מדינת ישראל געריכט רעפארם

נייעס אויפ'ן פאליטישן ארענע

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
אבנר בן-נר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5522
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 04, 2022 10:55 pm
לאקאציע:בדרך לרפיח

Re: מדינת ישראל געריכט רעפארם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבנר בן-נר »

יונה פויגל האט געשריבן: מיטוואך יוני 05, 2024 4:00 am
אבנר בן-נר האט געשריבן: דינסטאג יוני 04, 2024 11:24 pm

https://ivelt.com/forum/viewtopic.php?p ... 7#p5124367
דער עולם איז בייז אויף א פראו רוסישע געזעץ דורכגעפירט אין לאנד.

דאס האט מיט פרייהייט אזוי ווי יעדע פראטעסט איבער די וועלט.
סתם א פראו רוסישע געזעץ?! האט גארנישט מיט פרייהייט!?

נו נו, לאמיר זעהן.
די טרוקענע געזעץ וואס די געארגיע פארלאמענט האט געוואלט אדורכפירן ווערט אנגערופן 'די געזעץ איבער דורכזיכטיגקייט פון דרויסנדיגע איינפלוס', דאס הייסט די געארגיע רעגירונג וויל איינצוימען די דרויסנדיגע איינפלוס, און עכ"פ זיי דורכזיכטיגן, אז יעדער זאל זען אז די און די ארגענעזעישאן האט נישט אינזין די טובה פון די לאנד, נאר פארעין אינטערעסן.
און דאס איז די געזעץ: יעדע מידיע, אדער נאן-פראפיט ארג. אין געארגיע, וואס געהערט נישט צו די רעגירונג, דארף זיך דערקלערן אלס 'אגענטן פאר א דרויסנדיגע (פארעין) פאוער', און אויב איבער 20% פון איר פאנדינג קומט פונדרויסן פון לאנד, דארף זי אויפדעקן פונקטליך פון וועם זי באקומט די געלט.

נו, דעמאלטס וואס איז עס אזוי שלעכט?

דא קומען אריין די רוסן, ס'איז נישט קיין פרא רוסישע געזעץ, געארגיע איז אפי' נישט קיין פריינט פון רוסלאנד, אין פאקט האט געארגיע אנגעגעבן א בקשה ביים אויסברוך פון די רוסלאנד אוקריינע "ספעציעלע אפעראציע", צו אריינגיין אין די אי. יו.
נאר וואס יא?
דער ספיקער פון אמעריקאנער אויסערן מיניסטער, דער הויפט פון די אויסערן פאליטיק פון די אי יו, די אמעריקאנער אמבאסאדע אין געארגיע, און אסאך וואוילטעטיגע ארגענעזאציעס אינטערנאציאנאל און אין געארגיע, האבן אנגעטייטלט אז די זעלבע סארט געזעץ איז געווארן אדורכגעפירט אין רוסלאנד דורך פוטין, מיטן ציל צו איינצוימען די אקטיוויטעטן פון אינדעפענדעט אדער אפאזישן מידיע, און ס'איז עם פיין געלונגען. און דא איז אויך די ציל כדי צו דערשטיקן אקיטיוויטעטן פון אינדעפענדענט אדער אפאזישן מידיע.
ס'איז יא אביסל משמע אז די געזעץ איז ארויפגעקומען אין ליכט וואס די אי יו האט נישט געוואלט אנעמען געארגיע אין איר יוניאן, טענה'נדיג אז זיי פיטן נישט די קריטעריעס פון זייערע ווירדן, דאס האט געברענגט בייז בלוט ביי מאנכע פון די פאליטיקאנטן פון די פירנדע פארטיי וואס האבן געפנט א אייגענע פארטיי, לוחם צו זיין קעגן אמעריקאנער און אייראפעישע ווירדן, און זיי האבן געברענגט די געזעץ (כ'בין נישט אינגאנצן קלאר, בין איך נישט מאריך אין דעם).


15 פבר' 23' איז די געזעץ געברענגט געווארן אין די געארגישע פארלאמענט, אין 6 מארטש האבן זיך די פאליטיקאנטן ארום געקריגט אינעם פארלאמענט איבערן געזעץ, 7 מארטש איז די געזעץ אדורך בקריאה ראשונה אין פארלאמענט, מיט 76 קעגן 13, אין יענעם טאג האט אויפגעפלאקערט גרויסע פראטעסטן איבער די לאנד, צענדליגער צו הונדערטער טויזנטער פראטעסטירער זענען ארויס אין די גאסן פראטעסטירן אויף די געזעץ, די פרעזידענטין פון געארגיע האט אויך געשטיצט די פראטעסטירער, און געזאגט אז זי וועט וועטאירן דעם געזעץ. 9 מארטש האט די רעגירונג מודיע געווען אז זי נעמט אראפ די געזעץ פון טיש וויבאלד ס'פעלט נאך אויס צו מסביר זיין פארן עולם, די נויטווענדיגקייט און חשיבות פון די געזעץ. 10 מארטש האט די רעגירונג אראפגענומען 2 חלקים פונעם געזעץ און די אנדערע חלק איז אראפגעפאלן ווען 36 שטימען קעגן, און 76 רעדן נישט אריין.

אנפאנג אפר' 24' האט די פירנדע פארטיי געזאגט אז זיי גייען צוריקברענגען די געזעץ, מיט איין טויש אנשטאט אז די ארג. דארף זיך דערקלערן אלס 'אגענטן פאר א דרויסנדיגע (פארעין) פאוער', דארפן זיי זיך דערקלערן אלס 'ארגענעזאציע וואס זארגט זיך פאר די אינטערעסן פון א פארעין פאוער'. זייט דעמאלטס טוט זיך פראטעסטן וכו', די פרעזידענטין האט שוין וועטאירט, אבער די פארלאמענט האט שוין צוריקגעברענגט, והעיר געארגיע צהלה ושמחה.

פארשטייט זיך אז ס'איז דא אסאך וואס ליגט אונטער דעם, און כ'בין נישט אויסגעקאכט כלל וכלל אין די געארגיע פאליטיק. אבער דאס יא, א איינצעלנע געזעץ וואס קען אפשר צוימען אביסל די פרייהייט פון די אפאזיציע, שטורעמט אויף א לאנד. כך הוא דרכה של עולם.
אנטשולדיגט אז איך האב מיך יעצט דערמאנט אז דו האסט מיר געענפערט.

איך פארשטיי נישט וואס דו לייגסט דא צו מער פון וואס איך כאב געזאגט?
די פראטעסטן דארט האט גארנישט מיט פרייהייט מער ווי א פראטעסט פון פארמער קעגן הויכע פערטעלייזער פרייזן, אדער טראקערס קעגן געז פרייזן, און אוודאי אייביג ביי יעדע איינציגסטע פראטעסט שרייט יעדער אז די רעגירונג אונטערדרוקט זיי און נעמט אוועק זייער פרייהייט.
מיט וואס פונקטליך איז דזשארדזשיע אנדערש?
וועלכע פרייהייט נעמט מען אוועק פון די בירגער דארט? אז אויסלענדישע רעגירונגן דארפן זיך רעגעסטרירן אויב זיי ארבעטן דארט?
וַיֹּאמֶר דָּוִד אֶל־אַבְנֵר הֲלוֹא־אִישׁ אַתָּה וּמִי כָמוֹךָ בְּיִשְׂרָאֵל!
(שמואל_א פרק כו פסוק טו)
שרייב תגובה

צוריק צו “פאליטישע נייעס”