מדינת ישראל געריכט רעפארם

נייעס אויפ'ן פאליטישן ארענע

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

עלינו
שר ששת אלפים
תגובות: 6200
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 13, 2022 3:19 am

Re: מדינת ישראל געריכט רעפארם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עלינו »

חברונער האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 16, 2024 8:59 pm
מתמודד האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 16, 2024 12:33 pm
עלינו האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 16, 2024 10:05 am
היינט איז פארגעקומען א זיצונג פון די וועדה לבחירת שופטים, יוסטיץ מיניסטער לעווין האט געזאגט פאר די שופטים איך פארשטיי נישט פאר וואס מען צאלט מיר א געהאלט אויב עטס זענט סייווי די וואס זענע אלעס קובע, באציאונדיג אויף די פסקים איבער סבירות און נבצרות,
החלטות זענען נישט געמאכט געווארן דארט.
דער שופט עמית, וועלכער איז נישט אין די וועדה, און וואס זיין נאמינאציע צו ווערן הויפט פונעם העכסטן געריכט ליגט אויפן טיש פון די קאמיטע, האט זיך אויך באטייליגט אומגעלאדנטערהייט.
ביי די זיצונג האט עמית געזאגט אז ער איז נאר א עציץ-פלענט דא און ער גייט זיך נישט אריינמישן, יריב לוין האט גענטפערט: ''דו ביסט די עציץ ? איך בין די עציץ!'' ויהי לפלא
לוין האט געזאגט, עטס וועט שוין עפעס אויסטרעפן אז עמית זאל ווערן הויפט ריכטער אן מיין באשטעטיגונג, טעס באשליסט סייווי אלעס אליין,
די אסיפה האט זיך גענדיגט אן א דאטום ווען די וועדה וועט זיך נאכאמאל צוזאמקומען.
מלך בשדה..

עלינו האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 16, 2024 6:49 pm

עמית איז יא אין די וועדה (זע דא די הרכב), די טענה איז אז ער מעג זיך נישט באטייליגן ווען מען איז דן אויף די נאמענאציע פון הויפט פון די בג"ץ ווען ער איז א קאנדידאט דערפאר.
דער יוסטיץ דעפארטמענט האלט אז עמית האט געטוהן אנטקעגן דער געזעץ מיטן זיצן ביים ועדה.
( ביטע נישט ווארטן אז ער זאל ווערן באשטראפט פארדעם )

עלינו האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 30, 2024 10:45 pm

דער שופט עמית האט זיך געדארפט בייגן פאר די געזעץ און דעקלערן אז ער וועט מער זיך נישט באטייליגן אין זיצונגען וואס האט מיט אויפנעמען א נייע נשיא פאר די העכסטער געריכט.

די יועצת המשפטית בהרב מיארה האט געמאלדן אז זי גייט נישט עפענען מיט א קרימענאלער אויספארשונג ווער עס האט געליקט די דרעפט פונעם פסק אויף סבירות.
עמית סגל (וואס צו אים איז עס געליקט געווארן) שרייבט אז זיי האבן מער מורא יא אויסצוגעפינען ווער עס איז דער ליקער ווי נישט וויסן ווער עס האט עס געטוהן.
מלך בשדה..
עלינו
שר ששת אלפים
תגובות: 6200
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 13, 2022 3:19 am

Re: מדינת ישראל געריכט רעפארם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עלינו »

דער ריכטער דוד מינץ האט ארויסגעגעבן א באפעל פאר די דריי ריכטער דפנה ארז, יצחק עמית און עוזי פוגלמן אז זיי דארפן ענטפערן אויף אן אנקלאגע אז זיי האבן זיך געפירט בניגוד ענינים ביים ועדה לבחירת שופטים.
מלך בשדה..
עלינו
שר ששת אלפים
תגובות: 6200
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 13, 2022 3:19 am

Re: מדינת ישראל געריכט רעפארם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עלינו »

