג''ץ)

איך בין נייגעריג אויב איינער ווייסט צי אלעס האט זיך יעצט געענדיקט ?
זיך קיינמאל נישט אפשטעלן
עלינו
שר ששת אלפים
תגובות: 6200
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 13, 2022 3:19 am

Re: מדינת ישראל געריכט רעפארם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עלינו »

אחשוורוש דער דריטער האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 01, 2024 8:42 pm
עלינו האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 01, 2024 7:38 pm
אחשוורוש דער דריטער האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 01, 2024 12:02 pm
קעפל: קנ"א בולעטין: "ברעיקינג נייעס אשכול - בלויז איין תגובה"
ישראל_הלוי האט געשריבן: מאנטאג יאנואר 01, 2024 11:59 am
מדנ"י העכסטע געריכט איז מבטל נתניהו'ס יורידישע רעפארמען מיט א מערהייט פון 8.
אין אנדערע ווערטער:
די מדינ''י העכסטע געריכט איז מבטל נתניהו יורידישע רעפארם - די עילת הסבירות
מיטן טענה אז אזעלכע וויכטיגע געזעצן קען מען נישט אדורך פירן מיט בלויז 64 מאנדאטן נאר מ'ברויך דאס באשטעטיגן מיט א ברייטערע קאנסענזוס.

און אט די פסק האט די בג''ץ באשטעטיגט מיט א גאר 'ברייטע' מערהייט פון 8 אקעגן 7

ס'איז יא דא ווער ס'זאל לאכן.....
רוב שופטים האלטן אז די כנסת דארף האבן מער פון רוב צו באשטימען אזא געזעץ,
רוב כנסת קען מאכן א געזעץ אז מען דארף האבן מער פון רוב שופטים פאר אזא פסק,
איך פארשטיי נישט "די" פראבלעם מיט די פסק (אנדערע פראבלעמען יא).
46 איז נישט מער ווי רוב?
און בכלל, ווער זענען די ריכטער צו אנטיילן וויפיל מאנדאטן דארפן שטימען אויף וואספארא געזעצן?

זאלן זיי קומען א קלארערהייט אויסקלאפן אז עס איז א שאד ארויס צו גיין שטימען.

(עס איז טאקע א שאד)
(מיינסט מן הסתם 64) 64 איז מער ווי רוב אבער זיי האבן נישט געשטימט צו באשליסן וויאזוי און מיט וויפיל ח"כים מען מאכט אזא געזעץ, וואס דאס איז גראדע געווען איינער פון די טענות וואס איז געהערט געווארן ביי דער דיון אין ביה"מ,
צו דיין צווייטע טענה, די ריכטער זענען פארשוינען וואס זענען געשטעלט געווארן לויט א פאריקטע סיסטעם וואס די כנסת האט אפגעמאכט און זייער כח צו מפרש זיין וואס עס ליגט אונטער די ווערטער פון א געזעץ קומט פון דער חוק יסוד השפיטה וואס די כנסת האט חוקק געווען,
קענסט טענה'ען (אויב ביסט א לויער) אז די יסוד פון "חוקה בהתהוות" איז נישט געזעצליך, אבער כאילו די שופטים האבן מבטל געווען די כנסת איז סתם רעטאריק אן קיין באזיץ.
מלך בשדה..
שרייב תגובה

צוריק צו “פאליטישע נייעס”