פרישע סטראשערייהען דורך יו"ר ש"ס ארי' דרעי, וואס סטראשעט אפענהערהייט איבער'ן צואווארפן די איצטיגע רעגירונג, טאמער די געוויסע ליכוד חברי כנסת וועלן אויספירן וואס זיי זאגן, אז זיי וועלן שטומען קעגן זיין פריש אויפגייענדע געזעץ וועגן די שטעלן רבנים אין מדינת ישראל, וואס דרעי זעהט אויס פאר די וויכטיגסטע זאך אצינד דורכצוטוהן צו אויסטיילן די אלע דזאב'ס פאר די רבנים. און דאס זעהט ער פאר די לעצטע ווענדפונקט צו די רעגירונג וועט פארלירן זיין עקסיטזענץ. אבער ווי פארשטענדליך ווי אייביג נאך אזעלכע סטראשערייהען גייט איינער זיך בייגן, אדער דרעי אדער די ליכוד חברה, ס'זעהט אינגאנצן נישט אויס אז דא גייט צובראכן ווערן די ממשלה
מושי פוטערפאסהאט געשריבן:↑דינסטאג יוני 18, 2024 11:57 am

בן גביר טענה'ט אז דרעי האט געמאכט עפעס א דיעל מיט מנסור עבאס עס צו שטיצן.
נתניהו רופט צאם אלע מעיאר'ן צו אויסארבעטן עפעס א דיעל.
יעקב ריבלין שרייבט אז ער האט א געפיל אז דרעי ווייסט אז ס'גייט נישט אדורך גיין נאר ער וויל שוין צאמווארפן די ממשלה, ער איז פארעקלט פון דעי ממשלה וואס פאנקנאצירט נישט.
א חבר כנסת פון ש''ס זאגט פאר חזקי ברוך אנאנאמיס: ''ס'הערשט א געפיל פון בחירות''
אידן פאר העריס - טשיקענס פאר ערב יו''כ. די גלעזל איז ריין, כ'האב נארוואס געזעהן א איד טרינקען פון דעם. זלמן ווידער, עס איז נישט דא אזא זאך 'חאן יונס מיליטאנטן'.
מושי פוטערפאסהאט געשריבן:↑דינסטאג יוני 18, 2024 11:57 am
פרישע סטראשערייהען דורך יו"ר ש"ס ארי' דרעי, וואס סטראשעט אפענהערהייט איבער'ן צואווארפן די איצטיגע רעגירונג, טאמער די געוויסע ליכוד חברי כנסת וועלן אויספירן וואס זיי זאגן, אז זיי וועלן שטומען קעגן זיין פריש אויפגייענדע געזעץ וועגן די שטעלן רבנים אין מדינת ישראל, וואס דרעי זעהט אויס פאר די וויכטיגסטע זאך אצינד דורכצוטוהן צו אויסטיילן די אלע דזאב'ס פאר די רבנים. און דאס זעהט ער פאר די לעצטע ווענדפונקט צו די רעגירונג וועט פארלירן זיין עקסיטזענץ. אבער ווי פארשטענדליך ווי אייביג נאך אזעלכע סטראשערייהען גייט איינער זיך בייגן, אדער דרעי אדער די ליכוד חברה, ס'זעהט אינגאנצן נישט אויס אז דא גייט צובראכן ווערן די ממשלה
איינער איז ארעסטירט געווארן ביים אפשניידן די שלאס פון דער טויער אריינצוגיין אין נתניהו'ס הויז אין קסריה און פרובירן צו טוישן צו א נייע שלאס, אין צוגרייטונג צו א געפלאנטע פראטעסט דארט.
די געזונטהייט מיניסטעריום האט באפוילן די איינוואוינער אין כפר חב"ד און צפרי' אויפצוקאכן דאס וואסער איידערן זיך באנוצן דערמיט, נאך נישט קיין געווענליכע תוצאות פון די בדיקות וואס מען האט אדורגעפירט אויף די וואסער.
עלינוהאט געשריבן:↑דאנערשטאג יוני 20, 2024 10:11 am
איינער איז ארעסטירט געווארן ביים אפשניידן די שלאס פון דער טויער אריינצוגיין אין נתניהו'ס הויז אין קסריה און פרובירן צו טוישן צו א נייע שלאס, אין צוגרייטונג צו א געפלאנטע פראטעסט דארט.
מג"ב קעמפער נעמען ארום נתניהו'ס פריוואטער הויז אין קסריה.
די פאליציי האבן ארעסטירט צוויי ירושלימ'ער איינוואוינער, אין די פופציג און צוואנציגער יארן, וואס זענען פארדעכטיגט אין גנב'נן 200,000 שקל פון א 70-יעריגער מאן אין ירושלים.
