רבי אברהם דוב מאווריטש-צפת ה'בת עין' זצ"ל - י"ב כסלו תר"א
י"ב כסליו תר"א לפ"ק
דער הייליגער אווריטשער פלעג זיך מסגף זיין מיט פארשידענע סיגופים און תעניתים. ער האט דערציילט אז איידער ער איז געפארן קיין אר"י איז ער געפארן זיך געזעגענען פון עטליכע צדיקים. ווען ער איז געקומען צום רבין ר' זושא זי"ע, האט אים רבי זושא אויסגעמוסר'ט פארוואס ער איז זיך מסגף ביים עסן, און רבי זושא האט דאן געהאלטן אינמיטן רייכערן די לולקע. דער אווריטשער האט שפעטער דערציילט אז בשעת ווען רבי ר' זושא האט אים מוסר געזאגט האט ער געזען ווי מחציו ולמעלה איז א שטיק פייער, ווען מען האט אים געפרעגט אויב די אנדערע אנוועזענדע האבן עס געזען האט ער געזאגט אז ער ווייסט נישט. ער האט דאן דערציילט אז רבי זושא האט אים געזאגט: אויב דו וועסט מיר פאלגן און אויפהערן מיט די סיגופים וועל איך דיר מאכן העכער פון אלע צדיקים פון דור. ער האט אבער נישט מסכים געווען. האט דער הייליגער אווריטשער אויסגעפירט: היינט טוט עס מיר באנג.
מזקנים אתבונן ח"ב דף צ"ו אות ז'
--
זקני צפת פלעגן דערציילן אז ווען דער הייליגער אווריטשער איז געפארן קיין ארץ ישראל האט ער געהאט קפיצת הדרך למעלה מדרך הטבע. ווייל א געווענליכע נסיעה פון אדעס קיין ארץ ישראל האט אין יענע צייט געדויערט לכל הפחות פיר וואכן, אבער ביי אים האט עס געדויערט בלויז 15 טעג. ווען דער שיפס קאפיטאן האט געזען אז מען איז שוין ביים בארטן פון ארץ ישראל האט ער געשוואוירן אז דאס איז נאר אינעם זכות פון דעם צדיק, ווייל ער האט נאך קיינמאל נישט געהאט אזא אויסערגעווענליך שנעלע רייזע.
מזקנים אתבונן, ח"ב דף צ"ז אות י'
--
דער בת עין האט געהאט א חסיד אין טברי' מיט'ן נאמען רבי משה לייב שו"ב. דער איד האט געהאט א גוטער מנהג, אז ער פלעג יעדן ראש חודש אפגעקאכן א פליישיג געקעכטס, און גיין צופיס זעקס שעה פון טברי', בארג ארויף, קיין צפת צום סעודת ראש חודש ביים הייליגן בת עין פון אווריטש. נאכדעם וואס ער איז נפטר געווארן איז ער געקומען אין חלום צו איינער פון זיינע פריינט און אים דערציילט מה נעשה בדינו.
ווען ער איז אנגעקומען אין בית דין של מעלה, האט מען אים פארמשפ'ט אז ער זאל אריינפאלן אין די הענט פון די מלאכי חבלה. די חברה האבן אים גענומען און אויסגעטיילט געברענטע צרות. אבער ווען עס איז געקומען ראש חודש האט ער געזאגט אז ער וויל גיין צום רבי'ן אזוי ווי ער האט זיך געפירט יעדן חודש. האט מען אין בי"ד של מעלה נאכגעקוקט, און געזען אז ער האט טאקע נישט פארפעלט קיין איין מאנאט, האט מען אים געגעבן די ערלויבעניש.
די מלאכי חבלה זענען געשטאנען אינדרויסן במשך די סעודה און געווארן אויף אים. נאכ'ן סעודה האט ער געוואלט ארויסגיין און געזאגט פאר'ן רבי'ן אז די חברה ווארטן אים אינדרויסן. דער רבי האט אים געהייסן בלייבן דארט מיט אים, ווייל: ווער האט דיר דען געהייסן ארויסגיין?!
מאמר מרדכי סלאנים, ח"ב דף קס"ו אות כ"ג
--
דער הייליגער אווריטשער איז אמאל געגאנגען זיך משתטח זיין אויף די קברי צדיקים אין צפת. איינע פון די באגלייטער'ס האט זיך אויסגעדריקט מיט א זילזול: ווער ווייסט אויב דער צדיק ליגט דא טאקע באערדיגט... האט זיך אנגערופן הרה"ק מאווריטש: א זאך וואס איז א מסורה ביי אידן, און מען גלויבט נישט אין דעם איז דאס אפירקורסות.
מאמר מרדכי סלאנים, ח"ב דף קס"ד אות ט"ו
--