וואס קען מען טוהן צו סטאפן גיטין??
אחראי: יאנאש
- לעגאו מענטשעלע
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3709
- זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
- לאקאציע:פאר מער דרוקט נומער 7
כטראכט אז גיין וואוינען אין א פלאץ וואו ס'נישט דא קיין טייכן קען אפשר סטאפן די זאך.
- באדראג-קערעסטיר
- שר חמש מאות
- תגובות: 584
- זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 06, 2018 5:20 pm
Re: וואס קען מען טוהן צו סטאפן גיטין??
א באנדע בת היענות דא. סמארטפון גייט נישט אוועק. גיטין זענען נתרבה געווארען פון מדינות הים צו יעדע וואך נאך א מעשה
בית המדרש והמקוה שלך יוכחו
בית המדרש והמקוה שלך יוכחו
- בארואיגט-אייך
- שר האלף
- תגובות: 1296
- זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 15, 2017 11:53 am
Re: וואס קען מען טוהן צו סטאפן גיטין??
מיין מיינוג צו די גיטין פראבלעם וואס איז קלאר דא מער ווי אמאל.
נאכן זיין אינוואלף לעצטע וואכן מיט מסכת גיטין אין מיטהאלטענדיג פון די נאנט וואס דא קומט פאר וועל איך אראפ ברענגען רויע ציטאטן פון מיין טאג בוך וואס איך שרייב.
- פארוואס פארשטייט מען נישט אז די כל'הס זענען אין אנדערע סטעידש ווי די חתנים?, סע איז קלאר אז וואס די חתן האט ליב אין געזען אין געהערט ווייסט זיין כלה נישט דערפון, ביי איר איז עס אופגעפרעגט, אין מע קומט אריין מיט א קרום אויג צו די גאנצע מערידזש, פארוואס זאל נישט זיין איינמאל פאר אלעמאל א געהעריגע פראטעקאל פון די קהילות וואס אין דעם וועט אינקלודן קריקעלעם פאר די כלה טישער'ס?
- ווי אין די וועלט הערט מען אז א חתן האט א פארקערטע מהלך המחשבה ווי די תורה זאגט אונז פאר, איז דאס וועגן די היינטיגע בחורים זענען ליידיג פון אונעווייניג אן תוכן?, צו מיינט דאס אז א היינטיגע בחור לעבט א מיזרעבול לייוו סטייל?, איז טאקע די סמארטפאן די סוד פון די פראבלעם אדער האט מען נאך נישט רעפארנירט די ישיבות צו א מער חינוך פון בויען די בחור פאר זיין (גאלדענע) פויטעשר.
- גערעדט היינט צו מיין גוטע חבר ר' -------- וואס מאכט חתונה בקרוב, ער ספענט שווערע טויזענטער'ס פאר זיין בחור מיט טערעפיסטן, אין מאכט זיכער אדי אנדערע זייט ספענדן געלט פאר די דאזיגע הינזיכט, איך האב עם געפרעגט פארוואס טוסטו דאס, האט ער מיר גענטפערט: די בחור מיט די מיידל זענען אביסל פראבלעמאטיש, אנשטאט'ס אוועק צו לויפן פון די פראבלעם וועל איך טאןם אלעס אויף די וועלט עס צו מאכן ארבעטן, אין ער ענדיגט צו א ליין וואס האט מיר געגעבן א שאקל, איך האב שוין חתונה געמאכט אפאר קינדער, צו קיינעם בין איך נישט געווען אזוי רואיג ווי די איצטיגע, זיי וועלן וויסן וואס צו טאן אין זען אסאך נחת פון זיי...
- ווער אין די וועלט האט געבעטן די עלטערן צו אריין געבן פאר זייער טאכטער אז זי גליטש אין אז זי טוט זאכן וואס איז קעגן די תורה, האסט א פראבלעם מיט דעם גיי צו דיין דיין אין פרעג וואס זאל איך טאן, ניין ער איז נישט געגאנגען צו דעת תורה.
- וויאזוי ארבעט אז די מיידל מעג זיין אהער געשטעלט טויזענט פארצענט סיי ביי די חתונה אין נאכדעם מיט אלע קליידער וכו', אין די חתן ברויך סטראגלען וועגן ---------- האט געזאגט אז דאס איז נישט אוסגעהאלטן,
- אפשר ברויך מען מאכן א האטליין פון די קהילה פאר אינגע פארפעלקער זאלן קענען אריין קאלן 24/6 פאר פראבלעמען אין א לייוו ערנסטע איד זאל קענען ענטפערן אין געבן ראט וואס צו טאן אזוי דיעסקעלעט מען נישט די סיטואציע.
- ווי זענען די עסקנים?, פארוואס איז נישט דא א געהעריגע טראסבארע ארג ווי מע קען באקומען הילף אין סופארט מיט רעפערל'ס אזויווי חיים מעדיקאל אדער רפואה האט ליין?
- ווער מאכט אפ אז דא דארף זיין א גט?, ווער איז די מכריע, איך וואונדער מיך שטארק וועגן נעכטן האט ----- געבעטן ער זאל זיך אריין מישן אין טרייען צו ברענגען שלום אבער ער האט געזאגט אז ער מישט נישט, אבער היינט איז ער דא פאר א גט, ווען איך האב עם געקאלט האט ער גענפערט אז די חתן אליין האט עם געקאלט, אדער יא אין זיכער נישט!!
היוצא לנו מזה, די גאנצע סיטואציע אלגעמיינד איז צופראסקעט אין באשטייט נישט פון קיין קליגשאפט ווערט געפירט דורך געפילן וכו'.

אסאך מאל דארף זיך א מענטש ווענטילעטען זיין יומידיטי.
בעסער דא אויף מיר, ווי איידער אויף זיין ווייב אונדערהיים

- א גולם
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4381
- זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 06, 2014 10:32 pm
- לאקאציע:אין מיין שיך!
