Re: Bilt Rewards - קרעדיט פוינטס פאר רענט
~ מעלות
we protest!
די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער
עס איז דא עטליכע ערליי ספארקס, נאר די ספארק פלאס וואס איז א טשארדזש קארד גייט נישט אויף די פערזענליכע ריפארט און די ווענטשור Xעדה האט געשריבן: ↑ פרייטאג מאי 24, 2024 4:17 amאיך האב די ספארק און מיין סקאור גייט אראפ ווען איך נוץ די קארטל פאר גרויסע טשארזשעסי גרין האט געשריבן: ↑ פרייטאג מאי 24, 2024 3:44 amגעהאקט אין קאפ...עדה האט געשריבן: ↑ פרייטאג מאי 24, 2024 2:39 amלידיעתך קעפיטעל איינס לייגט יא ביזנעס קארטל ספענדינג אויף די פערזענליכע קרעדיט ריפארטYiddish Travel האט געשריבן: ↑ זונטאג אפריל 14, 2024 7:19 pmעס איז קלאר אז אויף די ווענטשור X קענסטו ספענדן ווי צודרייט, עווענטועל אפאר הונדערט טויזענט דאלער א חודש, עס איז א ביזנעס קארטל עס גייט נישט אויף די קרעדיט, אבער עס איז א טשארדזש קארד, עס געט דיך בערך 2.3 סענט פער דאלער, אויב מען ספענד אסאך געט קעפיטל וואן נאך מער, בילט פון די צווייטע זייט האט מער פאטענציאל, און פאר קלענערע ספענדונג פון 15,000$-20,000$ א חודש וואלט איך געגאנגען מיט בילט (עקשעלי איך ספענד מיין ערשטע 30,000$ פער חודש אויף מיינע בילט קארטלעך און דערנאך אויף מיין ווענטשור X)מאטל שניידער האט געשריבן: ↑ זונטאג אפריל 14, 2024 6:26 pm
כברויך מחליט זיין ווי צו לייגן די ספענדינג...
למעשה זיך איך צו ארויסקעשן, ע"פ רוב ווערן די פוינטס פארקויפט, די עימעקס פוינטס זענען ווערט היינט מאקסימום 1.2 מיט א פלעטינום אין אויך נאר מיט די 35% שפיל.
קעפיטאל וואן ספארק גיט מיר פלאכע 2 צענט אין טאש.
אמאל אמאל נוץ איך דאס פאר טרעוועל אליינס אבער כ'בין נישט קיין אפטער טרעוועלער און איך האב נאך קארטלעך וואס גיבן מיר פוינטס.
הכלל פאר די ביזנעס קארטל וויל איך ארויסזען די מאקסימום ריטורן
ווענדט זיך וועלכע קארטל, זיי האבן ביידע סארטן
גייט נישטאויף די פערזענליכע ריפארט
פאר רענט באקומט מען נישט דאפעלט פוינטס אויף די ערשטע נאר פאר אנדערע טראנזאנקציעס
יא
ב"ה!!
שטארק אינטרעסירט!Yiddish Travel האט געשריבן: ↑ זונטאג יוני 16, 2024 10:39 pmאין א שטורמישע ארטיקל דעקט די וואל סטריט דזשורנאל אויף אז וועלס פארגא האט זיך מיאוס פאררעכנט מיט זייער דיעל מיט בילט, און זיי דערלייגן צען מיליאן דאלער יעדע איינציגסטע חודש אינדערצייט וואס בילט מאכט פראפיט, וועלס פארגא ברויזט און וויל איבערמאכן די קאנטראקט וואס דארף ווען אנצוגיין ביז סוף 2029, (קען זיין אז פארדעם האט זיך אפגעשטעלט די גרויסע טרענספער באנוסעס ביז דערווייל)די ארטיקל האט גאר אסאך אינטרעסאנטע דיטעלס איבער די הלוך ילך ביי וועלס פארגא און ביי בענק אין אלגעמיין, אז עס וועט זיין א שטארקע אינטערעסע ביים ציבור וועלן מיר בעז"ה עס צוזאם נעמען און אראפשרייבן (אפשר אויפן וועבסייט )
אויב דו קענסט, ביטע אין אידיש. דא.Yiddish Travel האט געשריבן: ↑ זונטאג יוני 16, 2024 10:39 pmאין א שטורמישע ארטיקל דעקט די וואל סטריט דזשורנאל אויף אז וועלס פארגא האט זיך מיאוס פאררעכנט מיט זייער דיעל מיט בילט, און זיי דערלייגן צען מיליאן דאלער יעדע איינציגסטע חודש אינדערצייט וואס בילט מאכט פראפיט, וועלס פארגא ברויזט און וויל איבערמאכן די קאנטראקט וואס דארף ווען אנצוגיין ביז סוף 2029, (קען זיין אז פארדעם האט זיך אפגעשטעלט די גרויסע טרענספער באנוסעס ביז דערווייל)די ארטיקל האט גאר אסאך אינטרעסאנטע דיטעלס איבער די הלוך ילך ביי וועלס פארגא און ביי בענק אין אלגעמיין, אז עס וועט זיין א שטארקע אינטערעסע ביים ציבור וועלן מיר בעז"ה עס צוזאם נעמען און אראפשרייבן (אפשר אויפן וועבסייט )
הערליך הערליך שיין אראפ געלייגטYiddish Travel האט געשריבן: ↑ פרייטאג יוני 21, 2024 12:46 pmאין א ברייט פובליצירטע ארטיקל דעקט די וואל סטריט דזשורנאל אויף אז וועלס פארגא האט זיך מיאוס פאררעכנט מיט זייער דיעל מיט בילט ריווארדס, און זיי דערלייגן צען מיליאן דאלער יעדע איינציגסטע חודש! אינדערצייט וואס בילט מאכט פראפיט, וועלס פארגא ברויזט און וויל איבערמאכן די קאנטראקט וואס דארף ווען אנצוגיין ביז סוף 2029, די ארטיקל געט די אנזעהן כאילו די גאנצע בילט ריווארדס פראגרעם איז א סקעם, אבער לאמיר זעהן, איז עס טאקע אזוי?