עלינו האט געשריבן: זונטאג פעברואר 04, 2024 2:59 pm
עלינו האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 30, 2024 10:45 pm
עלינו האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 16, 2024 6:49 pm
מתמודד האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 16, 2024 12:33 pm
עלינו האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 16, 2024 10:05 am
היינט איז פארגעקומען א זיצונג פון די וועדה לבחירת שופטים, יוסטיץ מיניסטער לעווין האט געזאגט פאר די שופטים איך פארשטיי נישט פאר וואס מען צאלט מיר א געהאלט אויב עטס זענט סייווי די וואס זענע אלעס קובע, באציאונדיג אויף די פסקים איבער סבירות און נבצרות,
החלטות זענען נישט געמאכט געווארן דארט.
דער שופט עמית, וועלכער איז נישט אין די וועדה, און וואס זיין נאמינאציע צו ווערן הויפט פונעם העכסטן געריכט ליגט אויפן טיש פון די קאמיטע, האט זיך אויך באטייליגט אומגעלאדנטערהייט.
עמית איז יא אין די וועדה (זע דא די הרכב), די טענה איז אז ער מעג זיך נישט באטייליגן ווען מען איז דן אויף די נאמענאציע פון הויפט פון די בג"ץ ווען ער איז א קאנדידאט דערפאר.
דער יוסטיץ דעפארטמענט האלט אז עמית האט געטוהן אנטקעגן דער געזעץ מיטן זיצן ביים ועדה.
( ביטע נישט ווארטן אז ער זאל ווערן באשטראפט פארדעם )
דער שופט עמית האט זיך געדארפט בייגן פאר די געזעץ און דעקלערן אז ער וועט מער זיך נישט באטייליגן אין זיצונגען וואס האט מיט אויפנעמען א נייע נשיא פאר די העכסטער געריכט.
די יומעשית האט געפטר'עט די שופט עמית פון יעדע פאראנטווארליכקייט.
מלך בשדה..
עלינו
שר ששת אלפים
תגובות: 6200
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 13, 2022 3:19 am

Re: מדינת ישראל געריכט רעפארם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עלינו »

עלינו האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 17, 2024 1:14 am
חברונער האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 16, 2024 8:59 pm
מתמודד האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 16, 2024 12:33 pm
עלינו האט געשריבן: דינסטאג יאנואר 16, 2024 10:05 am
היינט איז פארגעקומען א זיצונג פון די וועדה לבחירת שופטים, יוסטיץ מיניסטער לעווין האט געזאגט פאר די שופטים איך פארשטיי נישט פאר וואס מען צאלט מיר א געהאלט אויב עטס זענט סייווי די וואס זענע אלעס קובע, באציאונדיג אויף די פסקים איבער סבירות און נבצרות,
החלטות זענען נישט געמאכט געווארן דארט.
דער שופט עמית, וועלכער איז נישט אין די וועדה, און וואס זיין נאמינאציע צו ווערן הויפט פונעם העכסטן געריכט ליגט אויפן טיש פון די קאמיטע, האט זיך אויך באטייליגט אומגעלאדנטערהייט.
ביי די זיצונג האט עמית געזאגט אז ער איז נאר א עציץ-פלענט דא און ער גייט זיך נישט אריינמישן, יריב לוין האט גענטפערט: ''דו ביסט די עציץ ? איך בין די עציץ!'' ויהי לפלא
לוין האט געזאגט, עטס וועט שוין עפעס אויסטרעפן אז עמית זאל ווערן הויפט ריכטער אן מיין באשטעטיגונג, טעס באשליסט סייווי אלעס אליין,
די אסיפה האט זיך גענדיגט אן א דאטום ווען די וועדה וועט זיך נאכאמאל צוזאמקומען.
די ווערטער אויסטויש פעלט פונעם פראטאקאל, די יוסטיץ מיניסטער יריב לוין האט זיך אנטזאגט אינטערצושרייבן די פראטאקאל ביז מען שרייבט עס איבער לויט וויאזוי עס איז געווען.
מלך בשדה..
אוועטאר
ראטשילד
שר האלף
תגובות: 1811
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 02, 2023 8:02 pm

Re: מדינת ישראל געריכט רעפארם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראטשילד »

און די אלע וואס האבן זיך איינגערעדט אז ווען מדינת ישראל וועט האבן א שטארקע בג''ץ - וועט עס ראטעווען די איזראעלי פירער פון ווערן אנגעקלאגט אין האג.