Re: וואס קען מען טוהן צו סטאפן גיטין??
דעיס איז מידות!! האסט זיך געדארפט בעסער נאכפרעגן צו סאיז דא מידות (לערנען האט מען שוין געזען תנא ר' עקיבא האטזיך געזעצט לערנען ביי די 40)חידוש נפלא האט געשריבן:ער מיינט מן הסתם צו פרעגן וואס קען מען טוהן צו סטאפן די "רשעות"וואס ווערט אפט מאל אפגעטוהן היינט ביי גיטין כידוע ליודעים.
- ניס קראכער
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8990
- זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm
Re: וואס קען מען טוהן צו סטאפן גיטין??
מיין שאלה פאנגט זיך אן א משהו פריער, פארוואס ברויך יעדע מיידל (נאך פאר זי גייט ארבייטן) א סעלפאון? פארוואס ברויך יעדע בחור באקומען א סעלפאון (באקומט פוןדי טאטע אליינס! פרעגט אייך נאך!)
איר ווייסט וויפיל פון די סעפערעישנס די לעצטע עטליכע וואכן האבן די פארפאלק (זענען זיי דען א פאר?!) קאמיונעקירט אין די חדשי האירוסין?
צ/ק
מ'ברויך שרייען געוואלד צום טאטן אין הימל, ווייל פון שרייען דא וועט מען קיין סאך נישט האבן,

א הארטע ניסל קען מען צוקראכן, א ווייכע ניסל נישט! ער ווערט צוקוועטשט!
- באדראג-קערעסטיר
- שר חמש מאות
- תגובות: 584
- זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 06, 2018 5:20 pm
Re: וואס קען מען טוהן צו סטאפן גיטין??
סאיז דא רשעות ביי די גיטין פון שנה ראשונה פארפעלקער.א גולם האט געשריבן:דעיס איז מידות!! האסט זיך געדארפט בעסער נאכפרעגן צו סאיז דא מידות (לערנען האט מען שוין געזען תנא ר' עקיבא האטזיך געזעצט לערנען ביי די 40)חידוש נפלא האט געשריבן:ער מיינט מן הסתם צו פרעגן וואס קען מען טוהן צו סטאפן די "רשעות"וואס ווערט אפט מאל אפגעטוהן היינט ביי גיטין כידוע ליודעים.
אבער לאידך גיסא איז דא רשעות ביי די אזויגעריפענע עשקנים
וואס א פאהרפאלק פרובירט שוין 15 יאהר צו ארבייטען אויף די שלום בית אין זיי זענען געבליבען מיט איין עצה צו זאגן הרי זה גטיך ואם לא, מתו. קומען די עשקנים ווייל זיי ווילען פילען גיט יעדע צופרי ביי ברכת התורה ווען זיי זאגן והבאת שלום בין איש לאשתו. אין בעל כרחם הייבן זיי אן פון בראשית ברא.
- באדראג-קערעסטיר
- שר חמש מאות
- תגובות: 584
- זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 06, 2018 5:20 pm
Re: וואס קען מען טוהן צו סטאפן גיטין??
Wow קומסט אריין קלארבארואיגט-אייך האט געשריבן:מיין מיינוג צו די גיטין פראבלעם וואס איז קלאר דא מער ווי אמאל.
נאכן זיין אינוואלף לעצטע וואכן מיט מסכת גיטין אין מיטהאלטענדיג פון די נאנט וואס דא קומט פאר וועל איך אראפ ברענגען רויע ציטאטן פון מיין טאג בוך וואס איך שרייב.
- פארוואס פארשטייט מען נישט אז די כל'הס זענען אין אנדערע סטעידש ווי די חתנים?, סע איז קלאר אז וואס די חתן האט ליב אין געזען אין געהערט ווייסט זיין כלה נישט דערפון, ביי איר איז עס אופגעפרעגט, אין מע קומט אריין מיט א קרום אויג צו די גאנצע מערידזש, פארוואס זאל נישט זיין איינמאל פאר אלעמאל א געהעריגע פראטעקאל פון די קהילות וואס אין דעם וועט אינקלודן קריקעלעם פאר די כלה טישער'ס?
- ווי אין די וועלט הערט מען אז א חתן האט א פארקערטע מהלך המחשבה ווי די תורה זאגט אונז פאר, איז דאס וועגן די היינטיגע בחורים זענען ליידיג פון אונעווייניג אן תוכן?, צו מיינט דאס אז א היינטיגע בחור לעבט א מיזרעבול לייוו סטייל?, איז טאקע די סמארטפאן די סוד פון די פראבלעם אדער האט מען נאך נישט רעפארנירט די ישיבות צו א מער חינוך פון בויען די בחור פאר זיין (גאלדענע) פויטעשר.
- גערעדט היינט צו מיין גוטע חבר ר' -------- וואס מאכט חתונה בקרוב, ער ספענט שווערע טויזענטער'ס פאר זיין בחור מיט טערעפיסטן, אין מאכט זיכער אדי אנדערע זייט ספענדן געלט פאר די דאזיגע הינזיכט, איך האב עם געפרעגט פארוואס טוסטו דאס, האט ער מיר גענטפערט: די בחור מיט די מיידל זענען אביסל פראבלעמאטיש, אנשטאט'ס אוועק צו לויפן פון די פראבלעם וועל איך טאןם אלעס אויף די וועלט עס צו מאכן ארבעטן, אין ער ענדיגט צו א ליין וואס האט מיר געגעבן א שאקל, איך האב שוין חתונה געמאכט אפאר קינדער, צו קיינעם בין איך נישט געווען אזוי רואיג ווי די איצטיגע, זיי וועלן וויסן וואס צו טאן אין זען אסאך נחת פון זיי...
- ווער אין די וועלט האט געבעטן די עלטערן צו אריין געבן פאר זייער טאכטער אז זי גליטש אין אז זי טוט זאכן וואס איז קעגן די תורה, האסט א פראבלעם מיט דעם גיי צו דיין דיין אין פרעג וואס זאל איך טאן, ניין ער איז נישט געגאנגען צו דעת תורה.
