מיין באזוך אין דזשארדזשיע
מ'האמיר געבוקט די טיקעטס ארויסצופארן מוצאי שבת. אזוי ארום הייבט מען שוין אן די טאג אין דזשארדזשיע פארדינענדיג דערביי אסאך צייט.
געווען איז עס אין א ווינטערדיגע מוצאי שבת ווען די זמנים זענען גאר פרי. די פלייט איז געווען געסקעדזשולט ארויסצופארן 8:30 פון JFK. א שעה פאר די פלייט האב איך מיר געטראפן מיט מיין שותף אין עירפארט. נאכ'ן איינטשעקן און סעקיורטי האמיר זיך געוואנדען צום געיט וואו מיר זענען געוואויר געווארן אז ס'איז אנטשטאנען א לייכטע דילעי. למעשה נאך א קורצע צייט האט מען אנגעהויבן בארדן.
די 'דעלטע' פלייט איז געווען היפש פול און עס האט גענומען א לענגערע צייט ארויפצוזעהן יעדן אויפן פליגער. א פולע פלייט איז קיינמאל נישט צו באקוועם און איך וועל געווענליך פרובירן צו בוקען א זיץ מיט 'עקסטרע לעגרום' (אויב ס'איז נישט צו טייער). דאסמאל זענען מיר אבער יא געזיצען צווישן דעם המון עם און צוזאמען מיט'ן מאסק אויפ'ן פנים און די שטיקיגע לופט וואס ס'האט דארט געהערשט, האט זיך עס געשפירט היפש אומאנגענעם.
די פליגער האט זיך ענדליך אנגעהויבן רירן און נאך א קורצע צייט האט מען זיך געהויבן און די לופטן. נאכ'ן פליען פאר בערך צוויי שעה האט מען געלאנדעט אין אטלאנטא, דזשארדזשיע. יעצט דארפן מיר טרעפן די קאר רענטל. צום ערשט נעמט מען א טרעין וואס טראגט צום מעין טערמינאל און פון דארט נעמט מען נאך א טרעין אנצוקומען צום קאר רענטעל. אנקומעדיג צו נעשינעל קאר רענטעל האבן מיר אויסגעקליבן א טעיאטע היילענדער עס יו ווי און זיך ארויסגעלאזט אויפן וועג אריין אין שטאט.
מיר האבן איבערגענעכטיגט אינעם הייעט האטעל וואס געפונט זיך 10 מינוט פון די אידישע געגנט. ביים בוקען האב איך מיר באנוצט מיט הייעט פוינטס אין זיך געשפארט פון דארפן באצאלן א טייערערע פרייז.
צומארגנס האט מען זיך ארויסגעלאזט צום ביהמ"ד בית יעקב. מיר האבן אויסגעקליבן דעם ביהמ"ד וויבאלד עס איז דא דארט 3 מניני שחרית און זונטאג איז די שפעטסטע מנין 9:00. די בנין הביהמ"ד איז זייער גרויס און דינט אלס א אידישע צענטער.עס פארמאגט א תלמוד תורה, מיידל שולע, כולל און מקוה. מיר האבן געכאפט א טבילה און זיך געשטעלט דאווענען.
נאכ'ן דאווענען האבן מיר זיך ארויסגעלאזט ארומפארן באטראכטן די אידישע געגנט. די גאסן דארט זעהן אויס ענליך צו די אידישע געגענטער ארום מאנסי א שטייגער ווי עירמאנט, פאמאנע. ברייטע גרויסע הייזער ארומגענומען מיט אסאך גראז און ביימער. יעדעס מאל איך פאר אין אזעלעכע געגנטער וואונדער איך זיך פארוואס איך וואוין נאך אלץ צושטופט אין די סיטי.
דערנאך זענען מיר צוגעפארן צו איינע פון די אידישע געשעפטן איינצוקויפן עפעס עסן. די געשעפט געפינט זיך אין אזא שאפינג סענטער וואס פארמאגט אויך נאך אידישע געשעפטן. א דשודעיקע סטאר, א מילכיגע רעסטוראנט און א פליישיגע רעסטוראנט. למעשה האט די געשעפט נאר געהאט א געצוימטע צאל פראדוקטן א שטייגער ווי קרעקערס, לאקשן, טשאקלאד, האט פעפער און נאך פארשידענע איזרעלי מאכלים. האבן מיר געזוכט וואו עס איז דא אן אנדערע געשעפט מיט כשר'ע עסן. די נענטסטע אפציע איז געווען די טשעין גראסערי געשעפט 'קרוגער' וואס פארמאגט א כשר'ע סעקשן. דארט איז שוין געווען אביסל א בעסערע אויסוואל. למען האמת איז דא נאך כשר'ע געשעפטן אין שטאט וואו מיר זענען נישט אנגעקומען צו באזוכן און ס'איז מעגליך אז די אנדערע זענען יא מער אהערגעשטעלט.
