הגהות אויף ספרי קודש
אין מיין טעגליכע שיעור בספרי חסידות, באמערק איך שטארקע גרייזן אין אלע סארט ספרי קודש, פון אלע הוצאות ספרים. קענטיג לוינט זיך נישט פאר די מכונים למיניהם צו דינגען א מגיה מומחה וכדומה כדי ארויסצוגעבן א דבר השלם.
אבער צומאל איז דער גרייז אזוי בולט און דער ריכטיגער ווארט אזוי אפן, אז עס שרייט זיך מיר ארויס "אנטשולדיגט!?!"
איך וועל אנהייבן מיט צוויי דוגמאות.
ספר באר מים חיים (פ' לך, עמוד שג פון הוצאת ספרים שער התורה ג' כרכים, סוף דיבור המתחיל "וכן כשרואה לפניו") כלל הדברים, אשר הן במחשבה הן בדיבור ובמעשה בכל מה שהוא, ישים האדם אל לבו באיזה מדה מעשר מדות שרואה עתה לפניו ועוסק בה, ויראה לתקן מדה ההיא בדבר הזה שהוא חושב ומדבק ועושה בארץ:
ווער קען טרעפן דעם גרייז? (עס איז נישט נאר ביי דעם דרוק, איך האב עס געזען אין שול ביי אן אנדערע דרוק אויך, און אזוי איז עס אויך אין תקליטור תורני)
----
נאך א דוגמא פון זעלבן ספר (עמוד שיא), און דא וועל איך שוין מוזן שרייבן דעם ענטפער, ווייל עס איז שווער צוצוטרעפן אליינס.
דער באר מים חיים שרייבט אז עס זענען דא עטליכע סארטן עבדי המלך, מיט פארשידנארטיגע צוגענג צו מאכן דעם קעניג'ס קרוין, עיין שם באריכות נפלא. ביים צווייטן עבד שרייבט ער בסוף דבריו:
ורק לפי ערך סוג הראשון הם מובחרין במה שיודעין שכבוד לאיש בזה שהמלך נותן לו עבודה זו החשובה, ולא יחפוץ לעשותה בשביל קבלת פרס, אכן אף בזה לא בחר המלך להיות כלבו:
וואס??????? וואו קומט דער הונט דא אריין? (אדער 'כלבו' - ווי זיין הארץ - מאכט אויך נישט קיין סענס דא)
מאך איך א זוכעניש אין תקליטור תורני, און עס שפרינגט מיר ארויס די זעלבע ווערטער אין ספר הק' סידורו של שבת (דער גאנצער שמועס שטייט אויך דארט, און דער באר מים חיים הייבט טאקע אן "וביאור הענין על פי אשר ביארנו בחיבורנו סידורו של שבת (שורש ח ענף ב)", עס איז ממש ווארט פאר ווארט פון דארט איבערגעשריבן), און דארט שטייט "אף בזה לא בחור המלך להיות גאוה בלבו":... דער כ' איז א ב', און עס פעלט די ווארט גאוה בעפארדעם!
---
עס באדערט מיך אז איך דארף טרעפן אזעלכע גרייזן אין ספרים וואס ווערן איבערגעדרוקט כסדר און זענען מצוי אין יעדע אידישע שטוב. יישר כח פאר'ן אויסהערן (אויב איינער האט א נומער צו די דערמאנטע מכון, קען מען זיך מעלדן, אפשר וועלן זיי מתקן זיין אין די הוצאות הבאות. אינעם ספר שטייט בלויז "הוצאת ספרים שער התורה" אן קיין שום אינפארמאציע אויסערדעם).