ווי זענט עטץ?

קען מען צוריק גיין צו די געריכט רעפארם?
פאר לענגערע אנאליזן און אינטרעסאנטע באמערקונגען - סיינט אייך אויף צו אונזער אשכול

צו קויפן מזוזות מהודרות שנכתבו ע''י סופר יר''ש פאר די פרייז פון 130$
קומט אין אישי.
אוועטאר
געגאנגען
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4259
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 13, 2023 2:43 pm
לאקאציע:איך קום שוין...

Re: מדינת ישראל געריכט רעפארם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געגאנגען »

ראטשילד האט געשריבן: מאנטאג מאי 20, 2024 9:34 am
און די אלע וואס האבן זיך איינגערעדט אז ווען מדינת ישראל וועט האבן א שטארקע בג''ץ - וועט עס ראטעווען די איזראעלי פירער פון ווערן אנגעקלאגט אין האג.

ווי זענט עטץ?

קען מען צוריק גיין צו די געריכט רעפארם?
חזרה איז אייביג גוט.

זייער פראבלעם איז נישט די געריכט. זייער פראבלעם איז נישט די משכונות.

זייער פראבלעם הייסט בנימין נתניהו.
אוועטאר
מתמודד
שר האלף
תגובות: 1701
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 14, 2020 5:15 pm
לאקאציע:בין כל הרעשים

Re: מדינת ישראל געריכט רעפארם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתמודד »

ראטשילד האט געשריבן: מאנטאג מאי 20, 2024 9:34 am
און די אלע וואס האבן זיך איינגערעדט אז ווען מדינת ישראל וועט האבן א שטארקע בג''ץ - וועט עס ראטעווען די איזראעלי פירער פון ווערן אנגעקלאגט אין האג.

ווי זענט עטץ?

קען מען צוריק גיין צו די געריכט רעפארם?
מ'דארף ווארטן אויף די פארטיידיגונג, כאטש מדינת ישראל וועט ווארשיינליך נישט אנטיילנעמען אין די צערעמאניע. אבער דאס אז עס איז דא א שטארקע געריכט סיסטעם קען זיין א שטארקע טענה אין פאל איינער פארטיידיגט זיך דא, און אויף דעם איז די טענה פון די לינקע.

מצד שני גלייב איך אז די גאנצע טענה קומט נישט אריין, א שטארקע געריכט סיסטעם איז נויטיג אפילו אויב האג איז נישט אויף די מאפע, א לאנד קען נישט האבן קיין אומציוויליזירטן געריכט, האג איז נאר א סייד אפעקט. אפילו די רעכטע האבן נישט געטענה'ט אז זיי ווילן שוואך מאכן דעם געריכט, נאר איר פארשטארקערן, אלזא איז גאנצע טענה אומנויטיג, זינט די עיקר דעבאטע איז צו די רעפארם מאכט שוואך אדער שטארק די געריכט.
אמאל בין איך געווען א מתמיד, היינט בין איך א מתמודד, איך האף איין טאג בעז"ה צו ווערן א מתבודד.

כי הטבע היא מלשון טובע, והכל בשביל המטבע.
אוועטאר
חברונער
שר האלפיים
תגובות: 2741
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 04, 2022 10:04 pm
לאקאציע:בדרך לצידון

תגובה דורך חברונער »

מתמודד האט געשריבן: מאנטאג מאי 20, 2024 1:15 pm

קלאר מאכן אפאר ווערטער אין מדנ''י, שטארקע געריכט - א געריכט וואס פסק'נט לויט איר אייגענע סענס, און איז העכער פון געזעץ. שוואכע געריכט - א געריכט וואס פסק'נט לויט די געזעץ. און מיט דעם טייטש האבן זיי געשריגן ''א שטארקע געריכט וועט ראטעווען מדנ''י פון האג''
אידן פאר העריס - טשיקענס פאר ערב יו''כ.
די גלעזל איז ריין, כ'האב נארוואס געזעהן א איד טרינקען פון דעם.
זלמן ווידער, עס איז נישט דא אזא זאך 'חאן יונס מיליטאנטן'.

