אינטערוועלטניקהאט געשריבן:↑דאנערשטאג אוגוסט 03, 2023 12:49 am
וואס זאגט דער עולם זאלעך אנגיין?
וואס??? איך זעה גוט???@אינטערוועלטניקהאצעך צוריקגעקערט פון די אונטערוועלט….
וואדע זאלסטו ווייטער שרייבן, קודם חזרה קען קיינמאל שאטן (נאכדערצו ווען די לייגסט צו דיין אייגן געשמאקע טעיסט!!) און בעיקר, לאמיר נישט אויסשמועסן ווינישטאינטערעסאנט די בליץ לייגט עס אראפ…
א סי. 130 פראכט עראפלאן פון די יו. עס. נעווי האט זיך געמיטלעך געגליטשט און די ליפטן, כאטש וואס ער איז געווען קארגע דרייסיג מייל אוועק פון פיינטליכע טעריטאריע, האט ער ניטאמאל גענומען אויסערארדענליכע זיכערהייט מאסנאמען צי פארמיידן פיינטליכע ראדארן, ווארום די טשאנסן צי ווערן אראפגעשאסן דורך די גרענאד'ישע מיליטער פון אזא ווייטקייט איז געווען נידריגער פון זערא.
די אמעריקאנער מיליטערישע קאמאנדירן האבן טאקע געוואוסט אז די גרענאד'ישע מיליטער פארמאגט קנאפע אנטי עירקרעפט מעגלעכקייטן, אבער וואס עס האט זיי יא געפעלט איז געווען 'אן דע גראונד' אינטעלידזשענס, די מיליטער האט טאקע פארמאגט פילע סעטעלייט בילדער פון גרענאדא אבער בלויז מיט בילדער קען מען קיין קריג נישט פירן, מ'דארף וויסן בערך ווי אזוי די ברעגעס קוקט אויס, זייער צישטאנד, ווי הארט די ערד איז, וועלכע סארט מאשינען אדער פלי געצייג קענען דארט לאנדן, און אזוי אויך די דעפענס מיטלען וואס די קעגנער פארמאגט.
וויבאלד גרענאדא איז געווען א אינזל וועט די ערשטע שטאפלן פון די אינוואזיע - דאס הייסט די סורפרייז עלעמענט - דארפן דורכגעפירט ווערן דורך עירבארן יוניט'ס, דאס הייסט לאנדן פון די לופטן אדער אראפ לאזן פאראטרופן דורך עראפלאנען, און אט דאס אויסצופירן האבן זיי געפלאנט צו ניצען די אויבנדערמאנטע פּארט סעלינס לופטפעלד, סיי ווייל דאס איז געווען די גרעסטע לופטפעלד אויפן אינזל, נאך א סיבה איז געווען ווייל דאס איז געווען ממש א שפאן אוועק פון די סט. דזשארדזש מעדיקל יוניווערסיטי וואס האבן זיך דארט אויפגעהאלטן אסאך אמעריקאנער סטודענטן, דעריבער האבן זיי געמוזט פארזיכערט ווערן אין די ערשטע שעות פון די אינוואזיע כדי זיי זאלן נישט פארכאפט ווערן אלס משכונות.
אבער וויבאלד די לופטפעלד איז געווען אינטער קאנסטרוקציע האט מען געדארפט וויסן די צישטאנד פון די ראנוועי, איר בערך'דיגע לענג, וכדו'. אזוי אויך ווי שטארק זי איז באשיצט וועלכע סארט אנטי עירקרעפט וואפנס, וויפיל סאלדאטן און אזוי ווייטער.
די אויפגאבע פון שאפן אינטעל איז געווען די ערשטע אין א רייע קאווערט אפערעישאנס וואס איז ארויפגעלייגט געווארן אויף דזשעי. סאק. צו אריינדרינגען אין פיינטליכע טעריטאריע און פראבירן זאמלען אינפארמאציע דאס מערסטע שייך.
צוליב די אלע סיבות האט זיך אונזער פליגער יעצט געמאכט איר וועג, אויפן פליגער האבן זיך געפונען א קליינע גרופע אמעריקאנער נעווי סעילס וועלכע האבן געזאלט זיך אראפלאזן אינעם קאלטן אקעאן מיט פארשידענע שפיאנאזש געצייג און אינסטרומענטן צי זאמלען קריטישע אינפארמאציע פאר די בעפארשטייענדע אינוואזיע. זייער מיסיע: אראפצווארפן א רעפט (דאס איז אזא סארט שיפל געמאכט פון ראבער וואס קען שווימען גאר שנעל גערופן א זאדיעק, zodiac) דערנאך וועלן די סיעלס אריינטאנצן אין וואסער און צישווימען צום שיפל, דאן וועלן זיי זיך ארויסלאזן אינטער די שאטן פון די נאכט צי די סט. דזשארדזש לופטפעלד וואס האט זיך געפונען ביים וואסער ברעג און צאמנעמען די אינפארמאציע, צוריק פארן ביז א באשטימטע ארט אין וואסער ווי מ'וועט זיי אפנעמען מיט העליקאפטערס. אזא אויפגאבע שרייבט זיך גרינג אבער אויף אויספירן פאקטיש איז זייער שווער, נאכדערצו אויב די וואסער איז רוישיג און מיט צענדליגער פונט פון שווערע עקוויפמענט.
