רבותי, לאזט אייך נישט בא'גנב'נען!!

איבער אלע סארט כלי מכשירים

די אחראים: זייער נייגעריג , אחראי , thefact

אוועטאר
אויסערן מיניסטער
שר האלף
תגובות: 1219
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 03, 2014 9:19 pm
לאקאציע:מיר האבן רעזיגנירט אונטער ביידן!...

רבותי, לאזט אייך נישט בא'גנב'נען!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסערן מיניסטער »

יענקל זיצט אין זיין אפיס אויפן דריטן שטאק אין די שיינע אפיס געביידע, ער זיצט איבערגעבויגן איבערן קאמפיוטער און קאנצענטרירט זיך שטארק אויף די בילל וואס ער האט אפן אויפן סקרין, ער שטרענגט זיך אן צו פארטרייבן די מחשבות, דער יצר הרע רעדט צו אים נאכאמאל און נאכאמאל.. ער קומט מיט אזא איצטלא דרבנן, דו ווייסט דאך אז דו האסט נישט צו באצאלן שכר לימוד! דיינע קינדער גייען ליידן דערפון, זיי זענען נעבעך גארנישט שולדיג!
טו עס!!
פון די אנדערע זייט קומט דער יצר טוב און שרייט חס ושלום!! טו עס נישט!! עס איז גניבה!!

וואס שלאגט זיך יאנקל אזוי? וואס גייט פאר??

די מעשה איז גאנץ פשוט, 3 טאג צוריק האט יאנקל געקויפט א נייע פרינטער, ער האט עס געוואלט אויפסעטן, האט ער געמאכט א סקען אויפן נעטווארק און אנשטאט צו זען אז ס'איז דא דארט נאר זיין קאמפיוטער און זיין פרינטער און זיין וואויפ טעלעפאן האט ער זיך דערזען מיט 50 קאמפיוטערס!!
המממ... ער איז דא איינער אליין אין די אפיס, וויאזוי איז דא 50 קאמפיוטערס אויף זיין נעטווארק??
עס האט גענומען עטליכע מינוט ביז ער האט צאמגעשטעלט!! ס'קען נישט זיין, אבער ס'איז א פאקט!! די גאנצע אפיס בילדינג איז אויף איין נעטווארק... און ער יאנקל האט עקסעס צו אסאך דערפון..
ער האט געטראפן עטליכע קאמפיוטערס וואס האבן שעירד פאלדערס, און דארט האט ער געטראפן פינאנציעלע אינפארמאציע פון עטליכע גרויסע קאמפאניס, און יעצט ברויך ער זיך שלאגן מיט זיינע געפילן
אויך האט ער געטראפן אפענע קעמרעס וואס ער קען זען ביי יענעם און אפיס און אויך עטליכע שעירד קוויקבוקס פאלדערס...

*******

יאנקלס מעשה איז פארשטייט זיך א משל
די נמשל איז געשען ביי מיר....
איך בין געווען אין א אפיס בילדינג שוין עטליכע מאל און דער בעה"ב שטעלט צו אינטערנעט וואס מ'קען אויפסעטן אז יעדער זאל האבן זיין עקסטערע נעטוואורק און מ'קען פשוט איינפלאגן אלעס מיט יעדן אויפאיינמאל און... שוין...
דאס לעצטע מאל וואס דאס איז געשען האב איך געקענט אנקומען צו אנדערע מענטש'נס דעסקטאפ, דאונלאודס און דאקומענטס און געהעריג אלעס עפענען!!!!
און כבין אנגעקומען צו מענטש'נס דאארבעלס... און צו מענטש'נס קוויקבוקס פיילס!

כ'בין געגאנגען צום בעה"ב פון די פלאץ און אים געוויזן וואס סגייט פאר, ער האט פיין פארשטאנען אבער ער האט נישט געהאלטן ביים ספענדן די געלט דערפאר.. רבונו של עולם, ווען איינער גייט דיר בא'גנב'נען העסטו דעמאלטס יא פילן פאר וויכטיג דאס צו טון?
אדער איינע פון דיינע טענעטס וועלן האבן ערנסטע שאדן דערפון, דעמאלט'ס וועסטו זיך יא דערמאנען?

הכלל, רבותי, מאכט זיכער אז אייערע נעטווארקס זענען פארזיכערט, עס איז דא א גרויסע חוסר ידיעה ביי מענטשן דערוועגן, אויב דארפט איר הילף דערין קענט איר מיר שיקן באישי און מיר וועלן אייך ארויסהעלפן אי"ה.