- וויאזוי ארבעט אז די מיידל מעג זיין אהער געשטעלט טויזענט פארצענט סיי ביי די חתונה אין נאכדעם מיט אלע קליידער וכו', אין די חתן ברויך סטראגלען וועגן ---------- האט געזאגט אז דאס איז נישט אוסגעהאלטן,
- אפשר ברויך מען מאכן א האטליין פון די קהילה פאר אינגע פארפעלקער זאלן קענען אריין קאלן 24/6 פאר פראבלעמען אין א לייוו ערנסטע איד זאל קענען ענטפערן אין געבן ראט וואס צו טאן אזוי דיעסקעלעט מען נישט די סיטואציע.
- ווי זענען די עסקנים?, פארוואס איז נישט דא א געהעריגע טראסבארע ארג ווי מע קען באקומען הילף אין סופארט מיט רעפערל'ס אזויווי חיים מעדיקאל אדער רפואה האט ליין?
- ווער מאכט אפ אז דא דארף זיין א גט?, ווער איז די מכריע, איך וואונדער מיך שטארק וועגן נעכטן האט ----- געבעטן ער זאל זיך אריין מישן אין טרייען צו ברענגען שלום אבער ער האט געזאגט אז ער מישט נישט, אבער היינט איז ער דא פאר א גט, ווען איך האב עם געקאלט האט ער גענפערט אז די חתן אליין האט עם געקאלט, אדער יא אין זיכער נישט!!
היוצא לנו מזה, די גאנצע סיטואציע אלגעמיינד איז צופראסקעט אין באשטייט נישט פון קיין קליגשאפט ווערט געפירט דורך געפילן וכו'.
- צדיק בן צדיק
- שר חמש מאות
- תגובות: 994
- זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 05, 2019 9:21 pm
Re: וואס קען מען טוהן צו סטאפן גיטין??
ווער זאגט אז היינט איז מען מקיים מסכת גיטין מער ווי אמאל? כלל ישראל און אונז חסידישע זענען זעך שיין ציוואקסען די לעצטע פאר יאר, סא וואשיינלעך קומען פאר מער ׳צוועלעווערס׳…
Re: וואס קען מען טוהן צו סטאפן גיטין??
מען פלעגט זיך אמאל נישט גיטן א טאג נאך שבע ברכות.צדיק בן צדיק האט געשריבן:ווער זאגט אז היינט איז מען מקיים מסכת גיטין מער ווי אמאל? כלל ישראל און אונז חסידישע זענען זעך שיין ציוואקסען די לעצטע פאר יאר, סא וואשיינלעך קומען פאר מער ׳צוועלעווערס׳…
"מען האט עכ"פ פראבירט, נישט צו צוברעכן א אידישע שטוב"
ער גייט ער גייט. גוט שבת... סי יא? אפשר אבער זיכער נישט אפט.
- חידוש נפלא
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7271
- זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 22, 2009 10:03 pm
Re: וואס קען מען טוהן צו סטאפן גיטין??
וואס איך מיין צו זאגן איז:חידוש נפלא האט געשריבן:ער מיינט מן הסתם צו פרעגן וואס קען מען טוהן צו סטאפן די "רשעות" וואס ווערט אפט מאל אפגעטוהן היינט ביי גיטין כידוע ליודעים.
אנשטאט ס'זאל צוגיין אויף א נארמאלע אידישליכע וועג, מ'איז זיך מפשר אויף פארשידענע ענינים אשר אכמ"ל, איז דא היינט אסאך פעלער ווי איין צד צאפט אויס דאס בלוט פון די צווייטע, ווי למשל מיטן אפהאקן די קינדער פונעם אנדערן וכדו' אן קיין שום וויזיטעישאנס, די סארט רשעות אדער ענליכס איז נישט געווען אמאל אזוי בנמצא ווי היינט.
- פרומע לבוש
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3559
- זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 05, 2022 12:55 pm
- לאקאציע:אין מיין רעזשוואלקע
Re: וואס קען מען טוהן צו סטאפן גיטין??
מען זאל אויפנעמען א ועד פין רבנים ודיינים וואס זאל שטיין בעיקר איבער כלה מדריכות, אין אויך חתן מדריכם דאס איז די ראש וראשון פין רוב סעפערעישאנס.
- דא צו העלפן!
- שר מאה
- תגובות: 161
- זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 24, 2022 9:33 am
Re: וואס קען מען טוהן צו סטאפן גיטין??
בעצם זאגסטו גוט,פרומע לבוש האט געשריבן:מען זאל אויפנעמען א ועד פין רבנים ודיינים וואס זאל שטיין בעיקר איבער כלה מדריכות, אין אויך חתן מדריכם דאס איז די ראש וראשון פין רוב סעפערעישאנס.
אבער ווער ס'קען אביסל ביהיינד די סין ווייסט אז ס'נישט כמעט מעגליך אזא זאך...
קודם דארפן ארבעטן אויף אנדערע אישוס ביים ציבור אז אזא זאך זאל בכלל קענען צושטאנד קומען
ווער איז די "מען זאל", וואס זאל אויפנעמען.... (זיי ברענגן דאך חלקים פון די פראבלעם, שיין גערעדט),
און וועלכע רבנים זאל מען אויפנעמען פונקטליך?
די תלמידי חכמים? די וואס ליגן אין די נושא? די וואס האבן א ריזיגע שול? די וואס האבן נישט מורא פאר זייער נאמען ארויסצוקומען און אינדארסן די "עכטע" גוטע מדריכים ומדריכות? אדער די וואס די "גאס" וועט וכו' וד"ל.
נעקסט
אלעמאל דא צו העלפן!
סיי וועם, און סיי ווען.
סיי וועם, און סיי ווען.
- World Champion
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3505
- זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 31, 2022 6:20 pm
Re: וואס קען מען טוהן צו סטאפן גיטין??