נאכ'ן איינקויפן וואס מיר האבן געדארפט האבן מיר זיך ארויסגעלאזט אויף די צוויי שעה'דיגע וועג צו Lookout Mountain וואס געפינט זיך און די געגנט פון טשענטינוגא טענעסי.
Lookout Mountain איז א בארג וואס געפינט זיך אין די צפון מערב ווינקל פון דזשארדזשיע ביי די גרעניץ פון טענעסי. אויפ'ן בארג זענען פארהאן פארשידענע אינטערעסאנטע פלעצער צו גיין באזוכן און עס ווערט פאררעכענט אלס איינס פון די מערסט באזוכטע פלעצער אין די געגענט.
אנקומענדיג נענטער האבן מיר אריבערגעשפרייזט די דזשארדזשיע גרעניץ אריין קיין טענעסי. שפעטער איז אונז מערערע מאל אויסגעקומען אריבערצוגיין די צוויי שטעט גרעניצן.
צום ערשט זענען מיר צוגעפארן צו Ruby Falls. דאס איז א הערליכע וואסערפאל וואס געפונט זיך אין א הייל. מיר פארן ארויף אויפ'ן בארג ווען פון די זייט אנטפלעקט זיך א הערליכע וויו פון די שטאט טשענטינוגא וואס זיצט צופוסענס פונעם בארג. אזוי אויך די טענעסי ריווער וואס לויפט דארט אדורך. למעשה ביים אנקומען צום טיקעט באט ווערן מיר געוואויר אז מען קען נאר אריינגיין אויב גייט מען צוזאמען מיט א טור. די אנגעשטעלטע ביים דעסק לאזט אונז וויסן אז די קומענדיגע טור הייבט זיך אן אין א האלבע שעה. אונזער צייט איז געווען זייער געענגט און מיר האבן זיך געיאגט צו כאפן די קומעדיגע פלאץ וואס מיר קענען פארפאסן אויב קומען מיר צו שפעט. האט מען מחליט געווען צו סקיפען דעם פלאץ און גיין ווייטער.
די קומענדיגע סטאנציע איז Rock City Garden און די וועג אנצוקומען אהין נעמט 10 מינוט. מיר קומען אן א קורצע צייט פאר'ן שפארן. האבן מיר שנעל געקויפט טיקעטס און זיך ארויסגעלאזט עקספלאורן דעם פלאץ.
די הערליכעRock City Garden איז א פלאץ וואו עס איז פארהאן פארשידענע טרעילס וואס טראגן צווישן די פעלזען שטיינער ארומגענומען מיט נאטור. פון די זייטן זענען איינגעפלאנצט הערליכע פלאנצונגען און אין געוויסע פלעצער ווערט די טרעיל זייער שמאל און מען ברויך זיך דורכקוועטשן צווישן די שטיינער. ביי איין פונקט גייט מען אריבער אויף א הענגעדיגע בריק. אנקומענדיג אויף די אנדערע זייט באגעגענט מען זיך מיט א הויכע וואסערפאל וואס רינט אראפ פון צווישן די פעלזען שטיינער.
פון דארט פירט די טרעיל צו אן אווערלאק פון וואו מען באקומט א הערליכע וויו פון די געגנט ארום. די אווערלאק ווערט אנגערופן די 'זיבן שטאטן וויו' וויבאלד אין א קלארע טאג דארף מען מ'כלומרש'ט צו קענען זעהן 7 שטעט אויפאמאל. די זיבן שטעט זענען טענעסי, קענטאקי, ווירדשיניע, נארט קארליינע, סאוט קארליינע, דזשארדזשיע און אלאבאמא.
נעבן די אווערלאק זענען דא טישן און בענקלעך זיך אראפצוזעצן. אזוי אויך איז דארט דא א גיפט שאפ. מיר האבן זיך דארט אפגערוהט און הנאה געהאט פון די הערליכע וויו.
