Re: בד''ה: כ''ק הגה''צ רבי שמעלקא לייפער מ'חוסט זצ''ל
וויזניצע רבי האט געזאגט בחיים אז ער וויל מ'זאל אים אריינברענגען אין שוהל "פאר" די טהרה זיך צו געזעגענען מיטן ציבור, זאגן תהלים וכו'אליעזר קרויס האט געשריבן: ↑ מאנטאג פעברואר 20, 2023 9:49 amווען האדמו"ר מווישזניץ זצ"ל איז אוועק איז געווען ער"ש און מען האט זיך געיאגט מיט די לויה. למעשה פאר די טהרה האט מען אריינגעברענגט די מטה אין ביהמ"ד און געלייגט אויף די ערד אפאר מינוט. מען האט דעמאלטס געזאגט אז די רבי האט אזוי פארלאנגט, און געזאגט אז דוקא פאר די טהרה. די לעכט וואס איינער האט דעמאלטס ארומגעלייגט האב איך אויך געהאלטן אז עס איז לכאורה א מנהג שטות.אבן יקרה האט געשריבן: ↑ מאנטאג פעברואר 20, 2023 8:13 amא זעקל פון די לעכטעלעך
די גאנצע זאך איז א משוגעת שלא נודע מהיכן בא און וואס פאר א פירעכטס איז דאס
טראגן דאס בר מינן צום ערד פון ביהמ"ד פארנט פון ארו"ק ליגנדיג אויף די ערט ארומגענימען מיט לעכטעלעך
לא שערום אבותינו, עולם הפיקטשערס ברענגט מיט אזעלכע מאדענע זאכן
אז מ'ברענגט פאר די טהרה, איז עס מיטן טלית און נישט מיט א ארון. און אזוי אויך פאר די טהרה לייגט מען אויף די ערד.
בנוגע ליכט, דעמאלטס אין וויזניץ האט מען נאר געלייגט צוויי ליכט צוקאפנס