וואל סטריט דזשורנאל:
ווען די נייע וועלס פארגא CEO טשארלי שארף איז אריינגעקומען אין דינסט אין 2019 (אפאר יאר נאך די פאלשע אקאונטס סקאנדאל וואס האט כמעט צוגרינד געלייגט די באנק) איז איינע פון זיינע גרויסצוגיגע פלענער געווען אויסצוברייטערן די קרעדיט קארד אפטיילונג ביי וועלס פארגא, (מיט זיין עקספערטיז פון די צייטן וואס ער איז געווען די CEO פון די טשעיס קרעדיט קארד אפטיילונג, און די CEO פון וויזע) מען קען טאקע זעהן די ריזיגע פארשריט וואס וועלס פארגא האט געמאכט אין דעם הינזיכט,
אין 2019 האט ענקאר דזשעין געגרינדעט די בילט פלאטפארמע וואס איז בעיקר באשטאנען פון אן עפפ מיט די מעגליכקייט צו לינקן קארטלעך און באקומען ריווארדס אויף פארשידענע ספענדונג, און ווי אויך 250 פוינטס פאר רענט, און אויך די בילט ריווארדס פראגרעם וואס איז זייער א מאכטפולע פראגרעם, בילט איז זייער געוואקסן, ביים נעקסטן שטאפל האט ענקאר דזשעין באשלאסן צו ארויסגעבן א קרעדיט קארד, האט ער זיך ארויסגעלאזט זיכן א באנק וואס זאל נעמען בילט אונטער זייערע פליגלען וויבאלד בילט קען נישט לעגאל פארבארגן קיין געלט, די ערשטע ארויפצוטאנצן אויפן וואגן איז געווען די באנק & טראסט באנק א קליינע טענעסי באנק, ווען בילט האט געוואלט וואקסן גאר גרויס האט די CEO זיך גע'סעיל'סט צו טשעיס, סיקראני באנק, און US בענק, אבער זיי אלע האבן אים אפגעזאגט, איז ער געקומען צו וועלס פארגא, ווי מען האט אים אויפגענומען מיט אפענע ארעמעס, זיי האבן געדארפט וויכטיג עפעס וואס זאל העלפן זייער צומזיק'טע ברענד און זיי האבן געהאלטן אז בילט וועט מאכן אסאך פאזיטיווע נויז און וועט צוציען אסאך יונגע קאסטומערס,
אין 2022 איז געווארן געלאונטשט די וועלס פארגא/בילט מעסטערקארד מיט גרויס פראכט, (עס איז געווען ריזיגע פייערונגען) מיט פארשידענע בענעפיטס, און ווי אויך די מעגליכקייט צו באצאלן רענט און באקומען פוינטס, אין די לעצטע 18 חדשים האבן זיך שוין אויפגעסיינט איבער א מיליאן קאסטומערס, די מערהייט פון זיי יונגערע מענטשן,
ווי די וואל סטריט דזשורנאל זאגט, אז דורך אינטערוויוען יעצטיגע און געוועזענע איינגעשטעלטע ביי וועלס פארגא שטעלט זיך ארויס אז וועלס פארגא האט מיאוס אריינגעביסן, זייערע פאראויסשאצונגען אויף בילט האט זיך שטארק נישט אויסגעארבעט, אזוי ווייט אז זיי דערלייגן 10 מיליאן דאלער יעדע איינציגע חודש! און וועלס פארגא האלט אז בילט קען נישט ווערן פראפיטעבל, און א דאנק דעם האט וועלס פארגא געלייגט א סטאפ צו אלע זייערע פארהאנדלונגען מיט אנדערע קא-ברענדעט קארטלעך פראגרעמס, די איינגעשטעלטע פון די קא-ברענד אפטיילונג זענען געווארן אפגעזאגט, און אנשטאטס פאקוסט וועלס פארגא אויף זייערע אייגענע קרעדיט קארדס.
וועלס פרובירט די לעצטערע חדשים איבערצוארבעטן די קאנטראקט צווישן זיי און בילט וואס דארף נאך אנגיין ביז 2029, אן קיין מעגליכקייט צו ווערן באנייט.
