Re: מדינת ישראל געריכט רעפארם
די טענה אז נתניהו האט צוטיילט דאס לאנד ברענגט מיר ארויף דאס בלוט אין קאפ.קדמא ואזלא האט געשריבן: ↑ דאנערשטאג יאנואר 04, 2024 4:05 pmנתניהו האט ציטיילט די איזרעליס אויך א פארנעם ווי קיינער ביפאר, א פיצי לאנד, ווי צי סערווייען מיזט אנקומען צו א גרעסערע שיכט פון פאלק, אז ער האט האט נישט געקענט אפזאגן זיין זיכערהייט מיניסטער ווייל אנארכיע און גאס מאכט אים נאך א גרעסערע לוזאר און דורכפאל, הי קענט קאנטראל היס האויז.מתמודד האט געשריבן: ↑ דאנערשטאג יאנואר 04, 2024 2:08 pmדי שוואכע חיזבאלא וואס ביבי האט מכלומר'שט שטארק געמאכט האט ארויסגעיאגט די מיליטער פון מדינת ישראל פון לבנון אונטער אהוד ברק'ס זייגער. יעצט זענען זיי טאקע נאך שטערקער, אבער סאיז לעכערליך צו באשולדיגן איינעם אינעם שונא'ס שטארקייט, אויב עפעס קענסטו אים גיבן קרעדיט פאר דעם אז חיזבאלא מיט זייער גאנצע שטארקייט ציטערט פון מדינת ישראל, און האלט זיך שטיל רעלאטיוו צו זייער מאכט.קדמא ואזלא האט געשריבן: ↑ דאנערשטאג יאנואר 04, 2024 1:26 pmגעמאכט א גוטן ארבעטמתמודד האט געשריבן: ↑ דאנערשטאג יאנואר 04, 2024 11:28 amסתם א אומגעשטיגענע הנחה.לאנטש טיים האט געשריבן: ↑ מיטוואך יאנואר 03, 2024 10:06 pm
ווען נתניהו וואלט געווען פאפולער וואלטן בחירות פארגעקומענע נעקסטע מאל אים שמעקט.. יעצט אז ער איז נישט קען עס טאקע געדויערן די נארמאלע צייט.
נתניהו איז דער לענגסט דינענדער פרעימיער אין מדינת ישראל, ער האט געהאט גאר פאפולערע צייטן אין אמט. און מיט א בליק אויף צוריק האט ער געמאכט א גוטן ארבעט. אויב איז ער ממש אזא וויסטער דיקטאטאר וואלט ער עס שוין לאנג פרובירט צו טוהן.
ער האט קיינמאל ניטאמאל געווארפן א רמז אז ער וויל אפשטופן די וואלן, און עס לייגט זיך נישט אויפן שכל אז דאס איז וואס ער וואלט געוואלט, אדרבה, דער אפיציעלער פלאן איז געווען אז ער גייט אפענדיגן זיין קאדענציע פאר די צייט, איינמאל ער מאכט שלום מיט סאאודי אראביע.
בקיצור, אבי געלאטקעט.
וויפעל מלחמות איז געווען אינטער זיין זייגער, וויפעל געלונגענע משכונות דיעלס. חיזבאלא איז אינטער זיין זייגער ממש צינישט געווארען, נישט אזוי...
ועל כולם און טאפ אויף די פיי נאך אלע כאמאס מלחמות, ווי ער האט געדארפט זיכען פרישע מלחמה נעמען ווי די נאצינאלע האריקאן סענטער, האט ער דעליווערט אקטובער דעם זיבטן
נישט שייך בעסערע ארבעט קוקענדיג אויף צירוק...
וויאזוי זאגט יענער, נישט אויפגעהערט צו געווינען מלחמות, יעדע יאר נאך א מלחמה, נאך א משכונות דיעל, מיט 500 ארסטאנטען פאר צוויי משכונות.
אזוי קוקט מען אויס ווען מען ווערט סטאק מיט עפעס א אפגעריסענער בשר ודם...
