Re: איז גוט צו גיין שטרענג מיט זיי?
חידוש נורא...מקובל אלוקי האט געשריבן:ניין רוב פון די וואס האבן זיך געדרייט דארט פאר 10 יאר צוריק,אחר חצות האט געשריבן:סוקסעס האט ער פעסט, היינט און אמאל צוגלייך, פרעגט אייך ביטע בעסער נאך,מקובל אלוקי האט געשריבן:רעדסט פון נ.מ.פ. איא?אלטמאדיש האט געשריבן:מ'זאל נישט געפרואווט (געפריווט??) ווערן אבער ענ"ד איז ווי פאלגענד, עלטערן ברויכן געבן הויפענעס ליבשאפט אבער אינאיינעם מיטן ליבליכן שטרענגשאפט וואס השי"ת האט איינגעפלאנצט בטובו אין עלטערן וואס ווערט בל' חז"ל אנגערופן "שמאל דוחה" און ווי דער ווארט פון איינער פון די צדיקים אל תוכח לץ פן ישנאך הוכח לחכם ויאהבך, זאג נישט פארן אויסוואורף "לץ וואס דו ביזט" ווייל ער וועט דיך פיינט האבן, זיי איהם מוכיח "ביזט דאך א חכם" ויאהבך.
אבער מחנכים, און און איך חזר איבער 'מחנכים' נישט זעלבסט דערקלערטע פארשטייערס וואס ווילן האבן א גוד טיים אויף די צובראכענע נשמות'ס חשבון, טאמער וועלן זיי פארשטארקען דעם שמאל דוחה אפילו אביסל איבערן ימין מקרבת וועט דאס עפי"ר זיין מער סוקסעספול בס"ד.
ביודעי ומכירי פילע געשיכטעס.
אין אנטווערפן איז דא א איד וואס פארנעמט זיך מיט די סארט קינדער און זיין מהלך איז געוואלדיגע שטרענגקייט און דערנידערונג, כמובן נישט דער עצם בחור נאר די מהות און שרעקליכקייט פון די מעשים, און בו בזמן ברענגט ער אריין א געוואלדיגע געשמאק אין אויטענטישע אידישקייט, שבתים, ימים טובים, סיי אויפן מער פשוט'ן חלק פון די גשמיות'דיגע חלקים פונעם שבת, צום ביישפיל, די מאכלי שבת, די פארברענגן אנגענעם אינאיינעם, דאס שפאצירן וכדו' און אויך די מער רוחניות'דיגע חלקים ווי דאס דאווענען, חסידות וכו', ליבן השי"ת און זיינע געבאטן ענדערש ווי לייגן געוויכט אויף ליב האבן יעדער אויסוואורף און "לאוון האשעם".
און זיין סוקסעס רעיט מיטן אויבערשטענס הילף איז גאר נאנט צו 100!
איך קען פערזענליך אזעלכע וואס זענען שוין ליידער געווען בשפל המצב מער ווי מ'קען זיך אויס'משל'ן, אמונה, קדושה, קרימינאל, ממש דאס ארגסטע און ער האט זיי ארויסגעשלעפט פון תהום און היינט זענען זיי חשוב'ע דערהויבענע אינגעלייט, אמת'ע עובדי ה' וואס אידישקייט און חסידות איז ביי זיי העכער אלעס.
איך מיין אז ער האט טאקע נישט די סוקסעס פון אמאל,
און אפילו און די גוטע צייטן האט ער נישט געהאט אפילו 70% גוטע רעיט,
און רוב עולם איז מעיד אז נאר אויף בשעת מעשה איז עס הצלה פון שאול תחתיות,
אבער מען קען נישט לעבען מיט דעם מהלך,
ובפרט אחר החתונה וד"ל
און דאס נישט קענען בלייבן אזוי איז א חסרון אין אייערע אויגן גאר?
ביי מיר איז עס נאר א מעלה,
אמ''פ איז א דאקטאר וואס היילט פאציענטן, איינמאל מען איז נישט קיין פאציענט האט מען מער נישט וואס צו זוכן ביים דאקטאר,
סוי וואס דער מיט א מחלה רח''ל זאל נישט נעמען די היילונגס מיטלען ווייל מען קען נישט בלייבן אזוי? אוודאי זאל ער עס נעמען און ווען ער איז שוין געזונט זאל ער אראפגיין דערפון,
דאס איז די מהלך!
ביי אייך איז נאר גוט איינער ביי וועם מען פארבלייבט פארן לעבן?
האבן זיך געדארפט איבער מאכן פון פריש ווייל מען האט נישט געקענט לעבן מיט די מהלך!!!
איך קאן כמעט יעדעם פרעזנליך פון דארטן,
בפנימיות ממש,