דאס האט עפעס מיט גיטין?ניס קראכער האט געשריבן:מיין שאלה פאנגט זיך אן א משהו פריער, פארוואס ברויך יעדע מיידל (נאך פאר זי גייט ארבייטן) א סעלפאון? פארוואס ברויך יעדע בחור באקומען א סעלפאון (באקומט פוןדי טאטע אליינס! פרעגט אייך נאך!)
איר ווייסט וויפיל פון די סעפערעישנס די לעצטע עטליכע וואכן האבן די פארפאלק (זענען זיי דען א פאר?!) קאמיונעקירט אין די חדשי האירוסין?
צ/ק
מ'ברויך שרייען געוואלד צום טאטן אין הימל, ווייל פון שרייען דא וועט מען קיין סאך נישט האבן,
אונזער גרויסקייט און אונזער שיינקייט וועט נתגלה ווערן ווען משיח וועט קומען!
- פרומע לבוש
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3559
- זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 05, 2022 12:55 pm
- לאקאציע:אין מיין רעזשוואלקע
Re: וואס קען מען טוהן צו סטאפן גיטין??
יעדע קהלה פאר זיך זאל אויפנעמען אייגענע מדריכים ומדריכות אין נאר צו זיי זאל מען שיקן,דא צו העלפן! האט געשריבן:בעצם זאגסטו גוט,פרומע לבוש האט געשריבן:מען זאל אויפנעמען א ועד פין רבנים ודיינים וואס זאל שטיין בעיקר איבער כלה מדריכות, אין אויך חתן מדריכם דאס איז די ראש וראשון פין רוב סעפערעישאנס.
אבער ווער ס'קען אביסל ביהיינד די סין ווייסט אז ס'נישט כמעט מעגליך אזא זאך...
קודם דארפן ארבעטן אויף אנדערע אישוס ביים ציבור אז אזא זאך זאל בכלל קענען צושטאנד קומען
ווער איז די "מען זאל", וואס זאל אויפנעמען.... (זיי ברענגן דאך חלקים פון די פראבלעם, שיין גערעדט),
און וועלכע רבנים זאל מען אויפנעמען פונקטליך?
די תלמידי חכמים? די וואס ליגן אין די נושא? די וואס האבן א ריזיגע שול? די וואס האבן נישט מורא פאר זייער נאמען ארויסצוקומען און אינדארסן די "עכטע" גוטע מדריכים ומדריכות? אדער די וואס די "גאס" וועט וכו' וד"ל.
נעקסט
פארוואס זאל א סאטמארער גיין צו א בעלזע מדריך?
אין א וויענער צו א ליטווישע? דאס ברענגט חרבנות נוראות.
Re: וואס קען מען טוהן צו סטאפן גיטין??
באדראג-קערעסטיר האט געשריבן:ווער זאגט אז מדארף סטאפן גיטין? נאר וואס דען די עולם האט נישט קיין כח צו ארבעטען אויף רילעשינשיפס.נא_שכל האט געשריבן:זיי מסביר די שאלה.Rishi Sunak האט געשריבן:וואס קען מען טוהן צו סטאפן גיטין??
די ערשטע זאך איז פריווענטשען..., מ'זאל זיך אויפפירן ווי א נארמאלע מענטש, ס'זאל בכלל נישט צוקומען דערצו....
עס קלאפט אויס זייער שטארק ביי אינז די חרידישע עולם זייער שטארק ווייל די קעמיטמענט קימט פאר די רילעשענשיפ. בבחינת "ויקח את רבקה ותהי לו לאשה" אין נאכדעם "ויאהבה"
אבער היינט איז אלעס choices choices איך קען אפמאכען מיין דשענדער, צו איך בין א חיה א בהמה אדער גאר א דומם. ממילא איז זייער שווער פאר די מענטש צו קעמיטן, צו זאגן נעשה ונשמה
היינט איז אלעס אינסטענט גרעטעפעקעישאן. מען וויל די הנאה און ראיגקייט יעצט, וויאזוי איך וויל, אן גיין יגיעה. עס ארבעט נישט אזוי.
איך רעד נישט ווען די עלטערען זענן נישט פיו ולבו שוין אין מטרעפט מומין שבסתר ושבגלוי נאך די חתונה. אדער די טאטע זיכט א ר עקיבא אין די מיידל דארף א כלבה שבוע. אדער אז מיידלעך זענען מער מענטשלעך אין בחורים זענען סעלפיש. דאס זענען גיטע פוינטס אין סאיז א וויי געשריי.
אבער איך רעד אפילו אין א נארמאלע סיטואציע איז עס נאך אלטס שווער צו ארבעטען אויף שלום בית.
סלושען: איך דאנק דער אייבערשטער אז מיינע עלטערען האבן מיר געשיקט צו א לייסענס טערעפיסט הרב מרדכי קליין פאר דריי סעשענס פאר די חתונה (צען יאהר צירוק צים גוטן) עס איז געווען א געים טשעינדשער. צו טוישען די מהלך המחשבה אז עס קומט שווערע ארבעט כדי אנצוקימען צו איש ואשתו שזכו. טוישען די מיינדסעט פון א בחור אז ביז יעצט ביזטו געווען א מקבל. אבער פון יעצט אין ווייטער ביסטו א נותן
מיין חתן רבי איז געווען גוט. אבער ווען די ווילסט ווערען א דיין לערענסטו סמיכה פון א דיין וואס פארשטייט. די זעלבע זאך די גייסט אריין אין א רילעשינשיפס דארף מען סמיכה פון איינער וואס האט זיך געלערנט אין ער האט ריעל לייף עקפיריענס
- דא צו העלפן!
- שר מאה
- תגובות: 161
- זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 24, 2022 9:33 am
Re: וואס קען מען טוהן צו סטאפן גיטין??
