Re: מעג מען אוועקשלעפן יענעמס קאר? מסירה???
תשובת מהרי"ק סימן קצ"א. מובא בבית יוסף סימן קנ"ו. אז מען מעג מסר'ן צו שטערן איינער פון עפענען א קאנקורירענדע געשעפט. (עיין שם היטב ליתר פרטים)ותיק ניק מנרתק האט געשריבן: ↑ זונטאג פעברואר 19, 2023 2:15 amעס איז דא א תשובת מהרי"ק וואס איז קלאר מתיר, אויף אזא אופן.וואוילע איד האט געשריבן:ער שרייט ווייל איך האב גערופען די טרעפיק פאליס האט ער שוין באקומען א טוקעט פאר אויסגעלאפנע registrationבלייב געזונט האט געשריבן:פארוואס עפעס מסירה?
אויב עפעס גזילה, מזיק ממון ישראל
איך וויל עס אי"ה אהערשטעלן אויף די נייער סייט...
דער בית יוסף קריגט זיך טיילווייז אויף די מהרי"ק.
עיין אבני נזר או"ח סימן לו ביי די סוף, אז דער בית יוסף אסר'ט צו מסר'ן ווען די צווייטער האט א רעכט צו פרובירען זיין מזל צו עפענען א געשעפט, קומט אויס אז דער ערשטער וויל מסר'ן כדי נישט צו פארלירן ריווח.
אבער אז דער פראבלעם מאכער האט נישט קיין רעכט בכלל על פי חוק המדינה צו עפענען דארט א געשעפט, מעג ער בעהטן די רעגירונג זיך אנצונעמען פאר אים, ווייל די נייער געשעפט מאכט אים שאדן (נישט נאר מניעת ריווח).
לענייננו; דער אינגערמאן האט נישט קיין שום רעכט על פי חוקי המדינה צו שטעלן זיין קאר ביי דיין בנין, (פארשטייט זיך אז דו האסט נאכגעפאלגט זייער פארלאנגען, צו לייגן צעטלעך וכדומה). איז דיין טענה צו אים, הפסדנישט נאר מניעת ריווח,מעגסטו רופען די שטאט אוועקצושלעפן זיין קאר. אז זיין קאר האט אנדערע פראבלעמען, אפילו דו ווייסט עס פון פארדעם, איז נאר זיין פראבלעם.
שלאף זיס, און ווער נישט דערשראקן פון זיין בייזע פנים אין דיינע חלומות...
- אטעטשמענטס
-
- Screenshot_20230220-012723~2.png (122.5 KiB) געזען 680 מאל
וַתֵּק ניק מִנַּרְתֵּק, באפריי דיין ניק פון זיין האלטער.
נאר בעזרת השם יתברך.
(געבויט אויף ווערטער פון די סליחה "ישמעינו סלחתי")
נאר בעזרת השם יתברך.
(געבויט אויף ווערטער פון די סליחה "ישמעינו סלחתי")