אויב ווילט איר נישט שיקן א אישי וועגן גילוי קענט איר שיקן א אימעיל צו [email protected]
די ווינדער פון די נאטור מה רבו מעשיך ה'
אוועטאר
פארדרייט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 402
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 06, 2023 2:18 am
לאקאציע:El Paso Taxes

Re: רבותי, לאזט אייך נישט בא'גנב'נען!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארדרייט »

שרעקעדיג!
מִזֶּה אֵלֶּה וּמִזֶּה אֵלֶּה בְּנֵי אֵיתָנַי וְרַבָּנַי. כֻּלָּם צָעֲקוּ וַתַּעַל שַׁוְעָתָם אֶל ה'. יָ-הּ לְקוֹל רִנּוּן כְּבוֹא שָׁאַל לִפְנָי. וּמֶה קוֹל הַצֹּאן הַזֶּה בְּאָזְנָי
אוועטאר
ווייל נישט מיך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 490
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 15, 2021 10:29 am
לאקאציע:ווי נישט

Re: רבותי, לאזט אייך נישט בא'גנב'נען!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווייל נישט מיך »

זיי מסביר אביסל פאר די עםמערצים...
וואס מיינט דאס "און מ'קען פשוט איינפלאגן אלעס מיט יעדן אויפאיינמאל און... שוין..."

מיט דאנק פין פארויס!
דריק גאז און פאאאאאררררר!! קוק נישט אויף קיייינננעעעעם!!
אוועטאר
הלבלר בקולמסו
שר עשרת אלפים
תגובות: 10004
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

Re: רבותי, לאזט אייך נישט בא'גנב'נען!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלבלר בקולמסו »

ווי אזוי קען מען וויסן וואסערע נעטווארק מען האט?
יעדע גוטע זאך קומט אמאל צו אן ענדע,
אבער נאכדעם קומט אן א בעסערס.

אוועטאר
יעקב פריינד
שר שבעת אלפים
תגובות: 7298
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 07, 2017 8:46 pm

Re: רבותי, לאזט אייך נישט בא'גנב'נען!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקב פריינד »

יא יא מענטשן כאפן נישט ווי פארזיכטיג מען דארף זיין.

למשל ווען דו האסט א אפיס אין א בילדינג וואס פארדינגט אסאך אפיסעס וועט על פי רוב יעדער זיין אויף די זעלבע נעטווארק און דאס איז גארנישט גוט...
אוועטאר
לעמאן סאדע
שר האלף
תגובות: 1675
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 13, 2018 5:39 pm
לאקאציע:חק"ס שטיבל

Re: רבותי, לאזט אייך נישט בא'גנב'נען!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעמאן סאדע »

הלבלר בקולמסו האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 22, 2023 4:39 pm
ווי אזוי קען מען וויסן וואסערע נעטווארק מען האט?
אוועטאר
נאכמיטאג
שר האלף
תגובות: 1268
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 08, 2021 2:32 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאכמיטאג »

א שאד די דראמא.

מ'קויפט א ביליגע ראוטער אדער א managed switch, און מ'טיילט אפ די אייגענע נעטווארק.
גאמ
אוועטאר
ווייל נישט מיך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 490
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 15, 2021 10:29 am
לאקאציע:ווי נישט

Re: רבותי, לאזט אייך נישט בא'גנב'נען!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווייל נישט מיך »

איינער אוועיליבעל צי פשוט מסביר זיין פין וואס מען רעדט דא??...
דריק גאז און פאאאאאררררר!! קוק נישט אויף קיייינננעעעעם!!
אוועטאר
אויסערן מיניסטער
שר האלף
תגובות: 1219
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 03, 2014 9:19 pm
לאקאציע:מיר האבן רעזיגנירט אונטער ביידן!...

Re: רבותי, לאזט אייך נישט בא'גנב'נען!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסערן מיניסטער »

נישט באמערקט אז דער עולם האט מגיב געווען

העמיר שפעטער בלי נדר אביסל פארברייטערן
די ווינדער פון די נאטור מה רבו מעשיך ה'
רייכער איד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 336
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 11, 2019 12:15 am

Re:רבותי, לאזט אייך נישט בא'גנב'נען!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רייכער איד »

נאך א פוינט וויל איך ארויסברעגען, געוויסע ווייסען נישט,
עס איז דא אינשורענס פאר דעים, אויב והיה אז דער אויבען דערמאנטער יענקעל האט זיך נישט געקענט איינהאלטען אין זיך אריינבאקומען ביי יענעם אין אנגעמאכט שאדען, אדער גע'גנב'עט פינאנציעלע אינפוי , געמאכט א באנק טרענספער וכו' , איז דא סייבער אינשורענס וואס וועט דאס קאווערען.
פאר מיר אינפו קענט איר קומען צו מיר אישי אין איך קען אייך איה העלפען דערמיט.