%100, און ווער ס'איז מחולק דערמיט ווייסט נישט וואס גייט פארבארואיגט-אייך האט געשריבן:מיין מיינוג צו די גיטין פראבלעם וואס איז קלאר דא מער ווי אמאל.
פרעגסט גוט, ליידער לערנט מען זיך אויף די פילע קרבנות, און מ'טוט שוין היינט דערין למחצה לשליש ולרביע, אבער ליידער נישט גענוג, און ס'דא אסאך ווייטאגליכע סיבות וואס האלטן עס צוריק פון געשעהן (וד"ל).בארואיגט-אייך האט געשריבן:- פארוואס פארשטייט מען נישט אז די כל'הס זענען אין אנדערע סטעידש ווי די חתנים?, סע איז קלאר אז וואס די חתן האט ליב אין געזען אין געהערט ווייסט זיין כלה נישט דערפון, ביי איר איז עס אופגעפרעגט, אין מע קומט אריין מיט א קרום אויג צו די גאנצע מערידזש, פארוואס זאל נישט זיין איינמאל פאר אלעמאל א געהעריגע פראטעקאל פון די קהילות וואס אין דעם וועט אינקלודן קריקעלעם פאר די כלה טישער'ס?
יאפ.... נישט דא צופיל וואס מוסיף צו זיין, והמבין יבין.בארואיגט-אייך האט געשריבן:- ווי אין די וועלט הערט מען אז א חתן האט א פארקערטע מהלך המחשבה ווי די תורה זאגט אונז פאר, איז דאס וועגן די היינטיגע בחורים זענען ליידיג פון אונעווייניג אן תוכן?, צו מיינט דאס אז א היינטיגע בחור לעבט א מיזרעבול לייוו סטייל?, איז טאקע די סמארטפאן די סוד פון די פראבלעם אדער האט מען נאך נישט רעפארנירט די ישיבות צו א מער חינוך פון בויען די בחור פאר זיין (גאלדענע) פויטעשר.
קלוג איז ער, און הלואי זאל יעדע טאטע מאמע זיין אזוי אחריות'דיג ביי יעדע "עוורעדזש" קינד וואס גייט אונטער די חופה למז"ט.בארואיגט-אייך האט געשריבן:- גערעדט היינט צו מיין גוטע חבר ר' -------- וואס מאכט חתונה בקרוב, ער ספענט שווערע טויזענטער'ס פאר זיין בחור מיט טערעפיסטן, אין מאכט זיכער אדי אנדערע זייט ספענדן געלט פאר די דאזיגע הינזיכט, איך האב עם געפרעגט פארוואס טוסטו דאס, האט ער מיר גענטפערט: די בחור מיט די מיידל זענען אביסל פראבלעמאטיש, אנשטאט'ס אוועק צו לויפן פון די פראבלעם וועל איך טאןם אלעס אויף די וועלט עס צו מאכן ארבעטן, אין ער ענדיגט צו א ליין וואס האט מיר געגעבן א שאקל, איך האב שוין חתונה געמאכט אפאר קינדער, צו קיינעם בין איך נישט געווען אזוי רואיג ווי די איצטיגע, זיי וועלן וויסן וואס צו טאן אין זען אסאך נחת פון זיי
א עוולה וחוצפה נוראה, ליידער ליידער א מציאות וואס קאסט אסאך.בארואיגט-אייך האט געשריבן:- ווער אין די וועלט האט געבעטן די עלטערן צו אריין געבן פאר זייער טאכטער אז זי גליטש אין אז זי טוט זאכן וואס איז קעגן די תורה, האסט א פראבלעם מיט דעם גיי צו דיין דיין אין פרעג וואס זאל איך טאן, ניין ער איז נישט געגאנגען צו דעת תורה.
באקאנט פון ר' משה ארי' פריינד זצ"ל האט קיינמאל נישט געלאזט עלטערן זיך אריינמישן, אלס געהייסן נעמען א קלוגע שליש אינדערמיט, עלטערן ווערן עמאשענעלי אינוואלווד אסאך מאל, און צומאל ווילן זיי דיקטעטן די קינדער וכו' וד"ל.
גוטע איידע. אבער ביסט גרייט צו טון עפעס מער דאס צו מאכן געשעהן? איך בין גרייט! כ'דארף אבער הילף, כ'קען נישט אליינס.בארואיגט-אייך האט געשריבן:
- וויאזוי ארבעט אז די מיידל מעג זיין אהער געשטעלט טויזענט פארצענט סיי ביי די חתונה אין נאכדעם מיט אלע קליידער וכו', אין די חתן ברויך סטראגלען וועגן ---------- האט געזאגט אז דאס איז נישט אוסגעהאלטן,
- אפשר ברויך מען מאכן א האטליין פון די קהילה פאר אינגע פארפעלקער זאלן קענען אריין קאלן 24/6 פאר פראבלעמען אין א לייוו ערנסטע איד זאל קענען ענטפערן אין געבן ראט וואס צו טאן אזוי דיעסקעלעט מען נישט די סיטואציע.
אויף דערווייל קען מען אריינרופן מיט אזאלכע זאכן צו ריליף אדער ביקור חולים ליין פון ק"י, און זיי העלפן אסאך ארויס, זיי שיקן צו גוטע מדריכים וכו', ותשחח"ל!
וואס הייסט ווי זענען די עסקנים? ווי ביסטו? אויב כ'מעג פרעגן.בארואיגט-אייך האט געשריבן:
- ווי זענען די עסקנים?, פארוואס איז נישט דא א געהעריגע טראסבארע ארג ווי מע קען באקומען הילף אין סופארט מיט רעפערל'ס אזויווי חיים מעדיקאל אדער רפואה האט ליין?
מענטשן מיינען אז "עסקנים" זענען עפעס אזא מין בריאה וואס איז ערגעץ דא, און מ'פרעגט "האלא, ווי זענט עטץ"?