אויפן פליגער האט געהערשט א שטילקייט, די סארט אומהיימליכע שטילקייט פון פארן שטורעם. ווען די פליגער איז אנגעקומען צו איר באשטימטע לאקאציע און די פיילאט האט געפענט די אונטערשטע טייל צי קענען ארויסשפרינגען איז פאר די קאמאנדאס שווארץ געווארן פאר די אויגן אין פולן זין פון ווארט. זיי האבן געהאט אין פלאן צו מאכן 'לאנד פאל' פארנאכטס נאך איידער די זון גייט אינטער, כדי זיך צו באניצען מיט איר ליכטיגקייט אינעם רוישיגע ים צי לאקירן די רעפט און זיך צוזאם נעמען אויף איין פלאץ, אבער צוליב עטליכע מיסקאלקולאציעס איז שוין יעצט געווען פולשטענדיג טינקל, צוציגעבן צום דילעמע איז אויך געווען שטארק פארוואלקענט אזוי אז די שיין פון די לבנה איז אויך נישט געווען צום האַבן.
אויב די מיסיע איז געווען שווער פון אנהייב, איז עס יעצט געווען ממש אוממעגליך, אריין טאנצן אין וואסער אין א שטאק טונקעלע נאכט מיט הונדערט פופציג פונט געצייג און דערנאך אפירזיכן א שיפל ווי א נאדל אין א הויפן שטרוי איז נישט געווען זייער פלאן.
דער קעפטעין פון די סיעלס האט געטראכט עטליכע מאמענטן און דאן געגעבן דעם באפעל, גאו!! צום ערשט האט מען ארויס געלאזט דעם רעפט און דאן איינציגווייז זענען די קאמאנדאס ארויס געטאנצן צו די טונקעלע וויסטעניש…
טראץ איר מאסיווע גרויסקייט און שווערע וואג איז זי יעצט "געפלויגן" אױף פערציג מייל א שעה צו איר דעסטינאציע, לבנון.
יענעם אקטאבער דעם דריי און צוואנציגסטן איז דורכגעפירט געווארן א שרעקליכע טעראר אטאקע אויף אמעריקאנער מארינען אין לבנון, די מארינען האבן זיך געפונען דארט צו היטן אויף עפעס א זײער טייערע און זעלטענע זאך אין לבנון געריפן 'שלום'... אבער טעראריסטן וואס האבן געוואלט פארכאפן די טייערע זאך האבן דורכגעפירט טעראר אטאקע וואס האט געקאסט דאס לעבן פון 241 מארינען און איבער פופציג פראנצויזישע זעלנער. די אינדעפענדענס האט זיך יעצט אהין געיאגט ארויס צי העלפן מיט די פארוואונדעטע און טויטע.
די אינדעפענדענס האט נאך קוים געהאלטן אנהייב איר וועג ווען עס איז אריינגעקומען א נויט רוף פינעם פענטאגאן איבער א גרופע ספעשל פארסעס זעלנער וועלכע זענען פארלוירן געגאנגען אין וואסער נאך א דורכגעפאלענע עיר דראפ. די שיף האט באלד געמאכט א הונדערט אכציג דעגרי דריי און זיך געיאגט צום אנגעגעבענע ארט אויף פול ספיד, בשעת ווען פון איר ראנוועי דעק יאגן זיך ארויס עטליכע שפיאנאזש פליגער צי העלפן אפיר זוכן די פארלוירענע סיעלס.
שפעט נאך האלבער נאכט האבן די ערשטע פליגער דערגרייכט די סצענע, זיי האבן געמאכט קאנטאקט מיט די סיעלס וואס האבן יא דורך געמאכט די עיר דראפ און באוויזן אנציקומען צי די רעפט, און באקומען פון זיי בערך די דירעקציעס ווי צי זוכן, די פילאטן האבן אנגעהויבן זיך ארום דרייען די געגנט צי זוכן, אבער טראץ אלע פארגעשריטענע געצייגן וואס די שפיאנאזש פליגער האט פארמאגט האבן זיי נישט געקענט געפונען די איבעריגע סיעלס, דערווייל איז געווארן ליכטיג און די אינדעפענדעס איז שוין געווען נענטער האבן זיך די העליקאפטערס אויך אנגעשלאסן און די זוכעניש אבער אן ערפאלג. די קאמאנדירן האבן געהאפט אז די שווערע טרענירונגען וואס די נעיווי סיעלס גייען אדורך צי דורך מאכן אלע סארט שווערע סיטואציעס איבערהויפט וואסער טרעינונג וועט העלפן די סיעלס איבערלעבן די די שווערע ים ענווייראמענט, אבער נאך וואס עס איז אדורך איבער 24 שעה האט מען אפגערופן די זיכערייען. פיר נעווי סעילס זענען געווען די ערשטע קרבנות פון א קריג וואס האט זיך נאך ניטאמאל אנגעהויבן.