אויך קען מען פרעגען דא וועל פרובירען צו ענטפערען
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15042
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

Re: רבותי, לאזט אייך נישט בא'גנב'נען!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

לאמיך פארשטיין

איך דינג אן אפיס און באקום אינטערנעט

וואס ברויך איך טוהן?
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
הקולמוס שלי
שר האלפיים
תגובות: 2796
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 03, 2020 8:01 am
לאקאציע:אומאן!

Re: רבותי, לאזט אייך נישט בא'גנב'נען!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הקולמוס שלי »

יאפ @אויסערן זיי אביסל מסביר וואס דא גייט פאר די עמעראצים ווי מיר.

וואס קוק איך? ווי זע איך די זאכן? און וואס קען מען טון זיך צו באהיטן?
ווען א איד וואלט געוואוסט וואס מיינט א איד, וואלט ער געשפרונגען מיט שמחה תמיד!

נעעעע.... דו פלעגסט פארשטיין!!
אוועטאר
עולם האמת
שר שלשת אלפים
תגובות: 3999
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג דעצעמבער 01, 2017 12:25 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עולם האמת »

א שאד די דראמא.

מ'קויפט א ביליגע ראוטער אדער א managed switch, און מ'טיילט אפ די אייגענע נעטווארק.
וכן אנו נוהגין
דיסקלעימער: איך בין נישט קיין מלחמה אנאליסט אדער עקספערט איך בין א רעאליסט
אוועטאר
עולם האמת
שר שלשת אלפים
תגובות: 3999
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג דעצעמבער 01, 2017 12:25 pm

Re: Re:רבותי, לאזט אייך נישט בא'גנב'נען!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עולם האמת »

רייכער איד האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 22, 2023 8:07 pm
נאך א פוינט וויל איך ארויסברעגען, געוויסע ווייסען נישט,
עס איז דא אינשורענס פאר דעים, אויב והיה אז דער אויבען דערמאנטער יענקעל האט זיך נישט געקענט איינהאלטען אין זיך אריינבאקומען ביי יענעם אין אנגעמאכט שאדען, אדער גע'גנב'עט פינאנציעלע אינפוי , געמאכט א באנק טרענספער וכו' , איז דא סייבער אינשורענס וואס וועט דאס קאווערען.
פאר מיר אינפו קענט איר קומען צו מיר אישי אין איך קען אייך איה העלפען דערמיט.

אויך קען מען פרעגען דא וועל פרובירען צו ענטפערען
מה זה?

אפשר ביסטו אביסל מרחיב וויאזוי עס ארבעט און וויפיל עס קאסט
דיסקלעימער: איך בין נישט קיין מלחמה אנאליסט אדער עקספערט איך בין א רעאליסט
אוועטאר
אויסערן מיניסטער
שר האלף
תגובות: 1219
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 03, 2014 9:19 pm
לאקאציע:מיר האבן רעזיגנירט אונטער ביידן!...

Re: רבותי, לאזט אייך נישט בא'גנב'נען!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסערן מיניסטער »

דער עולם וויל הערן, העמיר פרובירן וויפיל מ'קען, מ'ברויך דערפאר צייט און כח..

איז אזוי, נעטווארקינג איז א טיפע סוגיא עס האט אסאך חלקים, אבער כדי צו פארשטיין די בעיסיקס העמיר עס מסביר זיין בדרך משל.

עס איז דא א גרויסע שטאט, כדי צו אנקומען דארט איז דא 50 גרויסע הייוועיס כדי צו אריינגיין אין די הייוועי איז דא א טאלל באאט, נאר אויב מ'האט רשות קען מען אריינגיין אין די הייוועי.
פון די טאלל באאט און ווייטער איז דא לאקאלע גאסן, צווישן די שטעטלעך איז דא געיטעד קאמיוניטיס און ס'איז דא אפענע קאמיוניטיס, די אפענע לאזן יעדן אריין און די געיטעד קענסטו נאר אריינגיין אין וועלכע געגנט מ'לאזט דיר..
דאס איז די אינטערנעט!
אויף איין פיס איז עס בערך דאס, ס'איז דא הייוועיס וואס טראגן טרעפיק פון איינעם צום צווייטן עס טראגט צו וועבסייטס, שיקט אימעילס פון איינעם צום צווייטן (פארשטייט זיך אז די אימעילס זענען ענקריפטעד און קיינער קען עס נישט ליינען) וכדו'
די ראוטער וואס דו האסט איז די טאלל באאט, ער לאזט נאר ארויס און אריין אינטערנעט טרעפיק וואס איז ערלויבט, ער מאכט זיכער אז קיינער קומט נישט אריין אן רשות.
יעצט וואס טוט זיך פון די ראוטער און ווייטער? דא כאפט א חילוק, אויב איז עס א געיטעד עריע האט קיין איין שכן נישט קיין עקסעס צום צווייטן, משא"כ אויב ס'איז אפן...
כ'מיין אז די משל און די נמשל איז גאנץ קלאר און ס'איז גרינגער צו פארשטיין.