כ'וויל דערוילם זאל פארשטיין, אז אין די נושא איז גאר שווער צו זיין א עסקן (כ'וועל שרייבן דערוועגן אין א באזונדערע תגובה פאר ווער ס'פארשטייט נישט פארוואס), און יעדער וואס וויל טון דערין אין וועלקאמד צו דזשוינען די באורד פון "עקסנים".
קענסט קומען אין אישי, איך פרוביר צו טון אסאך, און כ'קען נוצן אסאך הילף.
יא, יא...בארואיגט-אייך האט געשריבן:- ווער מאכט אפ אז דא דארף זיין א גט?, ווער איז די מכריע, איך וואונדער מיך שטארק וועגן נעכטן האט ----- געבעטן ער זאל זיך אריין מישן אין טרייען צו ברענגען שלום אבער ער האט געזאגט אז ער מישט נישט, אבער היינט איז ער דא פאר א גט, ווען איך האב עם געקאלט האט ער גענפערט אז די חתן אליין האט עם געקאלט, אדער יא אין זיכער נישט!!
אמת יעדע ווארטבארואיגט-אייך האט געשריבן:היוצא לנו מזה, די גאנצע סיטואציע אלגעמיינד איז צופראסקעט אין באשטייט נישט פון קיין קליגשאפט ווערט געפירט דורך געפילן וכו'.
אלעמאל דא צו העלפן!
סיי וועם, און סיי ווען.
סיי וועם, און סיי ווען.
Re: וואס קען מען טוהן צו סטאפן גיטין??
דער עולם גייט דא זייער רינגס און ארום און עס איז שווער צו כאפן וואס מען מיינט אלס מרמז צו זיין און וואס נישט. צופיל וד"ל'ס. אויב איז עס א וויכטיגע נושא וואס מען קען נישט מלבן זיין דא מאך אויף א גרופע אויף א אנדערע פלאטפארמע, אפשר טעלעגראם.
מִ֚י כְּהֶ֣
חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃
- דא צו העלפן!
- שר מאה
- תגובות: 161
- זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 24, 2022 9:33 am
Re: וואס קען מען טוהן צו סטאפן גיטין??
ניין,מי חכם האט געשריבן:דער עולם גייט דא זייער רינגס און ארום און עס איז שווער צו כאפן וואס מען מיינט אלס מרמז צו זיין און וואס נישט. צופיל וד"ל'ס. אויב איז עס א וויכטיגע נושא וואס מען קען נישט מלבן זיין דא מאך אויף א גרופע אויף א אנדערע פלאטפארמע, אפשר טעלעגראם.
דא דרייען זיך גענוג ערליכע און באזעסענע אידן, און מ'זאל יא דא לאזן די שמועס און יעדעער זאל זיך אליינס מתבונן זיין וואס די וד"ל'ס מיינען, (ס'איז א פראמענענטער חלק פון די גיטין פראבלעם... די וד"ל סיטואציע... וד"ל)
וועלכע ערענסטע מענטשן און אישי הציבור וואס זענען גרייט צו העלפן און טון קענסטו וואס דרייען זיך אויף טעלעגראם?
אלעמאל דא צו העלפן!
סיי וועם, און סיי ווען.
סיי וועם, און סיי ווען.
- איבערלעבער
- שר חמש מאות
- תגובות: 725
- זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 20, 2021 1:43 pm
Re: וואס קען מען טוהן צו סטאפן גיטין??
איני יודע פארוואס דו באפאלסט מיראיך זאג דיר גלייב מיר בנאמנות איך האב זיך נאך קיינמאל נישט גע'גט. אפילו ווען לייסענס טעראפיסטן האבן מיר אנגערייצט דערצו.Rishi Sunak האט געשריבן:וואס קען מען טוהן צו סטאפן גיטין??
יעצט ערנסט גערעדט. מען דארף אריינעמען דעם אייבירשטן אין בילד. איש ואשה שזכו שכינה שרויה ביניהן ואם לא אש אוכלתן
אפיציעלע חסד פאנד
זייט א יששכר זבולן מיט לימוד התורה טעגליך 10-12 שעה מיט תלמידים
חובות-ת"ת-ישיבה-סקול-בין איש לאשתו
[email protected] Quickpay
ראש הקהל וויכי
המנהל לכאורה
ויושר יליצו בעדנו חיות אש
מער וועלן בעזר השם איבערלעבן קיץ תשפג

- דניאל אויערבאך
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7300
- זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm
Re: וואס קען מען טוהן צו סטאפן גיטין??
אומגלויבליך ווי נאריש געוויסע שרייבן דא, אודאי ווילן זיך די פרויען גט'ן פון זיי.... לאל
זיי מיינען פשוט די פרשה פון די תורה, ס'טע געהערט!! פליז נעם די פרשה פון די ד' מיתות....
אבער פראצענטואל איז דא מער חתונות! ניטעמאל פאר א בערכ'דיגע פארגלייך איז דאס גוט.
לאמיר זאגן חתונות האט זיך פארמערט 10 פאכיג? 20 פאכיג?
גיטין איז נאך אלץ דא פיל מער ווי דעם, ליידער!
ממש כמעט אשר אין לך בית אשר אין שם גט...
דער אמת איז אז עס איז א מיקס פון אלל אף דע עבאוו, דהיינו,
- א חסרון אין מדות, מענטשן זענען סעלפיש, און נישט געדולד צו אינוועסטירן
- נישט גענוג גוטע טרעינינג פון מדיריכים/מדריכות (אמאל איז געווען נאך שוואכער אבער מער נארמאלע מענטשן)
- מען רעדט זיך איין אז די גראז איז גרינער ביי א צווייטן
- א אויפשטייג פון מענטאל העלט אישוס ליידער
- דער מצב הדור ברוחניות (כנ"ל סיי טעכנאלאגיע און סיי פרו"מע האטליינס)
- די אמעריקאנער קולטור, ויתערבו בגויים וילמדו מעשיהם
- און נאך און נאך

נישטא צופיל אויף אייוועלט אויך נישט...דא צו העלפן! האט געשריבן:ניין,מי חכם האט געשריבן:דער עולם גייט דא זייער רינגס און ארום און עס איז שווער צו כאפן וואס מען מיינט אלס מרמז צו זיין און וואס נישט. צופיל וד"ל'ס. אויב איז עס א וויכטיגע נושא וואס מען קען נישט מלבן זיין דא מאך אויף א גרופע אויף א אנדערע פלאטפארמע, אפשר טעלעגראם.