אקטאובער 7 סורפרייז - דריי קוילן ביים ראלי
מלחמה מיט לבנון - אהבת ישראל

חברונער האט געשריבן: מאנטאג מאי 20, 2024 5:22 pm

דאס איז וואס כהאב ארויסגעברענגט, אז די האג טענה איז טעכניש נישט רעלעוואנט, וויבאלד איינמאל די קומסט צו צו די הנחה אז די ווילסט שוואך מאכן דאס געריכט איז שוין האג נישט דיין פראבלעם. אין אנדערע ווערטער, סאיז נישט אז די רעכטע זענען געווען גרייט שוואך צו מאכן דאס געריכט און מוותר זיין אויף האג אין דער צייט וואס די לינקע האבן געלייגט א דגוש אויף האג, נאר די דעבאטע איז ליבערשט געווען צו דער געריכט וועט טאקע שוואכער ווערן צו נישט.

מתמודד האט געשריבן: מאנטאג מאי 20, 2024 7:14 pm

נכון, אבער למעשה האבן זיי געשריגן ככרוכיא אז א שטארקע געריכט ''לויט די דארטיגע אפטייטש'' וועט ראטעווען מדנ''י פון האג, און עס שטעלט זיך אויס גראבע בעלאני.
אידן פאר העריס - טשיקענס פאר ערב יו''כ.
די גלעזל איז ריין, כ'האב נארוואס געזעהן א איד טרינקען פון דעם.
זלמן ווידער, עס איז נישט דא אזא זאך 'חאן יונס מיליטאנטן'.

אקטאובער 7 סורפרייז - דריי קוילן ביים ראלי
מלחמה מיט לבנון - אהבת ישראל
עלינו
שר ששת אלפים
תגובות: 6200
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 13, 2022 3:19 am

Re: מדינת ישראל געריכט רעפארם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עלינו »

דער ICC פראסעקיוטער קארים קאן איז געפרעגט געווארן אויף CNN צו מדנ"י געריכט סיסטעם שיצט זיי נישט פון דער אינטערנאצינאלער געריכט, ער האט גענטפערט אז מדנ"י האט אן אויסגעצייכענטע בריליאנטענער סופרים קארט, אבער אנגעוויזן אויף רעפארטס אין די ניו יארק טיימס וואס שרייבן אז דער בג"ץ קען נישט אורטיילן איבער פאלעסיס אין מדנ"י איינגענומענע שטחים אדער אויספארשן אנגעבליכע פארברעכן וואס איז פארגעקומען דארט (א זאך וואס איז שטותים).
מלך בשדה..
אוועטאר
געגאנגען
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4259
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 13, 2023 2:43 pm
לאקאציע:איך קום שוין...

Re: מדינת ישראל געריכט רעפארם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געגאנגען »

ס'איז עיברית... איך קען עס נישט איבערטייטשן

אבער ווי אזוי ווערט א פאלשע באריכט און א קאנספיראציע, צו באהאלטענע אינפארמאציע?

און מ'קען אנקלאגן אויף דעם...

מ'דארף נישט איבערמאכן די געריכט, מ'דארף איבערמאכן אפאר קעפ...
אטעטשמענטס
WhatsApp Image 2024-06-04 at 1.14.42 PM.jpeg
WhatsApp Image 2024-06-04 at 1.14.42 PM.jpeg (75.06 KiB) געזען 868 מאל
אוועטאר
חברונער
שר האלפיים
תגובות: 2741
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 04, 2022 10:04 pm
לאקאציע:בדרך לצידון

Re: מדינת ישראל געריכט רעפארם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חברונער »

געגאנגען האט געשריבן: דינסטאג יוני 04, 2024 1:18 pm
ס'איז עיברית... איך קען עס נישט איבערטייטשן

אבער ווי אזוי ווערט א פאלשע באריכט און א קאנספיראציע, צו באהאלטענע אינפארמאציע?

און מ'קען אנקלאגן אויף דעם...

