די מעשה אין קארצן איז בערך אזוי; אריטריע צוזאמען מיט עטיאפיע איז אמאל געווען א קאלאניע וואס איטאליע האט געהערשט אויף איר, אפאר יאר נאך די צווייטע וועלט מלחמה איז עס געווארן זעלבסט שטענדיג, און אריטריע איז געווערן אן אייגענע אטאנאמיע אבער נאכאלטץ אינטער עטיאפיע
מיט די יארן האט זיך אריטריע אפגעריסען פון עטיאפיע מיט געוואלד און איז געווארן א דיקטאטארישע זעלשטענדיגע לאנד וואס ווערט געפירט ביי די ממשלה וואס איז אויך די מיליטער
די געזעצען אין אריטריע איז דיקטאטאריש און שטייט איין לעוועל ווייניגער פון צפון קוריע און איז זייער אן ארימע לאנד, דאס איז גורם אז די איינוואוינער זיכען צו אנטלויפן פון דארט.
אלע וואס זיכען צו אנטלויפן ווייל זיי זענען קעגן די ממשלה, ווערן פאררעכנט אין די ממשלה ווי שונאים און ווען מ'כאפט זיי ווארט זיי אויס שווערן שטראפן, פון אנדערע זייט האט די ממשלה א פראגראם פאר וועלכע עס סופפארטן די ממשלה אז זיי זאלן אנטלויפן צו אנדערע לענדער און זיי זאלן סופפארטן די ממשלה פון דרויסען און פארשטייט זיך שיקן געלט וואס דאס האלט די אקאנימי פון די לאנד
בקיצער, ס'איז דא אריטריארישע פליטים וואס זענען סופארטערס פון די ממשלה און ס'איז דא וואס זענען די פארקערטע
-
אירטריע זיצט אויפ'ן רויטן ים (ים סוף) אראפציר פון סודאן, די פליטים פון אריטריע האבן זיך אריין געשמאגלט קיין מדינת ישראל דארך זיך אריין שווערצן צו מצרים (אדער דורך'ן ים אדער דורך יבשה אין סודאן) און פון דארט זענען זיי אריין אין מדינת ישראל
ס'איז דא אן ערך פון 35000 פליטים אין מדינת ישראל (סופפארטערס און קעגנער פון די ממשלה אין אריטריע) די פליטים זענען אריין קיין מדינת ישראל בעפאר ס'איז געווען די צוים צווישען מדינת ישראל און מצרים, זייט די צוים זענען ממש נישטא קיין נייע פליטים
די מדינה פלאגט זיך שוין יארן מיט די בג"ץ צו פארטרייבן די פליטים למעשה בג"ץ האט יעדע מאל אפגעווארפן די מדינה'ס געזעץ זיי צו פארטרייבן
-
דעם שבת איז פארגעקומען א ראלי אין תל אביב פון סופפארטערס פון די ממשלה לכבוד די 30'טער יאר פון די ממשלה אין אריטריע און די קעגנער האבן געוואלט אינטער ברענגן די ראלי און פראטעסטירט אקעגן איבער פון די סטעידיאום ווי ס'האט געדארפט צו פארקומען די ראלי. אויך אין אנדערע לענדער איז פארגעקומען ענליכע ראלי'ס
דאס איז געווען די שורש פון די ראיאטען, די קעגנער פון די ממשלה האבן ראיאטירט אנטקעגן די סופפארטערס
-
ס'איז אינטערעסאנט אנצומערקען אז מדינת ישראל האט א גוטע רילעישענשיפ מיט אריטריע און זיי האלטן אויף אן ארמי בעיס אין אריטריע, אזוי אויך האט אריטריע אן אמבעסי אין מדינת ישראל און ס'איז פון די געציילטע לענדער אין אפריקע וואס אנערקענן נישט די פאלעסטינע אלץ א סעלבשטענדיגע לאנד
אויסערן מיניסטער אלי כהן לייגט ארויף א מזוזה ביי די מדנ"י אמבאסאדע אין מאנאמא הויפשטאט פון באכריין אין אנוועזנהייט פון דעם באכריינישער אויסערן מיניסטער.
ישראל_הלויהאט געשריבן:↑מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 9:56 am
אויסערן מיניסטער אלי כהן לייגט ארויף א מזוזה ביי די מדנ"י אמבאסאדע אין מאנאמא הויפשטאט פון באכריין אין אנוועזנהייט פון דעם באכריינישער אויסערן מיניסטער.
זאג דעם אידל דארט אז ער קען מיך רופן. כ’וועל עהים זאגן די בעסיקס הל’ מזוזה..... פרי אוו טשארדזש....
Benjamin Franklin: BEWARE OF LITTLE EXPENSES - A SMALL LEAK WILL SINK A GREAT SHIP
באריכטן אז פרעמיער נתניהו האט מסכים געווען אין פרינציפ צו א פשרה פון פרעזידענט הערצאג וואס וועט פרירן די רעגירונג יורידישע רעפארמען פאר 18 חדשים און וועט נישט טוישן גארנישט אויף די קאמיטע וואס וועלט אויס די ריכטער.
עקספערטן שאצן אז ארץ ישראל איז נעקסט אויף די רייע צו ליידן פון מאכטפולע ערדציטערניש, נאך מאראקא און טערקיי ב' פ״ג די עקספּערטן זאָגן אַז ארץ ישראל געפונט זיך ביים ווענדפּונקט צווישן די אַפריקאַנער און אַראַבישע אונטערערדישע פּלאַטעס, און דעריבער שטייען זיי אויס א הויכע ריזיקע פון א גרויסע ערדציטערניש ערגעץ אינעם נאָנטן צוקונפט. לויט די עקספּערטן איז דאָס א סעריע פון געשעענישן, וואָס האָט זיך אָנגעהויבן מיט'ן ערדציטערניש אין טערקיי עטליכע חדשים צוריק, דערנאָך יעצט אין מאָראָקאָ, און זיי שאַצן אַז ארץ ישראל איז נעקסט.
עס קומט א ראש השנה נאך וויניגער וואו א וואך, קענסט אויספויעלן אז אלע שאצונגען זאל ווערן כאפס ואין אין משיח זאל קומען בקרוב קוממיות לארצינו, אן קיין שום צער ונזק פאר אידישע קינדער.
פרעמיער מיניסטער נתניהו: איך האב זיך געטראפן מיטן פרעזידענט פון טערקיי, מיר האבן באשלאסן ווייטער צו פאראויסרוקן די באציאונגען צווישן מדינת ישראל און טערקיי אין די נושאים פון האנדל, עקאנאמיע און ענערגיע, מיר האבן מסכים געווען זיך צו טרעפן ווידער בקרוב.
פרעמיער נתניהו אין זיין דרשה פארנט פון די יונייטעד נעישאנס גענעראל פארזאמלונג צייגט וויאזוי די מיטל מזרח העט אויסזעהן נאך א שלום אפמאך צווישן מדנ"י און סאודי אראביע.