דא דרייען זיך גענוג ערליכע און באזעסענע אידן, און מ'זאל יא דא לאזן די שמועס און יעדעער זאל זיך אליינס מתבונן זיין וואס די וד"ל'ס מיינען, (ס'איז א פראמענענטער חלק פון די גיטין פראבלעם... די וד"ל סיטואציע... וד"ל)
וועלכע ערענסטע מענטשן און אישי הציבור וואס זענען גרייט צו העלפן און טון קענסטו וואס דרייען זיך אויף טעלעגראם?
מאך אויף וואטסעפפ אז דו ווילסט דוקא. טעלעגראם האט די מעלה אז עס איז אפן פאר יעדן מען מוז נישט דוקא זיין א מיטגליד אין א גרופע
מִ֚י כְּהֶ֣
חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃
- דא צו העלפן!
- שר מאה
- תגובות: 161
- זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 24, 2022 9:33 am
Re: וואס קען מען טוהן צו סטאפן גיטין??
וויפיל מענטשן האלטסו דרייען זיך דא? און וויפיל מענטשן האלטסטו גייען זעהן דעם אשכול?מי חכם האט געשריבן:נישטא צופיל אויף אייוועלט אויך נישט...דא צו העלפן! האט געשריבן:ניין,מי חכם האט געשריבן:דער עולם גייט דא זייער רינגס און ארום און עס איז שווער צו כאפן וואס מען מיינט אלס מרמז צו זיין און וואס נישט. צופיל וד"ל'ס. אויב איז עס א וויכטיגע נושא וואס מען קען נישט מלבן זיין דא מאך אויף א גרופע אויף א אנדערע פלאטפארמע, אפשר טעלעגראם.
דא דרייען זיך גענוג ערליכע און באזעסענע אידן, און מ'זאל יא דא לאזן די שמועס און יעדעער זאל זיך אליינס מתבונן זיין וואס די וד"ל'ס מיינען, (ס'איז א פראמענענטער חלק פון די גיטין פראבלעם... די וד"ל סיטואציע... וד"ל)
וועלכע ערענסטע מענטשן און אישי הציבור וואס זענען גרייט צו העלפן און טון קענסטו וואס דרייען זיך אויף טעלעגראם?
מאך אויף וואטסעפפ אז דו ווילסט דוקא. טעלעגראם האט די מעלה אז עס איז אפן פאר יעדן מען מוז נישט דוקא זיין א מיטגליד אין א גרופע
געמיר א בערך
און לאמיר זעהן...
אלעמאל דא צו העלפן!
סיי וועם, און סיי ווען.
סיי וועם, און סיי ווען.
- דא צו העלפן!
- שר מאה
- תגובות: 161
- זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 24, 2022 9:33 am
Re: וואס קען מען טוהן צו סטאפן גיטין??
די שלאה איז נאר וויאזוי?איבערלעבער האט געשריבן:איני יודע פארוואס דו באפאלסט מיראיך זאג דיר גלייב מיר בנאמנות איך האב זיך נאך קיינמאל נישט גע'גט. אפילו ווען לייסענס טעראפיסטן האבן מיר אנגערייצט דערצו.Rishi Sunak האט געשריבן:וואס קען מען טוהן צו סטאפן גיטין??
יעצט ערנסט גערעדט. מען דארף אריינעמען דעם אייבירשטן אין בילד. איש ואשה שזכו שכינה שרויה ביניהן ואם לא אש אוכלתן
וויאזוי דארף א יונגערממאן וויסן וויאזוי אריינצונעמען ג-ט ביי זיך אין שטוב ווען קיינער איז אים נישט געהעריג מדריך????
אלעמאל דא צו העלפן!
סיי וועם, און סיי ווען.
סיי וועם, און סיי ווען.
- דא צו העלפן!
- שר מאה
- תגובות: 161
- זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 24, 2022 9:33 am
Re: וואס קען מען טוהן צו סטאפן גיטין??
ששששש.......
מורי ורבותי! לא לדרשה קאתינא... אבער לאמיר לאזן פאלן אפאר ווערטער אין ריכטונג פון די ווייטאגליכע נושא אשר על זה ידוו כל הדווים.
אני הגבר ראה בעניי עמי, ומי יתן ראשי מים על חללי יונגע פארפעלקער וועלכע מאכן דאס ליידער מיט על לא דבר, און רוב מאל וואס דאס געקענט פארמיטן ווערן, קליפ און קלאר.
ב"ה אז איך בין דאס קיינמאל אריבער, און אויך נישט קיינער פון מיינע נאננטע, און דער באשעפער זאל אוודאי ווייטער האלטן די רעכטע האנט.
אבער זיך צוקוקענדיג מיט מיין אידיש הארץ וואס דער בורא עולם האט מיר געשאנקן, ראה ראיתי את נאקת בני ובנות ישראל המתאנחים ובוכים פון וואס ס'גייט ליידער פאר.
יעדער וויל וויסן "וואס קען מען טון?" ווער איז שולדיג?" "וואס איז שולדיג?" א.א.וו.
איז לאמיך ענק מגלה זיין בשער בת רבים דא אויפן פובליק פלאטפארמע וואס האפענטליך וועלן דאס גענוג מענטשן זעהן און ליינען, וואס ס'איז שולדיג אין זייער אסאך פון די גיטין!
דאס איז נישט קיין צווייטער ווי "איך!" די כותב השורות!
יא, איר האט גוט געליינט, איך בין מיך מודה ומתוודה, איך בין שולדיג, און איך בעהט דער רבוש"ע פאר מחילה בחסד וברחמים!