מ'דארף נישט איבערמאכן די געריכט, מ'דארף איבערמאכן אפאר קעפ...
באמבע קושיא ! זיי האבן מיט געזעץ און ארנטליכקייט אזוי ווי איך האב מיט נתורי קרתא
אידן פאר העריס - טשיקענס פאר ערב יו''כ.
די גלעזל איז ריין, כ'האב נארוואס געזעהן א איד טרינקען פון דעם.
זלמן ווידער, עס איז נישט דא אזא זאך 'חאן יונס מיליטאנטן'.

אקטאובער 7 סורפרייז - דריי קוילן ביים ראלי
מלחמה מיט לבנון - אהבת ישראל
אוועטאר
מתמודד
שר האלף
תגובות: 1701
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 14, 2020 5:15 pm
לאקאציע:בין כל הרעשים

Re: מדינת ישראל געריכט רעפארם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתמודד »

געגאנגען האט געשריבן: דינסטאג יוני 04, 2024 1:18 pm
ס'איז עיברית... איך קען עס נישט איבערטייטשן

אבער ווי אזוי ווערט א פאלשע באריכט און א קאנספיראציע, צו באהאלטענע אינפארמאציע?

און מ'קען אנקלאגן אויף דעם...

מ'דארף נישט איבערמאכן די געריכט, מ'דארף איבערמאכן אפאר קעפ...
מן הסתם מיינט זי דער פאקט אז גאטליעב האט צוגעלינקט א באריכט אין וועלכע עס איז אויפגעדעקט געווארן די אידענטיטעט פון שקמה ברסלר'ס מאן, א הויכראנקיגער אפיציר אין די שב''כ, וועמענ'ס אידענטיטעט האט געזאלט צו זיין קלאסיציפירט.
אמאל בין איך געווען א מתמיד, היינט בין איך א מתמודד, איך האף איין טאג בעז"ה צו ווערן א מתבודד.

כי הטבע היא מלשון טובע, והכל בשביל המטבע.
אוועטאר
געגאנגען
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4259
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 13, 2023 2:43 pm
לאקאציע:איך קום שוין...

Re: מדינת ישראל געריכט רעפארם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געגאנגען »

געגאנגען האט געשריבן: דינסטאג יוני 04, 2024 1:18 pm
ס'איז עיברית... איך קען עס נישט איבערטייטשן

אבער ווי אזוי ווערט א פאלשע באריכט און א קאנספיראציע, צו באהאלטענע אינפארמאציע?

און מ'קען אנקלאגן אויף דעם...

מ'דארף נישט איבערמאכן די געריכט, מ'דארף איבערמאכן אפאר קעפ...
ח"כ טלי גוטליב אויף עקס:
◄ ווייז ספוילער
"אין כל מקור סמכות לחייב אותי להיחקר שכן החסינות שלי היא מפני כל הליך פלילי הכרוך במעשה או אמירה למען ובמסגרת מילוי תפקידי. שמחתי להבהיר. צר לי לאכזב".
עלינו
שר ששת אלפים
תגובות: 6200
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 13, 2022 3:19 am

Re: מדינת ישראל געריכט רעפארם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עלינו »

געגאנגען האט געשריבן: דינסטאג יוני 04, 2024 1:59 pm
געגאנגען האט געשריבן: דינסטאג יוני 04, 2024 1:18 pm
ס'איז עיברית... איך קען עס נישט איבערטייטשן

אבער ווי אזוי ווערט א פאלשע באריכט און א קאנספיראציע, צו באהאלטענע אינפארמאציע?

און מ'קען אנקלאגן אויף דעם...

מ'דארף נישט איבערמאכן די געריכט, מ'דארף איבערמאכן אפאר קעפ...
ח"כ טלי גוטליב אויף עקס:
◄ ווייז ספוילער
"אין כל מקור סמכות לחייב אותי להיחקר שכן החסינות שלי היא מפני כל הליך פלילי הכרוך במעשה או אמירה למען ובמסגרת מילוי תפקידי. שמחתי להבהיר. צר לי לאכזב".
דפנה ליאל: כדי אז גוטליב זאל נוצן איר חסינות דארף פארקומען קודם אן אפשטימונג אין כנסת וואו די יומע"שית דארף ארויסשטעלן איר צד.
מלך בשדה..
אוועטאר
יונה פויגל
שר חמש מאות
תגובות: 907
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 22, 2023 4:18 pm