די האסט אפגעמאכט מחמת איזה סיבה שהוא אז נתניהו האט דעליווערט דעם זיבעטן אקטאובער, אין דער צייט וואס עטליכע מאנאטן בעפאר האט ער ניטאמאל געקענט אפזאגן זיין זיכערהייט מיניסטער צוליב אנארכיע וואס האט געהערשט אויף די גאסן, יעצט רעד צו מיר וויפיל קאנטראל ער האט געקענט האבן אויפן גענעראל וכדומה.
נתניהו האט געהאלטן אינמיטן זיצן מיט בריק און אויסארבעטן וויאזוי צו רעפארמירן דאס מיליטער הארט בעפארן זיבעטן פון אקטאובער, ער האט נישט איגנארירט דעם מצב, אנדערשט פון בענעט און די געוועזענע גענערעלער וואס האבן ארפגעווארפן בריק פון די טרעפ.
ביבי האט דורכאויס זיינע קאדענציעס נישט געלאזט כאמאס טעראריזירן מדינת ישראל, ער האט אטאקירט מיט א שטארקע האנט כאמאס אין רעאקציע צו זייערע ראקעטן, ער האט נישט געקענט און קיינער האט נישט געוואלט אויסמעקן זיבעציג פראצענט פון עזה אזויווי ער טוט יעצט, אבער ער איז קיינמאל נישט געווען ווייעך צו כאמאס, דאס איז א הוילע שקר וואס די לינקע האבן אויפגעטראפן.
ער האט גאר שטארק פארשטארקערט די עקאנאמיע, געברענגט גאר שטארקע דיפלאמאטישע געווינסן, כרעד שוין נישט פון זיין האנדלונג ביי קאוויד, ווי ער האט זיך איבערגעוויזן אלס מושטער פאר די וועלט מיטן זעהן דעם געפאר די פריהסטע און ברענגען וואקסינען די ערשטע. און ער איז דייקא אוועקגעשטאנען פון מלחמות און געברענגט רעלאטיווע רואיגקייט צום צופידלטן לאנד.
ער איז טאקע א בשר ודם, א רשע מרושע, וואס טראגט א קאלעקטיוון טייל אין די פראבלעמען וואס האבן געברענגט דעם אל אקצא שטורעם, און א פרעסטיזשפולע אויספארשונגס קאמיטע וועט דארפן אפשטימען אויף וויפיל ער איז שולדיג דערין. אבער זאגן אז ער האט שלעכט געפירט דאס לאנד דורכאויס די יארן, איז עפעס וואס אפילו עקסטרעם לינקע דזשונאליסטן [כספית ודיין] און אויפריכטיגע פאליטיקאנטן וועלן נישט זאגן.
מצידי זאל די גאנצע מדינה אונטערגיין אינאיינעם מיט ביבי אן קיין שאדן פאר אידישע נפשות, אבער באפארצוגן סיי וועם אינעם פאליטישן סיסטעם איבער ביבי, איז א נארישקייט.
און טאקע זענעדיג אז האלב לאנד איז להשמיד און ער איז פארויסגעגאנגען מיט עקשנות, נישט קיקענדיג די פרייז, וואס דאס האט אריינגעפירט די פיצי לאנד און אינערליכע כאאס ווי קיינמאל בעפאר, אראפגעקלאפט מאראל ביז די אדמה, און אוועק גענומען די ריכטיגע אויפמעקזאמקייט פון זיכערהייט וואס דאס מאכט דעם זיבעטן אקטאובער נאך מער זיין שילד.
רעדסט פון קאוויד, ענדרו קאמאוס לאקדאונס און טעראר ביי קאוויד איז א שפיי ווי דער אפגעריסנער, אויב גלייכסטו זיינע קאוויד פאלעסיס, גאו פאר איט.
די לאנד איז צופראסקעט, צופאטשעט ווי קיינמאל ביפאר, מבית ומבחוץ.
נישט געלאזט כאמאס טעראריזירן מדינת ישראל, נאך אזאנע סוקסעסען ווער דארף נאך דורכפעלער, נאך יעדע מלחמה זענען זיי צירוקגעקומען נאך שטערקער געוואגטער ווי ביפאר, טראץ זייענדיג אפגעשפארט פון אלע זייטן פאר יארען, ער פלעגט נאך דערקלערן זיג נאך יעדע מלחמה.
