אין די לעצטע וואלן האבן די רעכטע גרופע געווינען, און יעצט ווילן זיי אריבער פירן אין כנסת א לעגאַל רעפאָרם וואס וועט זיך באגרענעצט די מאכט פון "בג"ץ" - דער סאפרים קאורט פון מדינ"י. ביי די לינקע גרופע אידאס ממש יהרג ואל יעבור, וויל דארעך די סאפרים קאורט האלטן זיך די מדינה ביי זיי אין די האנט.
די קריגעריי ווערט שטארקער און שטארקער. היינט איז אריבער אין כנסת די ערשטע שטאפל אין די געזעץ, און די ראש העיר פון תל אביב, רון חולדאי, האט געזאגט אז די איינציגע וועג צו ראטעווען די מדינה איז נאר מיט שפיכות דמים (ה"י).
היות די נושא שטייט אין שפיץ פון די נייעס, בעט איך פון די מנהלים לאזן אעקסטערע אשכול צו די נייעס ארום דעם. שכח.
איך שרייב נישט ווייל איך האלט אזוי; איך שרייב ווייל ס'איז אינטערסאנט
די ח"כ פון די לינקע יש עתיד פארטיי, האבן היינט זיך צווילדעוועט און געשריגען אין די כנסת ממש ווי משוגעים. דער יו"ר, ח"כ רוטמן פון די רעכטע, האט זיך געמוזט זיצן אין די כנסת מיט סעקיוריטי חבר'ה.
איך שרייב נישט ווייל איך האלט אזוי; איך שרייב ווייל ס'איז אינטערסאנט
פרעזידענט הערצאג איז ארויסגעקומען מיט א ריף צום ציבור צו האלטן רואיג און האבן פארשטענדעניש מיט די אנדערע צד. ער זאגט אז דאס דארף ווערן אויסגעארבעט מיט אן איבערוויגענדע רוב זאלן זיך פארגלייכן אויף אן החלטה. די חכי"ם פון די פרומע פארטייען האבן צוריקגעפרעגטוווי ער איז געווען די אלע יארן ווען די חרדים זענען געווארן אינטערדריקט פון די לינק גענויגטע געריכטן וואס האבן זיך כלל נישט גערעכנט מיט זיי.
יעצט קען מען קלאר זען ווי די שקצים וואס העצן אלעמאל קעגן די רעכטע, אז זיי, די רעכטע, זענען כלאמפעריש די רוצחים, און אז רבין איז געהארגעט געווארן צוליב רעכטע האס
נאט אייך ווערטער פון חולדאי: די איינציגע וועג צו ראטעווען די מדינה איז נאר מיט שפיכות דמים! ה' ישמור, עפרא לפומיה
סטאביליטעט איז די וויכטיגסטע זאך פאר עקאנאמיע - פארטייען, פרעזידענטן, דעמאקראטיע און עלעקשאנס האבן מיט דעם קיין שייכות נישט, און אז דו זיכסט פרוף קוק אויף כינע...
פרעזידענט הערצאג איז ארויסגעקומען מיט א ריף צום ציבור צו האלטן רואיג און האבן פארשטענדעניש מיט די אנדערע צד. ער זאגט אז דאס דארף ווערן אויסגעארבעט מיט אן איבערוויגענדע רוב זאלן זיך פארגלייכן אויף אן החלטה. די חכי"ם פון די פרומע פארטייען האבן צוריקגעפרעגטוווי ער איז געווען די אלע יארן ווען די חרדים זענען געווארן אינטערדריקט פון די לינק גענויגטע געריכטן וואס האבן זיך כלל נישט גערעכנט מיט זיי.
נישט דווקא הארצאג, אבר למעשה ווען די פרומע האבן געשריגען געוואלד קעגן בג"ץ, און געמאכטריזיגען פרטעסט, צענדליגע מאל גרויס ווי זיינע פראטעסטן, איז די פרעזידענט און אלע הויכע באהאמטע נישט געקוקט בכלל אויף זיי.
איך שרייב נישט ווייל איך האלט אזוי; איך שרייב ווייל ס'איז אינטערסאנט
חוץ פון סטראשען מיט ביקסן, איז די עקסטרעמע לינקע ביזי מיט שלאגן מדינ"י דארעך די עקאנאמי. זיי שטיצן מ'זאל מאכן עקאנאמישע בויקאט קעגן די מדינה, מ'זאל שלעפן די געלט פון די מדינה, אריבער פירן די געשעפטן פון די מדינה צו אנדערע לענדער, וכד'.