Re: מדינת ישראל געריכט רעפארם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונה פויגל »

די אלע וואס האבן זיך אזוי געוואונדערט, היתכן מ'מאכט אזעלכע הפגנות וכו'.
ראט איך זיי, זיי זאלן אביסל נאכקוקן וואס איז געווען אין דזעארדזשיע, ווען מ'האט אריבערגעפירט נאר 'איין' געזעץ, וואס האט געזאלט אביסל צוימען די פרייהייט פון די איינוואוינער.
אפשר וועלן זיי אביסל פארשטיין, די פחד פון מענטשן, ווען מ'רירט צו זייער פרייהייט.
כציפור נודדת מן קינה, כן מחשבות האדם.
אוועטאר
חברונער
שר האלפיים
תגובות: 2741
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 04, 2022 10:04 pm
לאקאציע:בדרך לצידון

Re: מדינת ישראל געריכט רעפארם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חברונער »

יונה פויגל האט געשריבן: דינסטאג יוני 04, 2024 7:26 pm

אוי דו דעמאנסט מיך צייטן.....
אידן פאר העריס - טשיקענס פאר ערב יו''כ.
די גלעזל איז ריין, כ'האב נארוואס געזעהן א איד טרינקען פון דעם.
זלמן ווידער, עס איז נישט דא אזא זאך 'חאן יונס מיליטאנטן'.

אקטאובער 7 סורפרייז - דריי קוילן ביים ראלי
מלחמה מיט לבנון - אהבת ישראל
אוועטאר
אבנר בן-נר
שר ששת אלפים
תגובות: 6048
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 04, 2022 10:55 pm
לאקאציע:בדרך לרפיח

Re: מדינת ישראל געריכט רעפארם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבנר בן-נר »

אויף וואס איז געווען די פראטעסטן?

ווי ווייט איך ווייס האט די דזשארדזשיע געזעץ אויף וואס דער עולם האט אזוי פראטעסטירט, נישט ממש קיין שייכות מיט פרייהייט.
וַיֹּאמֶר דָּוִד אֶל־אַבְנֵר הֲלוֹא־אִישׁ אַתָּה וּמִי כָמוֹךָ בְּיִשְׂרָאֵל!
(שמואל_א פרק כו פסוק טו)
אוועטאר
חברונער
שר האלפיים
תגובות: 2741
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 04, 2022 10:04 pm
לאקאציע:בדרך לצידון

Re: מדינת ישראל געריכט רעפארם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חברונער »

אבנר בן-נר האט געשריבן: דינסטאג יוני 04, 2024 10:31 pm
יונה פויגל האט געשריבן: דינסטאג יוני 04, 2024 7:26 pm
די אלע וואס האבן זיך אזוי געוואונדערט, היתכן מ'מאכט אזעלכע הפגנות וכו'.
ראט איך זיי, זיי זאלן אביסל נאכקוקן וואס איז געווען אין דזעארדזשיע, ווען מ'האט אריבערגעפירט נאר 'איין' געזעץ, וואס האט געזאלט אביסל צוימען די פרייהייט פון די איינוואוינער.
אפשר וועלן זיי אביסל פארשטיין, די פחד פון מענטשן, ווען מ'רירט צו זייער פרייהייט.
אויף וואס איז געווען די פראטעסטן?

ווי ווייט איך ווייס האט די דזשארדזשיע געזעץ אויף וואס דער עולם האט אזוי פראטעסטירט, נישט ממש קיין שייכות מיט פרייהייט.
וואס איז די מעשה אין דזשארדזיע ? אין קורצן
אידן פאר העריס - טשיקענס פאר ערב יו''כ.
די גלעזל איז ריין, כ'האב נארוואס געזעהן א איד טרינקען פון דעם.
זלמן ווידער, עס איז נישט דא אזא זאך 'חאן יונס מיליטאנטן'.