גייענדיג ווייטער אויפ'ן טרעיל נעמט עס אונז אריין אין א נעץ פון היילן וואס זענען באלאכטן מיט הערליכע קאלירפולע לייטס ווען פון די זייטן זענען אויסגעלייגט אינטערסאנטע אויסשטעלונגען.
ארויסקומענדיג פונעם הייל דערזעען מיר זיך ביים טויער פון וואו מיר זענען אריינגעקומען. מיר גייען צוריק צום קאר און לאזן זיך אין וועג אריין.
קליפ
די קומענדיגע סטאפ איז די Lookout Mountain Incline Railway. אנצוקומען אהין פארט מען אראפ דעם בארג. מיר לאזן זיך ארויס אין וועג און ביז געציילטע מינוטן זעהט מען שוין די סיין וואס צייגט וואו צו פארקירן.
די Incline Railway איז א באן וואס באשטייט פון איין וואגאן און איז אהערגעשטעלט ארויפצוטראגן פאסאדזשירן צום שפיץ פון בארג. אזא באן געפינט זיך אויך ביי מאונט וואשינגטאן אין ניו העמפשור און אין נאך פארשידענע פלעצער. די באן שינעס וואו מיר זענען געווען ווערט פאררעכנט אלץ די שיפסטע אין די וועלט. די זיצן זענען ספעציעל דיזיינט געווארן פאר די גאר שיפע רייזע.
מיר האבן געקויפט טיקעטס און געווארט אז די נארוואס צוריקגעקומענע באן זאל ווערן אויסגעליידיגט. בשעת'ן ווארטן האט די אויפזעהער אויפ'ן פלאץ אויפגעפאדערט יעדן אנצוטוהן א מאסק. אויפשטייגנדיג אויפן באן פרוביר איך צו כאפן דאס בעסטע פלאץ. נאך אפאר מינוט האט זיך די באן אנגעהויבן רוקן. בשעת'ן פארן האט א מגיד גע'דרש'נט איבער די היסטאריע פון דעם באן. ביי איין פלאץ אינמיטן בארג צוטיילט זיך די שינעס אין צוויי צו ערמעגליכן פאר די קעגנקומעדיגע באן אדורכצופארן. די וועג ארויף ציט זיך 1.6 מייל.
נאך ארום צען מינוט פארן זעמער אנגעקומען צום שפיץ. מיר זענען צוגעגאנגען צום אבזערוועישן דעק וואו מען באטראכט די הערליכע וויו פון די טענעסי טייך און די שטאט טשענטינוגא. נאכ'ן וויילן דארט פאר אפאר מינוט זענען מיר צוריקגעגאנגען צום באן און אראפגעפארן דעם בארג.
פון דארט האבן מיר זיך ארויסגעלאזט אויפן וועג צוריק קיין אטלאנטא וואו מיר האבן נאך פרובירט צו כאפן איינע פון די מילכיגע רעסטוראנטס. למעשה זענען מיר אנגעקומען 10 מינוט פאר'ן שפארן און די חברה דארט האבן שוין געהאלטן אינמיטן אפרייניגען און האבן שוין נישט געהאט וואס צו פארקויפן. מיר האבן מחליט געווען צוריקצופארן צום קרוגער געשעפט וואו מיר האבן איינגעקויפט עפעס עסן פאר נאכטמאל.
ארום אכטע צייט האבן מיר געזוכט פאר א מנין מעריב. קוקענדיג אויף GoDaven האב איך געזעהן אז עס איז נישט דא קיין מנינים יענע צייט. מיר האבן צוגעווארט פאר די קומעדיגע מנין וואס דארף פארצוקומען 8:30 אין עפעס א ישיבה. למעשה האבן מיר נישט מצליח געווען צו טרעפן די ריכטיגע אדרעס. אונזער נעקסטע אפציע איז געווען צו דאווענען אין די כולל וואס געפינט זיך אינעם זעלבן בנין ווי מיר האבן געדאווענט צופרי. מיר האבן געמאכט אונזער וועג אהין אבער קיין מנין מעריב איז נישט געווען אין יענע צייט.
