נאטיפיקאציעס ווען מ'ציטירט עטליכע אויפאמאל
איינס פון די פיל תיקונים וואס די געטרייע הנהלה האט געמאכט צום סייט איז אז ווען מ'ציטירט עטליכע מענטשן אויפאמאל, באקומט נאר דער לעצטער א נאטיפיקאציע, אנדערש ווי ביז יעצט ווען אלע ציטירטע זענען איינגעמאלדן געווארן דערוועגן.
טייל ניקס זענען זייער צופרידן מיט דעם טויש, זעענדיג דאס פון די שיפורים וואס דער סייט האט באקומען. צומאל ווערט מען נערוועז ווען מ'ווערט ציטירט איינמאל און נאכאמאל, נאר ווייל דריי בלאט צוריק האט מען געזאגט עפעס וואס האט שוין לאנג נישט שייכות מיט'ן יעצטיגן שמועס. לאז מיר ארויס פון דא און פארטיג.
אנדערע קלערן אבער אז דאס איז פון די חסרונות וואס קומען מיט יעדער גוטער זאך. זיי קלערן אז ס'איז בעסער געווען דער אלטער וועג. אסאך מאל איז די יעצטיגע תגובה יא נוגע צו וואס מ'האט געשריבן. בנוסף, געוויסע ווארטן שוין בכליון עינים צו באקומען א נאטיפיקאציע, און פרייען זיך ווען זיי באקומען צען שטיק פאר איין פינטל וואס זיי האבן געפירקלט. זאל מען זיי צונעמען די הנאה?
לאזט הערן אייער מיינונג.