אקטאובער 7 סורפרייז - דריי קוילן ביים ראלי
מלחמה מיט לבנון - אהבת ישראל
אוועטאר
אבנר בן-נר
שר ששת אלפים
תגובות: 6048
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 04, 2022 10:55 pm
לאקאציע:בדרך לרפיח

Re: מדינת ישראל געריכט רעפארם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבנר בן-נר »

חברונער האט געשריבן: דינסטאג יוני 04, 2024 10:50 pm
אבנר בן-נר האט געשריבן: דינסטאג יוני 04, 2024 10:31 pm
יונה פויגל האט געשריבן: דינסטאג יוני 04, 2024 7:26 pm
די אלע וואס האבן זיך אזוי געוואונדערט, היתכן מ'מאכט אזעלכע הפגנות וכו'.
ראט איך זיי, זיי זאלן אביסל נאכקוקן וואס איז געווען אין דזעארדזשיע, ווען מ'האט אריבערגעפירט נאר 'איין' געזעץ, וואס האט געזאלט אביסל צוימען די פרייהייט פון די איינוואוינער.
אפשר וועלן זיי אביסל פארשטיין, די פחד פון מענטשן, ווען מ'רירט צו זייער פרייהייט.
אויף וואס איז געווען די פראטעסטן?

ווי ווייט איך ווייס האט די דזשארדזשיע געזעץ אויף וואס דער עולם האט אזוי פראטעסטירט, נישט ממש קיין שייכות מיט פרייהייט.
וואס איז די מעשה אין דזשארדזיע ? אין קורצן
https://ivelt.com/forum/viewtopic.php?p ... 7#p5124367
דער עולם איז בייז אויף א פראו רוסישע געזעץ דורכגעפירט אין לאנד.

דאס האט מיט פרייהייט אזוי ווי יעדע פראטעסט איבער די וועלט.
וַיֹּאמֶר דָּוִד אֶל־אַבְנֵר הֲלוֹא־אִישׁ אַתָּה וּמִי כָמוֹךָ בְּיִשְׂרָאֵל!
(שמואל_א פרק כו פסוק טו)
אוועטאר
יונה פויגל
שר חמש מאות
תגובות: 907
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 22, 2023 4:18 pm

Re: מדינת ישראל געריכט רעפארם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יונה פויגל »

אבנר בן-נר האט געשריבן: דינסטאג יוני 04, 2024 11:24 pm

https://ivelt.com/forum/viewtopic.php?p ... 7#p5124367
דער עולם איז בייז אויף א פראו רוסישע געזעץ דורכגעפירט אין לאנד.

דאס האט מיט פרייהייט אזוי ווי יעדע פראטעסט איבער די וועלט.
סתם א פראו רוסישע געזעץ?! האט גארנישט מיט פרייהייט!?

נו נו, לאמיר זעהן.
די טרוקענע געזעץ וואס די געארגיע פארלאמענט האט געוואלט אדורכפירן ווערט אנגערופן 'די געזעץ איבער דורכזיכטיגקייט פון דרויסנדיגע איינפלוס', דאס הייסט די געארגיע רעגירונג וויל איינצוימען די דרויסנדיגע איינפלוס, און עכ"פ זיי דורכזיכטיגן, אז יעדער זאל זען אז די און די ארגענעזעישאן האט נישט אינזין די טובה פון די לאנד, נאר פארעין אינטערעסן.
און דאס איז די געזעץ: יעדע מידיע, אדער נאן-פראפיט ארג. אין געארגיע, וואס געהערט נישט צו די רעגירונג, דארף זיך דערקלערן אלס 'אגענטן פאר א דרויסנדיגע (פארעין) פאוער', און אויב איבער 20% פון איר פאנדינג קומט פונדרויסן פון לאנד, דארף זי אויפדעקן פונקטליך פון וועם זי באקומט די געלט.

נו, דעמאלטס וואס איז עס אזוי שלעכט?

