איז קודם דארף מען לערנען גמ' מסכת ברכות פרק א' צו האבן א שטיקעלע הסבר אויף די זאכן,
אבער מיר וועלן פרובירן צו אריין גיין און די זאכן וואס שטייט מער און תורת הנסתר,
איז אזוי שלאף און תורת הנסתר האט און זיך 2 חלקים: 1) נפש והגוף התחתון 2) די נשמה החצובה מתחת כסא הכבוד
מצד די גוף ווערט שלאף אנגערופן און א בחינה וואס הייסט מיתה, אחד משישים ווי די גמרא זאגט,
אבער מצד די נשמה הייסט עס א בחינה פון א עליות נשמה, און די נשמה באקומט מער קדושה יעדע מאל מען שלאפט,
הרה"ק ר' פנחס מקאריץ זי"ע האט געזאגט אז שלאפן איז ממתיק די דינים, קען מען פארשטיין ווייל אז די נשמה גייט ארויף איז עס ממתיק דינים,
די הייליגע אר"י הק' פלעגט יעדע מאל ביים שלאפן לערנען תורה בישיבה של מעלה, און פלעגט זיך אויסוועלן צו וועלכע ישיבה מען זאל אים פירן,
און די גמרא איז דא א מחלוקה לא איבראי לילה אלא לגירסא או לשינתא, לויט דעם אז מען קען לערנען אינמיטן שלאפן קומט אויס אז עס איז אלו ואלו דברי אלוקים חיים,
נאר די גמרא דערציילט ווי דוד המלך האט מקפיד געווען צו שלאפן זייער ווייניג, ולכאורה איז א גרויס ענין צו שלאפן?
נאר מצד די גוף איז א גרויסע סכנה צו שלאפן ווייל עס ווערט א בחינה פון מיתה, און שלעכטע כוחות קענען האבן א שליטה איבער די גוף,
און עס ווענט זיך לפי די מקומות און די זמנים, וואס דעמאלסט קענען די שלעכטע כוחות נישט האבן א שליטה,
נ.ב. נאר געשריבן פאר הרב פרידן שליט"א די ציל פון די אשכול איז מער און פארשטיין וואס קומט פאר אויף די מיסטעריעזע וועלט, און זעהן וויאזוי און אונזערע ספרים שטייט שוין אלעס,
זיכסט א ספר, רבי, חברותה, מראה מקום, אין לימוד הקבלה? איך קען אייך אפשר העלפן! אין אישי!
ס'דא א לאנגע דרוש און אר"י הק' שער מאמרי רז"ל וואס הייסט דרוש פסיעותיו של אברהם אבינו, עס איז געבויט אויף די מדרש מ"ר בראשית פ' מ"ג ר' לוי בשם ר' יוסי בן זמרא אמר פסיעותיו של אברהם אבינו היו שלשה מילין וכו', די מדרש דערציילט ווי אזוי אברהם אבינו איז געפלויגן מיט איין פסיעה (טריט) דריי מיל ווען ער איז געגאנגען ראטעווען לוט ביי די מלחמה פון די פינעף מלכי מדין,
און אויך בויט זיך דער דרוש אויף די גמרא ברכות דף ד: אמר ר' אלעזר בר אבינא גדול הנאמר במיכאל יותר ממה שנאמר בגבריאל וכו' און די גמרא זאגט אז מיכאל קען מיט איין שפרינג פליען ווי ער דארף משא"כ גבריאל דארף טאנצן צוויי מאל,
איז פאר מען גייט אריין און דעם דרוש קען מען נישט אויסלאזן די געוואלדיגע חשיבות פון דעם דרוש,
ר' חיים וולאזינער ברענגט אז די גר"א האט געהאט א ספק צו ר' חיים וויטאל האט פארשטאנען די נמשל פון תורת אר"י, דהיינו כידוע רעדט די אר"י הק' בדרך משל און די גאון האט געהאלטן אז אפשר האט ר' חיים וויטאל נישט ארויסגעהאט די נמשל, זאגט ר' חיים וולאזינער אז נאכדעם וואס די גר"א האט געזען דעם דרוש אויף פסיעותיו של אברהם אבינו, האט ער פארשטאנען אז ר' חיים וויטאל האט פארשטאנען די נמשל!!
איז בקיצור די גאנצע דרוש איז געבויט ווי אזוי מען קען פליען און רגעים איבער די גאנצע וועלט! און עס איז צעטיילט און צוויי חלקים, בדרך הקליפה והטומאה, און להבדיל בדרך הקדושה,
זיכסט א ספר, רבי, חברותה, מראה מקום, אין לימוד הקבלה? איך קען אייך אפשר העלפן! אין אישי!