איך מיין די מדינה דערזערווט טאקע נישט בעסער ווי דער פלאפ דורכפאל ביבי, זאלן זיי דערשטיקען מיט אים, אים מאכן קעניג פאר לייוו, ער ברענגט נאך די מערסטע די מדינה צו זייערע קניען ווי קיינער אנדערשט קען, נאך יעדע פלאפ, און לאנג טורם דעמעדש זאלן זיי בלעמען יעדן חוץ אים, זאלן זיי זיך אליינס באגראבען און אים שטארק אנכאפן.
ווער האט אלע יארן געהעצט אנטקעגן די חרדים, זאגנדיג אז זיי זענען פאראזיטן און מען דארף זיי שיקן אין מיסט? לפיד און ליבערמאן.
ווער האט די ערשטע אויפגעברענגט דעם טערמין פון א בירגער קריג אין מדינת ישראל? בעני גאנץ.
ווער האט געזאגט אז עס וועט זיך גיסן בלוט אויף די גאסן, נאר די רעכטע זענען שעדליך, נתניהו איז א איראנער אגענט, די רעכטע זענען נאציס? אולמערט, באראק, חלוץ, ברעסלער, רעדמאן.
און וויאזוי האט נתניהו צוטיילט דאס לאנד? מיטן זיך דערוואגן און זאגן די פאלגנדע שעדליכע העצע רייד, "זיי זענען אנגעזויערט" דאס איז די גאנצע.
נתניהו'ס פראבלעם איז אז ער האט נישט געהאט קיין קאנטראל? ווער האט יא געהאט די קאנטראל? בהרב מיארה מיט איר כנופיא. יעצט שטעל דיר נאר פאר ער וואגט זיך אויפצוברענגען אז ער וועט אנרירן איר שטעלע.
די חילוק פון נתניהו און קאומאו איז בסך הכל, אז אין דער צייט וואס קאומא האט געמוטיגט דער עולם זאל זיך גיין ארומהאלזן און נישט פאניקן, איז שוין מדינת ישראל געווען פארשלאסן, אין דער צייט וואס קאומא האט זיך געמוטשעט צו ברענגען וואקסינען איז שוין האלב מדינת ישראל געווען וואקסינירט. אוודאי האט יעדער געמאכט גרייזן ביי קאוויד, און די גאנצע קאנסעפציע פון לאקדאונס ווערט היינט אנגעקוקט ווי א טעות, אבער פאר די דעמאלטסדיגע אומשטענדן האט ער געזעהן די ווייטסטע און געברענגט דאס מערסטע.
בנוגע כאמאס, נתניהו האט אדורכגעפירט עטליכע מאסיווע אפעראציעס אנטקגען כאמאס, און ער האט אייגנטליך אינוואדיגט עזה מיט ערד קרעפטן דורכאויס צוק איתן, ער האט איינמאל און נאכאמאל געשלאגן אין זיי, און ווען די רעדע איז דא פון א נארמאלע גרופע וואס האלט נישט ביים גיין זעלבסטמארד, וואלט די אטאקע קיינמאל פארגעקומען אין ליכט פון די מאסיווע אטאקעס וואס זיין אדמיניסטראציע האט געלאזט לויפן, קיינער האט נישט געקענט פארזעהן אז כאמאס איז גרייט צו גיין מיטן תמות נפשי מות פלישטים, און אפילו טאמער יא וואלט קיינער גארנישט געקענט טוהן דערצו, מה דאך יעצט כאפט מדינת ישראל פון די גאנצע וועלט פאר זייער קאנטער אטאקע, כל שכן פאר אקטאבער דעם זיבעטן. אלזא, ער האט זיך ניחשט געבויגן פאר טעראר, ער האט געטוהן היפש אסאך רעלאטיוו צו די לעגיטימאציע וואס ער האט געהאט פון די וועלט, כרעד שוין נישט אז די לינקע וואלטן ניטאמאל דאס געטוהן.
מיט איין זאךם ביסטו גערעכט, דאס לאנד דעזערווט נישט קיין גוטס, סאיז א לאנד אנטקעגן די דרכי התורה, אבער דיין פאליטישער קוק איז פאררוקט. לדעתי.
כי הטבע היא מלשון טובע, והכל בשביל המטבע.