Re: וואס קען מען טוהן צו סטאפן גיטין??
בארואיג דיך צדיק'ל, ס'שטויסט קיינעם נישט אן, און כ'ווייס נישט פאר וויפיל פון די טויזענטער באזוכער ס'באדערט...פופציגער האט געשריבן:ביטע... ביטע נישט עפענען קיין אומזינסטע אשכולות בלויז ווייל ס’אנלימיטעד...
שטויסט געפערליך אן דעם וועלטל.
דער פותח האשכול האט מעגליך עפעס געוואלט, אבער נישט געשריבן וואס.
געעפנט אן אשכול און געשריבן אינעם ערשטן תגובה בלויז די ווערטער פונעם קעפל וואס זאגט גארנישט און פרעגט גארנישט.
ביטע, רעכנט אייך מיט די טויזענטער טעגליכע באזיכער דא.
--
צום ענין; גיטין איז אומפארמיידליך אזוי לאנג ווי די מענער און ווייבער זענען מענטשן פון בלוט און פלייש.
איך קען פעלער פון פארפעלקער וואס זענען שוין היינט עלטער, און די קינדער זייערע באוויינען דאס אז אמאל איז נישט געווען אזוי איינגעפירט קיין גיטין...
אלזא, לאמיר לאזן דעם אויבערשטן פירן זיין וועלט ווייל ער און נאר ער ווייסט וואס איז גוט פאר אונז.
זאלן די אלע צובראכענע שטיבער אויפגעראכטן ווערן בקרוב און מ’זאל זען די גוטס וואס ליגט אין די השגחה עליונה.
פון די פותח האשכול'ס "תגובה" איז אפשר נישט ארויסגעקומען קיין סאך, אבער פון זייין "אשכול" יא, און ייש"כ פאר דיינע הערות איבער די נושא.
סיי וועם, און סיי ווען.