איך האלט ביי מיר אז איך וואלט געקענט טון מער, איך וואלט געקענט פארמיידן אסאך. לאמיך ענק דערציילן אביסל פון מיין טאג-בוך (נישט נאר בארואיגט-אייך האט איינס..), איבער די נושא.
- איך האב שוין עטליכע מאל מיטגעהאלטן ביי געוויסע וועלכע האבן זיך שטארק געמוטשעט, און אין א געוויסע פאל ביי איינער וואס איז שוין געשטאנען אויפן שוועל פון א גט, און נאך כאפן א שמועס מיט יענעם, האט זיך ארויסגעשטעלט "אז ער האט נאך קיינמאל נישט חתונה געהאט", און מ'קען זיך נישט גט'ן פאר מ'האט חתונה... (קרעדיט הרב יקותיאל אלימלך פר"מ), איך האב אים אנגעצייגט א געוויסע ערליכע ספר'ל אויף די נושא (הייבטס נישט יעצט אן ברבים וועלכע וכו'), און נאך א דריי טאג וואס דער יונגערמאן האט דאס דורכגעליינט מדאשקע לדאשקע האט ער עס געגעבן פאר זיין ב"ב, און די פארפאלק האט "חתונה געהאט" למזל טוב! און ס'איז געווארן שלום ושלוה.
- אין אנדערע פעלער האב איך געהאט די זכיה צו העלפן יונגעלייט אנקומען צו גוטע מדריכים, צו א יאר, אדער 6 יאר, 12 יאר, נאך די חתונה... זעהט זיך אויס אז משום מה האבן זייי נישט געהעריג פארשטאנען אדער אויפגעכאפט געוויסע ענינים פון זיייער אייגענע מדריך, אבער איך שיהי', איז זייער מערידזש געווארן געראטעוועט!
מורי ורבותי!
איך קען דערציילן מעשיות און מעשיות, און אלעס נאר פון מיר אליינס, איך בין דער כלי ראשון. אלזא! ווער ס'איז שולדיג אין אסאך פון די גיטין? מעגליך אז איך בין עס. פארוואס האב איך נישט פרובירט צו העלפן - עטליעסט דארט ווי כ'האב געוויסע אז ס'איז ששון...?
און אויב איינער ווארט אויף א תירוץ, זאל ער מיך ווארטן ביים קארנער מיט אדער אן א שיראם.
יעדעער ווייסט די תירוץ זייער גוט, און ווער נישט וועט עס נישט פארשטיין ווען מ'וועט אים עס מסביר זיין אויך נישט.
אבער אזויפיל מוז יא ווערן ארויסגעשריבן זייער קלאר: ס'איז ליידער דא געווייסע קצה המחנה'ניקעס וואס ס'שטערט זיי באמת ביזן זיבעטן ריפ יעדע ערליכע שטוב וואס ס'בויעט זיך, און זיי זענען ממש די שילוחים פונעם ש.. אליינס, און זיי שטייען און פארפירן, דרייען אראפ די קעפ פון די ערליכע רבנים שליט"א, צו אסר'ן, האקן, זעצן, אויף יעדע ערליכע הילף וואס איז דא צו באקומען, און ליידער קומט נישט די אלע הילף וואס איז היינט ב"ה דא בשפע, צו די וואס דארפן עס, ווייל... והמבין יבין.
און פאר ווער ס'ווערט נערוועז פון די ווארט וד"ל, וויל איך עס יעצט שרייבן איינמאל פאר אלעמאל, אבער ס'זאל ביטע ווערן אנגענומען ווי לכה"פ הונדערט.
"וד"ל"!
אויב איז דא נאך אידן וואס האלטן זיי וואלט געקענט טון מער צו ברענגן פארן ציבור און פאר די מדריכים ודיינים מומחים שליט"א אויפוואכונג אין די נושא, זאלן זיי קומען פריוואט, ס'דא אסאך וואס מ'קען טון (און בלייבן אנאנים, דיין נאממען דארף בכלל נישט ארויסגיין אויפן גאס צוליב דעם), און געוויסע זאכן טוט מען שוין, ס'איז אבער דא גאר אסאך זאכן אויפן טיש, און מיט די ריכטיגע קאפעראציע וועט מען מצליח זיין צו ברענגן א ישועה פאר כלל ישראל אין די נושא.

- פופציגער
- שר תשעת אלפים
- תגובות: 9977
- זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 10, 2020 4:07 pm
- לאקאציע:זונטאג - ניו יארק, אייוועלט.קאם
Re: וואס קען מען טוהן צו סטאפן גיטין??
ביטע... ביטע נישט עפענען קיין אומזינסטע אשכולות בלויז ווייל ס’אנלימיטעד...
שטויסט געפערליך אן דעם וועלטל.
דער פותח האשכול האט מעגליך עפעס געוואלט, אבער נישט געשריבן וואס.
געעפנט אן אשכול און געשריבן אינעם ערשטן תגובה בלויז די ווערטער פונעם קעפל וואס זאגט גארנישט און פרעגט גארנישט.
ביטע, רעכנט אייך מיט די טויזענטער טעגליכע באזיכער דא.
--
צום ענין; גיטין איז אומפארמיידליך אזוי לאנג ווי די מענער און ווייבער זענען מענטשן פון בלוט און פלייש.
איך קען פעלער פון פארפעלקער וואס זענען שוין היינט עלטער, און די קינדער זייערע באוויינען דאס אז אמאל איז נישט געווען אזוי איינגעפירט קיין גיטין...
אלזא, לאמיר לאזן דעם אויבערשטן פירן זיין וועלט ווייל ער און נאר ער ווייסט וואס איז גוט פאר אונז.
זאלן די אלע צובראכענע שטיבער אויפגעראכטן ווערן בקרוב און מ’זאל זען די גוטס וואס ליגט אין די השגחה עליונה.

.