פון דארט האבן מיר זיך ארויסגעלאזט צום Renaissance האטעל וואו מיר וועלן איבערנעכטיגן. די האטעל געפינט זיך נעבן די עירפארט און כדי צו שפארן צייט פארטאגס האבן מיר צוריקגעטראגן די קאר שוין יעצט ביינאכט. פון דארט האבן מיר גענומען אן אובער צום האטעל.
מיר האבן אויסגעקליבן די Renaissance האטעל וויבאלד די האטעל איז באוואוסט אלץ איינע פון די בעסטע האטעלס פון וואו מ'קען מיטהאלטן די פליגערס זיך הייבן און לאנדן. זייענדיג אן Avgeek (אוויאציע ליבהאבער) האט זיך מיר געלוינט צוצוצאלן די עקסטערע פאר דאללאר צו שלאפן אין דעם האטעל. איך האב פון פאראויס אריינגערופן באשטעלן א ראנוועי וויו רום און אזוי ארום האבן א גוטע וויו פון די ראנוועי.
איך האב באקומען א רום אויף די פיפטע שטאק. די רום פארמאגט א פארטש מיט'ן פנים צום ראנוועי. אין די קורצע צייט וואס מיר זענען דארט געווען האמיר מיטגעהאלטן די פליגער אפעראציעס פון גאר נאנט. די איינציגסטע חסרון איז געווען אז ס'איז געווען ביינאכט וואס דאס האט געצוימט וויפיל מיר האבן געקענט זעהן.
ויהי ערב ויהי בוקר. מיר זענען אויפגעשטאנען פארטאגס און זיך ארויסגעלאזט מיט'ן האטעל שאטעל צום עירפארט. מיר זענען אנגעקומען 55 מינוט פאר די פלייט פארט ארויס. די פלייט איז געווען געסקעדשעלט ארויסצופארן 6:50. לויט מיין חשבון האבן מיר געהאט גענוג צייט צו כאפן דעם פליגער.
נאכ'ן ארויספרינטן די טיקעטס האבן מיר זיך צוטיילט. וויבאלד איך פארמאג TSA Precheck בין איך געגאנגען אין די ספעציעלע ליניע און מיין שותף איז געגאנגען צו די געווענליכע ליניע.
אנקומעדיג אהין בין איך סורפרייזט געווארן פון די גאר לאנגע ליניע פון מענטשן. געווענליך איז די TSA Precheck ליניע ממש ליידיג. דאסמאל איז עס געווען כמעט אזוי לאנג ווי די געווענליכע ליניע. די Clear ליניע האט אויך נישט אויסגעזעהן צופיל בעסער. די ליין האט זיך גערוקט גאר שטייט און עס האט מיר אויסגעזעהן ווי א חלק פון די מאשינען ארבעטן נישט געהעריג.
די זייגער שטעלט זיך נישט אפ און וואס א מינוט עס גייט אדורך זענען מיינע נערווען געווארן מער און מער אנגעצויגן. די לאנגע ליניע האט געמאכט זייער שוואכע פארשריט. נאך א לענגערע צייט ווארטן האב איך מיר ענדליך געזעהן אויף די אנדערע זייט. יעצט דארף מען נאך נעמען די טרעין וואס זאל אונז פירן צום געיט און ווער ווייסט ווי לאנג די שפאציר צום געיט נעמט.
בשעת'ן לויפן צום טרעין האב איך אריינגעקאלט מיין שותף צו טשעקן וואו ער האלט. ער זאגט מיר אז ער איז אויך יעצט אדורך סעקיורטי. דאס האט מיר שוין געברעגט צו האבן ספיקות צו די גאנצע TSA Precheck איז אפשר איבריג. איך זעה דאך נישט ווי איך זאל דא האבן פארדינט דערפון עפעס צייט.
מיר שטייגן אויף אויפן טרעין און מיר פארן ביז טערמינעל E פון וואו אונזער פלייט פארט ארויס. איך כאפ א בליק אויפ'ן זייגער און די מצב זעהט נישט אויס גוט. אונזער פלייט איז מיט Jetblue עירליינס און איך ווייס אז זיי האלטן זיך זייער שטארק מיט זייער פאליסי אז די טויערן פארשפארן זיך 15 מינוט פאר די פלייט טיים. איך געדענק נאך ווי מיין שוואגער איז איין חול המועד פארטאגס געפארן מיט Jetblue און איז געבליבן שטעקן מיט זיין גאנצע משפחה אין עירפארט פאר אנקומען בלויז 1 מינוט שפעט.
