טייערע אידן הערט וואס מיינט תורה מגינא ומצלא. [איך האב זיך גענומען די מיה און פארצייכענט א פאר ווערטער פון חז"ל לכבוד מיינע טייערע אידן נדיבים בעם, (א דאנק פאר אלעם און ביטע זייט נישט בייז), אנשולדיגט]
גיב א בליק אין מסכת סוטה כ ע"א זאגט די משנה שרעקליכט זאכן, אז ביז געציילטע רגעים נאך וואס מען האט אנגעטרינקן א סוטה, זי האט אפילו נישט עספיעט אויסצוטרינקן די מים המאררים, ביז איהר פנים ווערט בלייך, די אויגן שטארצן ארויס, זי ווערט פיהל מיט געשוואלענע אדערן, בית דין שרייט אויס, טראגט איהר שוין ארויס פון דאנעט זי זאל נאר נישט מטמא זיין די עזרה.
זאגט אבער די משנה, נישט אלעמאל האט די מים המאררים געטוהן אזא געניטע זשאב, אם יש לה זכות תולה לה, יש זכות תולה שנה אחת, יש זכות תולה ב' שנים, יש זכות תולה ג' שנים, עס איז דא א פאל וואס א זכות איהרע וועט צוריקהאלטן די שטראף ביז דריי יאהר.
פרעגט די גמרא אויף דף כא ע"א זכות דמאי? אילימא כו' רבינא אמר לעולם זכות תורה! איי וועסטו פרעגן זי לערנט דאך נישט קיין תורה? ענטפערט די גמרא, באגרא בשכר דמקרין ומתניין בנייהו זיי לייגן צו א האנט און העלפן ארויס אז די קינדער זאלן גיין לערנען תורה כו'.
הער וואס מיינט ארויסהעלפן אידן לערנען תורה "תורה מגינא ומצלא". מען רעדט דא פון א אשה וואס נסתרה אחר קנאה וסתירה, ונטמאה, ואף כל פי כן ויש זכות תולה ביז ג' שנים, וועלעכע זכות? שטיצן תורה לערנער.
אזוי אויך ברענגט די גמרא דארט אין סוטה דף כא ע"א, מאי וואס איז פשט פון פסוק אין שיר השירים פרק ח פסוק ז, אם יתן איש את כל הון ביתו באהבה בוז יבוזו לו, וואס איז לכאורה משמע, אז איינער וואס וועט שטיצן תורה אין גרויסן, מיט א גרויס פארמעגן, וועט ער דערפון גארנישט האבן, נאר ער וועט בלייבן א שאנדע פאר יעדן. אמר עולא לא כשמעון אחי עזריה, מען רעדט נישט פון דער ברודער עזריה, וואס האט געשטיצט מיט א ברייטקייט זיין ברודער דער תנא וואס ווערט גערופן אויף זיין נאמען מיט עהרע און שעץ, "שמעון דער ברודער פון עזריה", ולא כר' יוחנן דבי נשיאה, אויך מיינט מען נישט ווי די שטוב פון נשיא, וואס האט געשטיצט דעם אמורא וואס מען האט גערופן אויף די נאמען פון זיינע געטרייע שטיצער, "ר' יוחנן דבי נשיאה", אלא כהלל ושבנא נאר ווי דער באקאנטער הלל הזקן דער ראש ישיבה פון בית הלל מיט זיי ברודער שבנא, דכי אתא רב דימי אמר, הלל ושבנא אחי הוו, הלל עסק בתורה מתוך עוני רב כדמפרש ביומא לה ע"ב, שבנא עבד עיסקא, לסוף נאך וואס הלל איז אויסגעוואקסן וואס ער איז אויסגעוואקסן, א"ל זאגט איהם דער רייכער ברודער שבנא, תא נערוב וליפלוג, קום לאמיר ווערן יששכר וזבולן שותפים און זיך טיילן גלייך אויף גלייך, איך געב דיר האלב מיין פארמעגן, און איך באקום האלב פון די שכר פון דיין תורה, יצתה בת קול ואמרה אם יתן איש את כל הון ביתו באהבה בוז יבוזו לו, יעצט איז צו שפעט, אפילו שבנא זאל יעצט געבן את כל הון ביתו, נישט האלב, די גאנצע, וועט עס איהם גארנישט העלפן.
יישר כח טייערע אידן א גוטע נאכט