Re: ביומו תתן שכרו. די ווייטאגליכע מציאות אין די היימישע קאנסטראקשען אינדוסטריע
דער דעוועלאפער הייבט אים אן טראגן אויף א שרעקליכן רייד, ער נעמט אים אויף א געפערליכע רייזע, ער נאגט אים אויס דעם דם התמצית, גיט אים תירוצים און אויסריידן פון דאנעט ביז אהין, בו בעת וואס ער האט גענוג געלט פאר אנדערע אינוועסטמענטס אין די זעלבע צייט, ער נוצט די קאנסטראשאן לאון געלט פון דעוועלאפמענט אל״ף צו אינוועסטירן אין בי״ת, אדער אויסצוצאלן חובות פון אלטע סובס, וכולהו און דעם נייעם סוב טראגט ער ארום יעדן טאג מיט מארגן נעכטן היינט נאכן קוגל.
ווען דער מצב ווערט שמאל מ׳מוז שוין באצאלן דאן כאפט מען א פליגער מיטן אנגעזאמלטן מיילעדזש און מ׳פארט זיך אויסבלוזן בארבע כנפות הארץ פון קאנקאן ביז דוביי, פון קערעסטיר ביז מירון, אזוי פארדינט מען נאך א חודש ווייל כ׳בין דאך נישט דאהי יעצט, כבין קוים צוריקגעקומען, וכולהו, דאן ווארפט מען אריין א קליינע פעימעמט די ארבייט זאל ווייטער פארן און וחוזר חלילה.
דער סוב מוז אלעס אפענדיגן ווייל אז נישט באקומט ער זיכער נישט זיין געלט און דאן מוז ער עסן שטרוי מיט חרוסת ביז ער באקומט נאך א הבטחה און נאך א שטויס, און אויב דער דעוועלאפער פלאנט אים ממילא נישט צו נוצן ביי זיין קומענדיגע פראיעקט קען ער פארגעסן פון זיין געלט, און אזוי נוצט מען ביי יעדע דעוועלאפמענט אנדערע סובס כדי צו האבן וואס מער סובס וואס לויפן אים נאך פאר געלט בו בעת וואס ווען ער באצאלט שוין דעם חוב האט ער שוין פארדינט אויף דאס צוריקגעהאלטענע געלט שיינע רווחים און דער סוב בלוטיגט אויף זיין קרעדיט קארט אינטרעסט רעיטס צו באצאלן זיינע ארבייטערס.
אז דער סוב באצאלט נישט זיינע ארבייטערס (ליין שכיר) איין וואך זענען זיי מארגן נישטא, אבער ער (ליין קבלן) קען נישט אנטלויפן ווייל זיין ריוח איז די לעצטע געלט וואס קומט אים ביטער שווער אן.