דא קומען אריין די רוסן, ס'איז נישט קיין פרא רוסישע געזעץ, געארגיע איז אפי' נישט קיין פריינט פון רוסלאנד, אין פאקט האט געארגיע אנגעגעבן א בקשה ביים אויסברוך פון די רוסלאנד אוקריינע "ספעציעלע אפעראציע", צו אריינגיין אין די אי. יו.
נאר וואס יא?
דער ספיקער פון אמעריקאנער אויסערן מיניסטער, דער הויפט פון די אויסערן פאליטיק פון די אי יו, די אמעריקאנער אמבאסאדע אין געארגיע, און אסאך וואוילטעטיגע ארגענעזאציעס אינטערנאציאנאל און אין געארגיע, האבן אנגעטייטלט אז די זעלבע סארט געזעץ איז געווארן אדורכגעפירט אין רוסלאנד דורך פוטין, מיטן ציל צו איינצוימען די אקטיוויטעטן פון אינדעפענדעט אדער אפאזישן מידיע, און ס'איז עם פיין געלונגען. און דא איז אויך די ציל כדי צו דערשטיקן אקיטיוויטעטן פון אינדעפענדענט אדער אפאזישן מידיע.
ס'איז יא אביסל משמע אז די געזעץ איז ארויפגעקומען אין ליכט וואס די אי יו האט נישט געוואלט אנעמען געארגיע אין איר יוניאן, טענה'נדיג אז זיי פיטן נישט די קריטעריעס פון זייערע ווירדן, דאס האט געברענגט בייז בלוט ביי מאנכע פון די פאליטיקאנטן פון די פירנדע פארטיי וואס האבן געפנט א אייגענע פארטיי, לוחם צו זיין קעגן אמעריקאנער און אייראפעישע ווירדן, און זיי האבן געברענגט די געזעץ (כ'בין נישט אינגאנצן קלאר, בין איך נישט מאריך אין דעם).

15 פבר' 23' איז די געזעץ געברענגט געווארן אין די געארגישע פארלאמענט, אין 6 מארטש האבן זיך די פאליטיקאנטן ארום געקריגט אינעם פארלאמענט איבערן געזעץ, 7 מארטש איז די געזעץ אדורך בקריאה ראשונה אין פארלאמענט, מיט 76 קעגן 13, אין יענעם טאג האט אויפגעפלאקערט גרויסע פראטעסטן איבער די לאנד, צענדליגער צו הונדערטער טויזנטער פראטעסטירער זענען ארויס אין די גאסן פראטעסטירן אויף די געזעץ, די פרעזידענטין פון געארגיע האט אויך געשטיצט די פראטעסטירער, און געזאגט אז זי וועט וועטאירן דעם געזעץ. 9 מארטש האט די רעגירונג מודיע געווען אז זי נעמט אראפ די געזעץ פון טיש וויבאלד ס'פעלט נאך אויס צו מסביר זיין פארן עולם, די נויטווענדיגקייט און חשיבות פון די געזעץ. 10 מארטש האט די רעגירונג אראפגענומען 2 חלקים פונעם געזעץ און די אנדערע חלק איז אראפגעפאלן ווען 36 שטימען קעגן, און 76 רעדן נישט אריין.

אנפאנג אפר' 24' האט די פירנדע פארטיי געזאגט אז זיי גייען צוריקברענגען די געזעץ, מיט איין טויש אנשטאט אז די ארג. דארף זיך דערקלערן אלס 'אגענטן פאר א דרויסנדיגע (פארעין) פאוער', דארפן זיי זיך דערקלערן אלס 'ארגענעזאציע וואס זארגט זיך פאר די אינטערעסן פון א פארעין פאוער'. זייט דעמאלטס טוט זיך פראטעסטן וכו', די פרעזידענטין האט שוין וועטאירט, אבער די פארלאמענט האט שוין צוריקגעברענגט, והעיר געארגיע צהלה ושמחה.

פארשטייט זיך אז ס'איז דא אסאך וואס ליגט אונטער דעם, און כ'בין נישט אויסגעקאכט כלל וכלל אין די געארגיע פאליטיק. אבער דאס יא, א איינצעלנע געזעץ וואס קען אפשר צוימען אביסל די פרייהייט פון די אפאזיציע, שטורעמט אויף א לאנד. כך הוא דרכה של עולם.
כציפור נודדת מן קינה, כן מחשבות האדם.
שרייב תגובה

צוריק צו “פאליטישע נייעס”