פליען און די קדושה איז אויך צעטיילט און צוויי בפנימיות די נשמה קען פליען און בחיצוניות די גוף התחתון,
און נאכדעם איז דא אזא זאך וואס הייסט חלוקא דרבנן דהיינו עס קוקט אויס ווי די גוף, אבער עס איז א רוחניות'דיגע זאך וואס נאך די פטירה איז די נשמה זיך מתלבש און יענע גוף, ס’דא כמה מעשיות פון תלמידי בעש”ט איבער דעם,
ס’איז דא מעשה אז ס’איז געקומען א פרוי צום היילגען ריבניצער זצוק"ל און רוסלאנד אז זי האט א קינד און מיליטער, בשעת ער האט געליינט די קוויטל האט ער זיך אויפגעשטעלט און געמאכט מיט די הענט ווי איינער וואס שטופט ארויס איינעם פון צימער, א שטיק צייט שפעטער איז איר קינד אהיימגעקומען און ער האט דערציילט, אז איין טאג אינמיטן ארבעטען און א בנין איז צוגעקומען צו אים א איד מיט א בארד, און אים געהייסן שוין ארויסגיין און פארלאזן דאס פלאץ און כ'האב אים נישט געהאלטן ביים פאלגען, האט ער מיך אנגעכאפט אין ארויסגעשטופט פון בנין, אין תיכף ומיד נאכדעם האט אויפגעריסן א באמבע אין נאר ער איז לעבען געבליבן,
אויך איז באקאנט אז די היילגע רבי ר’ אלימלך מליזענסק זצוק”ל אז מען האט אים געזען אין די זעלבע צייט אויף צוויי פלעצער,
אויך איז דא א מעשה מיטן רבין פון לובלין אז ער האט אויסגעגאסן די זופ, און איינע פון די תלמידים האט זיך אנגערופן רבי מ’וועט אונז ארעסטירן, ווייל ער האט געמיינט אז ער איז באמת אויף א אנדערע פלאץ וואס דארט האט ער אויסגעגאסן די טינט,
יעצט אז די נשמה זאל קענען פליען איז לכאורה די גרינגסטע, ע"פ מ"ש הבעש”ט הק’ אז במקום מחשבתו של אדם שם הוא און א מענטש קען טראכטן און זיך מצייר זיין כאילו ער איז און די עולמות עליונים וועט זיין נשמה באמת דארט זיין
לשון הבעש"ט: צריך שירגיש במחשבתו שהוא בעולם העשיה בתחלת התפלה ואח"כ ירגיש שהוא ביצירה עולם המלאכים והאופנים ואח"כ בעולם הבריאה עד שירגיש במחשבתו שפרח במחשבותיו גבוה מאד לעולם האצילות וכמו אדם שמטייל מחדר לחדר כן יטייל במחשבתו בעולמות עליונים. ויזהר שלא יפול ממחשבתו הגבוה מאד בעולמות העליונים רק יחזיק עצמו בכל כחו שישאר למעלה במחשבותיו במתג ורסן שעשה כמו גדר שלא ירד. וכשרוצה לעשות כן לצורך דביקות בלא שעת תפלה צריך שלא יהיה שום אדם באותו בית שאפילו צפצופי עופות יכולים לבטלו וכן מחשבה של אחר יכול לבטלו:
אבער אז די גוף זאל קענען פליען איז גאר א גרויסע זאך וואס און דעם איז דא כמה מיני אופנים, קודם די פשוטע קפיצת הדרך וואס עס איז דא כמה מעשיות פון תלמידי בע”ש,
אבער נאכדעם איז דא ווי למשל א מעשה דאכצוך מיט ר’ אייזיקל קאלווער, אז ער איז געפלויגן אויף צפת ערב שבת זיך טובלען מיט זיין גבאי און ער האט אים דארט געלאזט, דהיינו ער איז באמת געפלויגן נאר אן א פליגער, ס’איז אויך דא א מעשה פון הייליגען רוקח אז ער איז געפלויגן ערב פסח צום רמב”ן, ממש כפשוטו און די לופט!
אדם יסודו מעפר וסופו לעפר אונזערע גופים זענען באשאפן געווארן, פון די עפר התחתון פון דער וועלט, עפר אתה ואל עפר תשיב,
די נקודה פון דעם איז, אז א גשמיות'דיגע זאך ווי נענטער ער וועט זיין צו דעם עולם וועט עס אים די כח המשיכה אראפ שלעפן, משא"כ רוחניות'דיגע זאכן נישט, נאר פארקערט גאר, זיי וועלן ציען אויף ארויף און ווילען ארויפגיין,
השמים שמים לשם והארץ נתן לבני אדם, די חילוק איז נאר וויפיל ער איז געמאכט פון שמים און וויפיל ער איז געמאכט פון ארץ,
און א חלוקא דרבנן קען נאר גיין ביז און גן עדן התחתון, ווייל ער איז געמאכט פון אזא מין חומר, וואס די גן עדן התחתון אליין, איז אויך געמאכט געווארן, דהיינו עס איז תופס מקום, און מען קען עס זעהן מיט די פליישיגע אויגן, אבער אן קיין טראפ גשם חומרי פון דער וועלט, המשך יבוא...
זיכסט א ספר, רבי, חברותה, מראה מקום, אין לימוד הקבלה? איך קען אייך אפשר העלפן! אין אישי!