דער ספעציעלע קאמיטע וואס פארשט אויס די "סומבארין פארקויף פרשה" (פרשת הצוללות) וואס ווערט אויך אנגערופן תיק 3000 האט געשיקט ווארענונג בריוון פאר פרעימער מיניסטער נתניהו, געוועזענער זיכערהייט מיניסטער בוגי יעלון, געוועזענער מוסד דירעקטאר יוסי כהן, געוועזענער מדנ"י נעווי קאמאנדיר רם רויטנבורג און אבנר שמחומני, וואו זיי מעלדן זיי אן אז זיי ווערן אויסגעפארשט אלץ פארדעכטיגטע אין די פרשה, די וועדה באשולדיגן נתניהו אין שטעלן אין געפאר מדנ"י זיכערהייט און פינאנסיעלע אינטערעסן, בוגי יעלון באשולדיגן זיי מיט זאגן ליגנט פאר דעם געריכט. אין די פרשה ווערט אויסגעפארשט א געוויסע פארקויף פון סומבארינס און נאך שיפן וואס מדנ"י האט געקויפט פון א דייטשע קאמפעני און לויט דער פארדאכט איז האבן רעגירונג איינגעשטעלטע גענומען שוחד עס אדורכצופירן, עס איז דא אנגעקלאגטע אין די פרשה, אבער דער מדנ"י פראסעיוטער האט נישט געוואלט אנקלאגן נתניהו אין דעם, אין די תקופה וואס נפתלי בענעט איז געווען פרעימער מיניסטער האט דער זיכערהייט מיניסטער בעני גאנץ אויפגעשטעלט א וועדת חקירה ממלכתית אויסצו פארשן די פרשה, א זאך וואס נתניהו און זיינע שטיצער האבן זיך כסדר אנטקעגן געשטעלט.
וואס פונקטליך זענענן די חשדות אויף וואס מען פארשט, וואס איז געווען מיט מצרים? ווי אזוי האט ביבי געקענט אויסקרויזן די מדינת ישראל מיליטער?
בוגי יעלון פון די גרויסע אנטי ביביסטן האט אויך באקומען א שיינע פארציע פון די וועדת חקירה.
יא, כ'האב עס געזעהן, אבער עס האט מיר אויסגעזעהן להלכה ולא למעשה און עס איז נאר געעשיקט כדי צו צייטווייליג באלאנסירען און ווייזן אומפארטיישקייט, אבער אין די ענדע וועט נאר ביבי כאפן און מ'סתם אויך כהן.
מיין פראגע איז בעיקר וואס איז די באשולדינוג?! זיי שרייבן אזוי דראמטיש כאילו האט דא געהאנדעלט ווי א שפיאן פאר א פרעמדע מדינה (כדוגמה ווי לפיד האט געארביייט פאר לבנון און פראנקרייך און פאר זיין באנק אקאונט...)
אין קורצע ווערטער איז די קעיס אז מדינת ישראל האט איינגעקויפט עטליכע פארגעשריטענע סובמארינען פון די דייטשע טיסנקראפ פירמע, ווען לויט טייל האט מען עס נישט געדארפט אדער עס איז געווען צו טייער, און די אלגעמיינע חקירה איז צו די געשעפט מיט טיסנקארפ איז אדורכגעפירט געווארן נאכוואס פאליטיקאנטן און אפיצילעלע רעגירונגס ארבעטער האבן באקומען קיקבעקס פון טיסנקארפ אין אויסטויש פארן שטופן די דיעל. א עקסטערע דעבאטע איז געווען צו נתניהו אדער זיינע קרובים האבן געמאכט געלט אין ליכט פון די געשעפט צוליב געוויסע סטאקס וואס ער האט געהאט אין פירמעס וועלכע האבן בעניפיטירט פון טיסנקארפ'ס סוקסעס. געוויסע זענען באשולדיגט געווארן ווען אנדערע האט מען נישט אויסגעפארשט. צווישן זיי נתניהו וועלכער האט באריכטעט די סטאקס פאר די אטוירני דזשענעראל לויטן געזעץ. און עס איז נישט געווען קיין באווייז אז ער זאל עפעס האבן דירעקט בעניפיטירט פון דעם געשעפט.
והשתא דאתית להכא, איז דא א עקסטערע דעבאטע אין ארץ ישראל, צו דאס וואס נתניהו האט באשטעטיגט פאר עגיפטן צו איינקויפן פארגעשריטענע סובמארינען איז נישט געווען מאטיווירט פון אינטערעסן פון דעם סארט, נתניהו האט געטענהט אז ער האט עס באשטעטיגט צוליב סיבות וואס קיינער טאר נישט וויסן, און נאר דער אטוירני דזשענעראל ווייסט עס, מצד שני האט דאס דער אטוירני געלייקנט. אלזא בלייבט די פראגע פארוואס ער האט עס באשטעטיגט און צו עס איז נישט געווען מאטיווירט פון אזאנע אינטערעסן וואס די אנדערע סובמארין געשעפטן זענען געווען. די רעכטע ווידעראום טענה'ן אז די סובמארין געשעפט מיט מצרים איז שוין א אלטע אפמאך פון די צייטן פון רבין וועלכע נתניהו האט געמוזט איינהאלטן. סיי וויאזוי. העמיר ווארטן אויף פרישע אנטוויקלונגען.
אמאל בין איך געווען א מתמיד, היינט בין איך א מתמודד, איך האף איין טאג בעז"ה צו ווערן א מתבודד.