די דיעל
- וועלס פארגא באצאלט פאר בילט 0.8% פון אלע רענט פעימענטס און בילט ניצט די געלט צו געבן די פוינטס, (עס זעהט אויס ווי עס קאסט פאר בילט נאר 0.8 סענט פער פוינט)
- וועלס פארגא באצאלט פאר בילט 200$ פער קארד עפראוועל (די נארמאלע סטאנדארט פאר א קא-ברענד)
- בילט און וועלס פארגא צוטיילן זיך האלב אויף האלב מיט די טראנזאקציע פי'ס אינקאם
- בילט האלט אלע זייערע פארדינסטן פון די פארשידענע אפמאכן וואס זיי האבן מיט אנדערע קאמפאניס ווי למשל ריעל עסטעיט קאמפאניס, רעסטעראנטס, ליפט וכו און ווי אויך עדווארטייזמענט פי'ס
די פאראויסשאצונגען
- וועלס פארגא באקומט די אינטרעסט פעימענטס און די לעיט פיס
- נאר 35% אויף די קארד ספענדונג וועט זיין רענט
- צווישן 50% און 75% קארדהאלטערס וועלן באצאלן אינטרעסט!
- די קאסטומערס וועלן באצאלן זייער קארטל פאר די רענט פעימענט ביי די דו דעיט, ערלויבענדיג וועלס פארגא צו פארדינען דורך די פרעקשענעל רעזערוו סיסטעם
אין אנדערע ווערטער א גרופע פון יונגע אנזעצערס
- בילט קארדהאלדערס וועלן עפלייען ביי וועלס פארגא פאר מארדגעדזשעס
די רעאליטעט
- גאנצע 65% פון די ספענדונג איז רענט! ממש פארקערט פון די פארשאצונג
- נאר צווישן 15% און 25% פראצענט צאלן אינטרעסט אסאך ווייניגער אפילו פון די נאציאנאלע דורכשניט פון 47%
- רוב קאסטומערס באצאלן גלייך אפ די רענט
אין אנדערע ווערטער א גרופע פון געניטע מיילס און פוינטס שפילערס
- וועלס פארגא געט שוין נישט ארויס קיין מארדגעדזשעס
קאמענטארן צו די וואל סטריט דזשורנאל ארטיקל
די דזשורנאל האט געבעטן די באטרעפענדע קאמפאניס פאר קאמענטס צו די ארטיקל, וועלס פארגא האט קאמענטירט "די קא-ברענד אפטיילונג איז נאר א קליינע חלק פון די קרעדיט קארד ביזנעס, און ווי מיט אלע קרעדיט קארדס דויערט עס אפאר יאר צו ווערן פראפיטעבל, אונז קוק מיר פאראויס צו ארבייטן ווייטער מיט בילט און מאכן זיכער עס איז פראפיטעבל פאר ביידע, בילט און וועלס פארגא" בילט האט רעאגירט מיטן זאגן צו די וואל סטריט דזשורנאל "די גאנצע ארטיקל איז נישט אקוראט, און מיר זענען דא אין א לאנג טערמיניגע שותפות וואס בענעפיטירטאלע זייטן" ביז אהער פונעם ארטיקל.
וועלס פארגא האט ארויסגעשטעלט א סטעיטמענט וואס ליינט זיך אזוי "עס איז נישט דא קיין שום רעדע פון ארויס גיין פון די בילט פארטנערשיפ, צו זאגן אנדערש איז פאלש"
די CEO פון בילט האט ארויסגעשיקט א טוויט ווי ער ברענגט ארויס
1) די וועלס פארגא סטעיטמענט דערמאנט פריער,
2) בלויז 15% פון בילט יוזערס זענען אויך בילט קארד-האלדערס, די איבריגע 85% ניצן די עפפ (פון ווי בילט פארדינט גרויס געלט)
3) די מעלות פון בילט פאר וועלס פארגא איז ווי פאלגענד:
- 70% בילט קארד-האלטערס זענען ניי צו וועלס פארגא
- די דורכשניטליכע עלטער איז 31 יאר
דאס זענען זייער ווערטפולע קאסטומערס פאר יעדע באנק, און עס קומט אויף אסאך א קלענערע קאסט (מאקסימום 180$) ווי א געווענליכע באנק געט אויס צו באקומען נייע קאסטומערס, בענק געבן אויס צווישן טויזענט און 2000 דאלער פער נייע קאסטומער, פאר עקסעמפל וויפיל טשעיס געט אויס פאר די טשעיס סעפייער קרעדיט קארד.
- מיט א דורכשניטליכע פייקא קרעדיט סקאור פון 760
אונז זענען קוים 18 חדשים אריין אין די שותפות און עס איז נאך דא אסאך מעגליכקייטן זיך צו אויסשפרייטן און וואקסן עס זאל ברענגן פראפיט פאר ביידע וועלס פארגא און בילט.
ביז אהער איז די ארטיקל און די נאכפאלגענדע רעאקציעס, אן אנאליז וועט נאכפאלגן לויט די אינטערעסע פונעם ציבור דא (לייקס)