סייט וועט זיין געשלאסן זונטאג תרומה - אפדעיט דאנערשטאג משפטים תשפ"ג
זונטאג אינדערפרי האפן מיר מיטן אייבערשטנ'ס הילף דורכצופירן די ערשטע - און האפענטליך די לעצטע - פראבע צו אפדעיטן די וועבזייטל צו די נייעסטע ווערסיע און מער.
לויטן פלאן און מיט די הילף פונעם אייבערשטען וועט מען צושפארן די זייטל פון ארום זונטאג פארטאגס, ווען מ'וועט אנהייבן די פראדוצור פון אפדעיטן, אבער אויף נייע סערווער, איינמאל דאס וועט ענדיגן וועט מען צוריק עפענען די זייטל פאר באנוצער.
די גאנצע שפיל קען נעמען פון ארום 5-6 שעה און מער, מיר וועלן כסדר אבזערווירן אויב מיר ח"ו שטרויכלען זיך אן אין ערענסטע פראבלעמען וועלן מיר דאן מחליט זיין צו מ'זאל צוריק עפענען די אלטע זייטל גלייך, אדער אויב מיר קענען פארעכטן די פראבלעמען שנעל.
מיר האבן דאס שוין פראבירט עטליכע מאל און ב"ה די לעצטע פאר מאל איז אלעס דורך בשלום.
עס איז צום ערווארטען אז עס איז דא א מעגליכקייט אז געוויסע קליינע פראבלעמען וועלן מעגליך נאך אלץ זיין אפי' נאכן אפדעיט, אבער מיטן אייבערשטנ'ס הילף וועלן מיר עס פארעכטן דערנאך.
דאס איז נישט די לעצטע אפדעיט, מיר וועלן דערנאך איבער די וואך מאכן נאך פארשידענע אפדעיטס וואס מיר האפן צו מעלדן בעפאר.
פארשטייט זיך אז דאס איז נישט געקומען צו פוס, נאר עטליכע גאר חשובע מיטגלידער האבן דא אריינגעלייגט איבערמידליכע כוחות, צייט, און ארבעט אז דאס זאל קענען צושטאנד קומען, מיר וועלן אי"ה מפרסם זיין די חשובע ניק'ס וועלן מיר וועלן האלטן נאך די אפדעיט, אז זיי זאלן ערהאלטן כאטש א חלק פון די דאנקן פון די חשובע באנוצערס.
דא איז די פאריגע באריכט און וויכטיגע מעלדונג