נקוט כלל זה בידך, א שטוב וואו די שלום בית איז צופליקט, און דיאיינציגסטעסיבה פארוואס מען גט זיך נישט איז פאר די קינדער וואקסן די קינדער אויף סאך מער אומסטאביל ווי ווען דער קאפל גט זיך ווען.
קינדער קען מען נישט אויסנערן און אויב די קשר צווישן טאטע מאמע איז נישט בסדר אפילו זיי פראבירן אנצושטעלן די בעסטע פנים פאר די קינדער איז דאס לעבן א גיהנם פאר זיי, און יא, גט'ן איז די סעלושן.
איי די קינדער פאלן א קרבן? האב איך פאר אייך נייעס, די קינדער זענען שוין א קרבן, יעצט איז די איינציגסטע עצה "דעמעדזש קאנטראל".
אויב מיינט מען באמת די קינדערס וואוילזיין זאל מען זעהן אז די גט זאל גיין געשמירט, לייגן די אייגענע אינטערעסן אין א זייט, און די קינדער וועלן זיין אסאך מער סטאביל ווי ווען די קאפל בלייבט ווען צוזאמען.
און צו טאן דערינען דארף מען מיינען הונדערט פראצענט לשם שמים, אן קיין חשבונות פון כבוד המשפחה או דררא דממונא, און גרייט זיין זיך איינצושטעלן ביידע וועלטן דערפאר.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
א. זייער אסאך גיטין קומען בכלל נישט וועגן פראבלעמען בין איש לאשתו, נאר וועגן די שווער און שוויגער \ טאטע מאמע האבן מחליט געווען אז עפעס איז נישט גוט, און העצן אונטער די פאר פאלק. אויף דעם איז נישט דא קיין שום סיבה מסכים זיין. מען מוז זיין דאס אויסצורייסן. און אפטיילן די פאר פאלק פון די עלטערן ביז ווי לאנג זיי האלטן זיך נישט רואיג.
ב. זייער אסאך גיטין, אפי' ווען עס איז דא פראבלעמען בין איש לאשתו, קומט נאר ווייל מען 'גלייבט נישט' אז עס איז נאך דא וואס צו טוהן. ווען מען וואלט געוויסט, וויפיל מען קען העלפן מיט ריכטיגע טערעפי (און ליידער איז נישט דא אסאך פון דעם ארטיקל), מען דארף זיך אונטער נעמען, אז מען נעמט נישט קיין באשלוס אויף גיין גט, פאר מען גייט נישט צו קיין טערעפיסט, וואס פראבירט צו העלפן און קומט צו די מסקנה אז מען קען נישט.
באלד גייט קומען איינער און בא'שגצ'ן די טעראפיסטן וואס האקן אפ קינדער פון די עלטערן
און בכלל שרייען אז טעראפיסטן זענען ווייסעכוואס
נישט אז ס'זענען נישטא קיין טעראפיסטן וואס מ'ברויך צובינדן צום שאנד סלופ און גאנץ קהל זאל שפייען אויף זייער פנים אבער מ'מאכט אזא אנדרלמוסיא והורגת טובים ורעים
אמת! און דאס איז די פראבלעם ווי איך האב שוין פארדעם געשריבן, אז עס זענען פארהאן זייער ווייניג אמת'ע און גוטע טעראפיסטן. ממילא האבן מיר אזא פנים. פאר דעם האב איך נישט קיין עצה...
כ'האב מיר נישט אריינגעלייגט עס נאכצוגיין אם יש דברים בגוי.
= שומר ישראל שמור שארית ישראל = איך בין נישט קיין דעמאקראט, נישט קיין ריפובליקען און ניטאמאל קיין אינדיפעדענט, איך באנוץ זיך מיט מיין אייגענעם שכל... אבער אנטקעגן דעת תורה פון מיינע רבי'ס בטלה דעתי!
לדעתי איז די פראבלעם פון גיטין דאס אז די בחורים ווערן נישט אויפגעצויגן מיט א ברייטע אין קלארע פארשטאנד אין זיי זענען נישט געלערנט ווי אזוי זיך אן עצה צו דעבן מיט פראבלעם. פאר איך גיי ווייטער וויל איך קלאר מאכן אז איך מיין נישט חס ושלום ארופצורייסן די מגידי שיעורים אדער די עלטערן זיי טרייען מיטן גאנצן הארץ מחנך צו זיין די קינדער אןיף בעסטן פארנעם איך רעד פון די מציאות.
צוריק צום ענין, רובא דרובא בחורים וואקסן אויף מיט גאלדענע טאץ מען זעהט היינט יונגעלייט וואס נעמען זיך שיין קעהר די פאות מיט די רעקל אין מהאט חתונה מיט דרייווערס לייסענס אין א סעל פאון אלעס וואס זיי דארפן האט מען אין זיי זענען פשוט נישט געלערנט ווי אזוי זיך אן עצה צו געבן ווען ער שטויסט זיך אן אין א פראבלעם. יעצט אויב זאל זיין ווייב זעהן אז זי האט חתונה געהאט מיט א בחור וואס האט ישוב הדעת אין א ברייטע קאפ - ער מיז אפילו נישט האבן א עכטע ברייטע קאפ ער זאל זיך כאטש מאכן - וואלט זי געהאט די פולע אחריות אין אים אין זי וואלט אים ארויפגעקוקט אבער אזוי ווי זי זעהט אז ער ווערט ממש פארלוירן פןן יעדע קלייניקייט האט זי נישט קיין טראסט אין אים אין זי פילט נישט קיין סיפוק פארוואס צו האבן חתונה.
'טרא' די אמת, 'וועי'- וועט ממילא ארויף פארן (ארויפשווימען).