----
בערבעדאס אינזל אקטאבער 24 1983, 10:30 ביינאכט
עס איז קארגע זעקס שעה צום אפיציעלע אנהייב פון די אינוואזיע - גערופן אויף מיליטערישע שפראך H Hour - וואס איז געווען באשטימט אויף פינעף אזייגער פארטאגס דעם פינעף און צוואנציגסטן אקטאבער.
די לאדזשיסטיקס פון די אפעראציע איז געפירט געווארן פון די בערבעדאס אינזל וואס איז אומגעפער הונדערט פופציג מייל פון גרענאדא, אויפן אינזל גייט יעצט פאר פיבעהאפטיגע צוגרייטונגען, עראפלאנען לאנדן און הייבן זיך צענדליגער העליקאפטערס ווערן אינטערגעזיכט דורך אינדזשענירן און מעינטענענס ארבעטער צום לעצטן מאל זיכער צומאכן אז אלעס קלאפט, פון די בייכער פון די מאסיווע מיליטערישע טראנספארט עראפלאנען ווערן אראפגעלאזט צענדליגער קאנטעינערס מיט אלע ערליי סארטן וואפנס און מיליטערישע געצייג, און סאלדאטן יאגן זיך צי אלע ריכטונגען לויפענדיג אהין און צוריק צו די געשרייען פון זייערע קאמאנדירן.
אין א זייטיגע הענגער היבש אפגערוקט פונעם ארומיגן הו-הא זענען פארזאמלט א ענגע צאל פעלד קאמאנדירן פון דשעי סאק ווי זיי גייען איבער די לעצטע פלענער. די נעקסטע מיסיע איז די לעצטע פאר די אינוואזיע הייבט זיך, און דאס איז ארויס צי ראטעווען גאווערנער ס'קאאן פון גרענאדא איידער די אינוואזיע הייבט זיך אן.
ווי אויבן דערמאנט איז גרענאדא - כאטש זי איז געווען קאמוניסטיש געשטימט - געווען א חלק פון די קאממאן וועילט וואס דאס איז אפיציעל א חלק פון גרויס בריטאניע, און ענגלאנד האט פארמאגט דארט א גאווערנער וואס איז געווען די פארטרעטער פון די בריטישע מלוכה אין גרענאדא, יעצט איידער די אינוואזיע האבן די אמעריקאנער מיליטערישע גענעראלן פארשטאנען אז דער ברוטאלער רעוואלוציע פירער האדסאן אויסטין וועט זיך נישט אפהאלטן פון נעמען גאווערנער ס'קאאן אלץ א האסטידזש, איבערהויפט אויב ער וועט געוואר ווערן אז דער גאווערנער איז גאר דער ווער ס'האט געבעטן אויסלענדישע אינטערווענץ, וואס דאס וועט שטארק קאמפליצירן די מיסיע, צוליב דעם האבן די גענעראלן באשלאסן אז מ'מוז ארויסנעמען דעם גאווערנער נאך בעפאר די ערשטע קוילן ווערן געשאסן.
פאר די מיסיע זענען נאכאמאל אויסגעקליבן געווארן די נעיווי סיעלס, די אפעראציע האט געברויכט זיין א שנעלע מעשה, גערופען גרעב ענד עקסטרעקט, זיך אראפלאזן מיט שטריק פון העליקאפטערס העכער דעם גאווערנער'ס רעזידענטץ, און דאן טרעפן א לאנדונג זאנע פאר די העליקאפטערס זאגן צאתכם לשלום און זיך צוריקערן צו די בערבעדאס אינזל, אין פאל עס וועט זיין שאדענס צי די העליקאפטערס וועט מען לאנדן אויף די יו.עס. אינדעפענדענס עירקרעפט קעריער וועלכע האט זיך געפונען אין די געגנט.
קאפיטאן מארק דילאן איז געווען א וועטעראן קאמאנדיר פון די נעיווי סיעלס קודם אלס א יונגער מעמבער דורכאויס די וויעטנאם קריג, און נאכדעם אלס א קאמאנדיר ארויס צו ראטעווען אמעריקאנער זעלנער און סי איי עי אפערעטיוו'ס וואס זענען שטעקן געבליבן אין פיינטליכע טעריטאריעס ארום וויעטנאם א שטייגער ווי לאַאָס און נאך, ארויס ראטעווען מענטשן פון פיינטליכע טעריטאריעס איז געפלאסן אין זיינע אדערן, און אױף זיינע פלייצעס איז ארויפגעלייגט געווארן די מיסיע.
איך וויל מיר אנטשולדיגן פארן ענק לאזן אזוי לאנג ווארטן, איך האב אליינס נישט געוויסט אין וואספארא ארבעט איך לאז מיר אריין, איך האף אז די קומענדיגע פארזעצונג וועט קומען שנעלער ווי די איצטיגע....
איך וויל מיר אנטשולדיגן פארן ענק לאזן אזוי לאנג ווארטן, איך האב אליינס נישט געוויסט אין וואספארא ארבעט איך לאז מיר אריין, איך האף אז די קומענדיגע פארזעצונג וועט קומען שנעלער ווי די איצטיגע....