מיר שטייגן ארויס פונעם טרעין און מיר לויפן צום געיט. דאס אליין איז געווען א שטיקל מהלך. ווען איך בין אנגעקומען צום געיט איז שוין געווען 6:42 קנאפע 8 מינוט פאר די אפציעלע צייט. מיר גייען צו צום פראנט דעסק און מיר זעהן אז את אשר יוגורנו בא, די טויערן זענען פארשפארט און מען לאזט שוין נישט ארויף אויפן פליגער.
וואס טוט מען יעצט?
אזוי שטייענדיג דארטן האב איך מיטגעהאלטן ווי די אנגעשטעלטע ביים דעסק איז פארנומען העלפן א צווייטן וואס האט אויך פארפאסט דעם פליגער. איך הער ווי זי זאגט יענעם אז די נעקסטע פליגער פארט 12:00. עס איז מיר גוט געווארן, איך האלט נישט ביים פארוואסערן מיין גאנצן טאג.
ווען איך בין צוגעגאנגען צום דעסק האט מיר די אנגעשטעלטע אינפארמירט אז די קומעדיגע פלייט ווי זי זעהט צוויי ליידיגע זיצן פארט ארויס ערשט 9:00 ביינאכט. איך האב פארשטאנען אז דאס איז נישט קיין אפציע.
איך האב מיך אראפגעזעצט און אנגעהויבן זוכען פאר פלייטס אויף אנדערע עירליינס. די קומעדיגע פלייט איז געווען מיט דעלטע ארום 8:00 אבער די סיסטעם האט עס שוין נישט געלאזט בוקן. צום סוף האב איך געבוקט די 10:00 אזייגער פלייט פאר ביידע פון אונז.
יעצט איז נאך געבליבן מער ווי צוויי שעה. ארויסצוטשעקן פון די עירפארט האב איך שוין נישט געוואלט איך האב נישט געזוכט נאכאמאל צו פארפאסן מיין פליגער. האבענדיג א יונייטעד לאונדש פעס, האב איך מחליט געווען אהינצוגיין זיך אפרוען און דאווענען שחרית. אנצוקומען אהין דארף מען נאכאמאל פארן מיט'ן טרעין וויבאלד די לאונדש געפינט זיך אין אן אנדערע טערמינעל.
ביים אנקומען צום לאונדש האבן זיי געבעטן פאר מיין בארדינג פעס. די אנגעשטעלטער לאזט מיר וויסן אז לויט זייער נייע פאליסי קענען נאר מענטשן וואס פארן מיט יונייטעד אריינקומען און וויבאלד איך פאר מיט דעלטע באקום אין נישט קיין עקסעס.
בלית ברירה בין איך צוריקגעפארן צום טערמינאל וואו מיר האבן זיך באקוועם געמאכט און געדאווענט. די צייט האט זיך גערוקט און ארום 9:30 האט מען אנגעהויבן בארדן. פאר'ן ארויפגיין האב איך געבעטן ביי די פראנט דעסק אויב זיי קענען מיר געבן א גוטע סיעט און צו מיין גוט מזל האט מען אונז געזעצט ביים Exit Row וואס פארמאגט מער לעגרום פון א געווענליכע סיעט. די פלייט צוריק איז געווען זייער געשמאק און מיר האבן געלאנדעט בשעה טובה אין JFK ארום 12:00.
פון מיין Jetblue טיקעטס האב איך שפעטער באקומען קרעדיט אזוי איז כאטש א חלק יפה פון די דעלטע טיקעטס געווארן אויסגעצאלט.
די לעקציע וואס איך ארויסגענומען פון די גאנצע פאסירונג איז געווען אז ווען מען פארט פון א גרויסע עירפארט אנהייב טאג איז בעסער צו געבן אביסל עקסטערע צייט, בפרט ווען מ'פארט פון א פרעמדע עירפארט.
עס איז אינטערסאנט אנצומערקן אז די אטלאנטא עירפארט ווערט פאררעכנט אלץ אמעריקע'ס פארנומענסטע עירפארט. איך האב אמאל געהערט א הסבר אז דאס איז וויבאלד 80% פון אמעריקע'ס פאפולאציע וואוינט אין געגנטער וואס איז צוויי שעה און ווייניגער צו פליען פון אטלאנטא. דאס מאכט עס פאר א פארנומענע קאנעקטינג עירפארט.