איך שרייב נישט ווייל איך האלט אזוי; איך שרייב ווייל ס'איז אינטערסאנט
די שורש פון דער פראבלעם אין קארצען, מדינת ישראל האט נישט קיין קאנסטעטושען במילא איז די כנסת געווען פריי צו אדארך פירן סיי וועלכע געזעץ אן זיך דארפ'ן רעכנ'ן מיט די קאנסטעטושען. אום '92 האט די כנסת אדארך געפירט א געזעץ מיט א קליינע רוב פון עטליכע כנסת מעמבערס (20+ חברי כנסת קעגן 20+ חברי כנסת) וואס שטעלט אוועק די חוקי כבוד האדם וחירותו, ס'איז געווען אזא געכאפטע געזעץ, און נישט א פאראמאלע געזעץ ווי א קאנסטעטאשען, און רוב חברי כנסת האבן אפילו נישט פארשטאנען די משמעות פו די געזעץ. למעשה די בג"ץ האט אנגעהויבן צו נוצען דער געזעץ רעכטס און לינקס צו פסל'ן אנדערע געזעצן ווייל ס'שטימט נישט מיט כבוד האדם (צ.ב.ש. די חוק טל טוהט דיסקרימענירן די וואס דינען אין מיליטער ווייל נישט יעדער דארף דינען [=תורתו אומנותו]. די יעצטיגע פסקת ההתגברות טוהט קלאר שטעלן אז די בג"ץ קען נישט מבטל מאכן געזעצן פון די כנסת נאר מיט אן איבערשטייגנדע רוב פון 61 און אויך נאר אויב אין די געזעץ זעלבסט איז נישט דא קיין סעיף אז מ'קען עס נישט מבטל זיין (פאר א באגרעיניצטע צייט, ביז מ'איז מסדר דער פראבלעם).
מיט די יעצטיגע געזעץ ווערט די בג"ץ היבש באגרעניצט פון די סמכות וואס ער האט זיך אליין גענומען (מיט'ן אדארך פירן אום 92' די חוק יסוד האדם אויף א שטילן פארנעם, און דערנאך אלעס אריין לייגן אין די קעטעגאריע, וואס ס'איז נישטא קיין לאנד אין די מערב וועלט וואס די בתי משפט קען מבטל מאכן געזעצן אויף אזא גרינגע אופן).
די יעצטיגע עפאכע איז א רעזאלטס פון די קאנטראל און דיקטאטרישקייט וואס די בג"ץ האט אנגעפירט די לעצטע 30 יאר, און יעצט ווי ס'זעט אויס נעמט מען זיי ארויס די ליפט פון די רעדער. - און ס'איז דא נאך א נקודה, אהרן באראק וואס איז געווען די גרעסטע און מערסטע רעספעקפולע שופט וואס האט בעצם אוועק געשטעלט די יעצטיגע סיסטעם איז שוין אלט און האט שוין נישט קיין פארמאלע כח, פילט ווי די גאנצע כבוד און קאנטראל וואס ער האט אוועק געשטעלט צופאלט, און זיין נאמען ווארט אנגעקוקט מיט שפאס אנשטאט רעספעקט, און זיין גאנצע הארוואניע גייט לטמיון, אז ער האט אפילו געזאגט אז ער וויל נישט דא זיין מער אויב די געזעץ גייט אריין אין קראפט. און דאס האט א שטארקע השפעה אויף די גאנצע דזאסטעס סיסטעם.
די ריזיגע הפגנה פון די לינקע אנקעגן איבער די אריינגאנג צום איזרעאלישע פארלאמענט (כנסת) ס'הערט זיך פון דארט אסאך העצע אנקעגן די פרומע און בעיקר אנקעגן די חרדים, ס'קומען שווערע צייטן
ח"כ שמחה רוטמן וואס דינט אלץ יו"ר וועדת החוקה איז געזעצן היינט אין כנסת מיט באדי גארדס לעבן אים. דאס קומט אלץ רעזולטאט פון די העצערייען ובתוכם פון די מעיאר פון תל אביב וואס האט געזאגט אז די איינציגסטע וועג צוריקצוברענגען דעמאקראטיע איז דורך שפיכות דמים, ה"י.
ביי די גרויסע הפגנה ביים כנסת האבן פראטעסטירער אויפגעבראכן די צוים וואס די פאליציי האט אויפגעשטעלט און פראבירט צו מאכן אזא כמו יאנואר 6 איסארעקשאן. הינדרעטע פאליציאנטן האבן שווער געארבעט צוריק צו שטיפן די מאסן
*KNESSET CHAOS:* The Knesset’s Constitution, Law, and Justice Committee erupted in chaos as it approved two of the bills proposed in the judicial reform by a 9-7 vote.
*The two clauses* will change the composition of the judge selection committee, and restrict the Supreme Court from reviewing and changing Israel's basic laws.
*The approval* represents the first steps in seeing through the controversial judicial reforms, which have been the source of multiple protests across the country for several weeks, including an estimated 80,000 this morning.
*While the coalition and opposition members sparred* over the two pieces of legislation, the committee was engulfed by intense shouting matches, singing, and dramatic exits.
*Opposition members* who began singing, shouted shame and jumped tables were removed on the order of committee chair MK Simcha Rothman who refused to heed President Herzog's call to delay the vote.
[quote="אבן יקרה"]ס'קומען שווערע צייטן [attachment=0] אבן יקרה, חס ושלום, לאמיר היטן די מויל... אדרבא ס'קומט ימי אדר וניסן, ימים טובים שנעשו בהם ניסים לישראל.
איך שרייב נישט ווייל איך האלט אזוי; איך שרייב ווייל ס'איז אינטערסאנט
מדינת ישראל פרעזידענט, האט היינט אויפדערנאכט אפגעהאלטן זיצונגען סיי מיט די אפעזציע פירער, לפיד און גנץ. און פון די אנדערע זייט מיט די יוסטיץ קאמיטע פארזיצער שמחה רוטמאן.