Re: מעמפיס - שטורעם איבער שווארצן מאן דערמארדערט געווארן דורך די פאלציי
פון איין זייט זענען די פאליציי לייט רוצחים. פאליציי איז א מענטאליטעט, און די וואס שרייבן זיך איין אין א פאליציי אגענטור זענען מענטשן וואס גלייכן קאנטראל איבער אנדערע.
פון די צווייטע זייט איז דא א פראבלעם. יעדעס מאל א פאליציי מאן שטעלט איינעם אפ ציטערט ער פאר זיין לעבן. יענער קען אים אומברענגען אויפן פלאץ. ספעשעלי ווען יענער רעזיסט.
די טענה איז אז ווען מען שטעלט אפ א שווארצער טראכט דער פאליציי מאן אז דער איז דא פאר פראבלעמען. פארוואס? ווייל ער איז שווארץ. און דאס מאכט זיי רעאגירן מיט מער מאכט ווי נארמאל.
צי דאס האט דא געשפילט א ראלע ווייסעך נישט, אבער יש לאמר כן.