איז לאמיר צוקומען צו תכלית.
ווען איינער האט אן עקסטערע אינטערנעט פאר זיין אפיס, איז ער א אייגענע נעטווארק (געגנט) און ער האט א געיט וואס גיבט אכטונג, משא"כ אויב איז ער אויף איין גרויסע נעטווארק מיט יעדן, דהיינו:
ראוטער האט בס"ה עטליכע פארטס פאר אינטערנעט, און רוב מאל האט מען אסאך דעווייסעס קאנעקטעד, פרינטערס, קעמרעס, קאמפיוטערס, טעלעפאונס, וכדו', אלזא ווי איז דא גענוג פאר יעדן? מען קויפט א כלי וואס הייסט א סוויטש וואס האט 24 פארטס און מען פלאגט איין איין ליין פונעם ראוטער אהין און ער קען יעצט געבן פאר יעדעם וואס מען פלאגט איין צו אים אינטערנעט.
נאך א וויכטיגע נקודה, כדי די דעווייסעס אויפן נעטווארק זאלן קענען רעדן צווישן זיך דארפן זיי האבן אן אדרעס, זיי באקומען א אייפי אדרעס, און דאס ערלויבט זיי צו קאמיוניקירן צווישן זיך, (אויך אויף ארויס צו די אינטערנעט דארף מען א אייפי אבער דאס איז א עקסטערע חלק, אין נעטווארקינג איז דא 7 לעיערס אונז גיימיר פאוקעסן בעיקר אויף לעיער 2 און 3).
די אייפי אדרעס באשטייט פון פיר גרופעס פון נומבערס xxx.xxx.xxx.xxx למשל דיין אייפי פון דיין קאמפיוטער קען זיין 192.168.168.150 (פשט דערפון איז אויך א לאנגע אריכות).
און דא קומט די גרויסע חילוק, א געווענליכע נעטווארק קען האבן 254 אייפי אדרעסן, אויב די ראוטער איז איינגעפלאגט צו די סוויטש און פון דארט צו יעדן מיינט דאס אז יעדער איז אויף איין גרויסע נעטווארק און יעדער איינער קען זיך זען...
משא"כ אויב דער ראוטער האט עטליכע נעטווארקס, איין ליין גייט צו איין סוויטש וואס איז דעזיגנירט פאר איין אפיס, און די אנדערע ווייערס גייען צו א עקסטערע סוויטש וואס איז פאר א צווייטע אפיס דאס איז אלעס עקסטער און קיינער קען זיך נישט זען!
איין אפיס וועט האבן א אייפי פון 192.168.1.1-254 און די אנדערע אפיס וועט האבן 192.168.2.1-254.
דאס הייסט א פיזיקל אפגעטיילטע נעטווארק.
דאס איז אבער שווער, ווייל מ'דארף פאר יעדן עקסטער ציען ווייערס עקסטער צו זיין סוויטש וכדו' איז דא היינט עפעס וואס הייסט א סמארט סוויטש, מ'קען אויפסעטן דערויף ווילענס, א ווילען איז א עקסטערע ווירטשועל לען, נישט קיין פיזיש אפגעטיילטע נעטווארק נאר א ווירטואלע אפגעטיילטע נעטווארק, די רעזולטאטן זענען די זעלבע ווי די פריערדיגע, אבער מ'דארף נישט פאר יעדן ציען עקסטערע ווייערס, עס איז אויך א שטיקל אריכות אלזא העמיר עס לאזן דא פאר יעצט!

איך האף אז ס'איז נישט אריינגעפאלן קיין מיסטעיקס, אויב יא ה' הטוב יכפר
די ווינדער פון די נאטור מה רבו מעשיך ה'
אוועטאר
אויסערן מיניסטער
שר האלף
תגובות: 1219
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 03, 2014 9:19 pm
לאקאציע:מיר האבן רעזיגנירט אונטער ביידן!...

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסערן מיניסטער »

איר זאגט דאך אזוי גוט!! הלואי טוען אלע אזוי! די מציאות ערלויבט אסאך מאל נישט דאס צו טון, רוב מאל האט א אפיס 3 אדער 4 אינטערנעט פלאגס און פארטיג... יעצט ווי פלאגט מען איין?

די עכטע סאלושען איז ממש וואס דו זאגסט! אזוי ווי איך האב שוין געמאכט אין עטליכע אפיס בילדינגס, א מענענדשד סוויטש און אויפן ראוטער טיילט מען אפ יעדן מיט מיט א אנדערע אייפי אדרעס פאר יעדע ווילען
די ווינדער פון די נאטור מה רבו מעשיך ה'
אוועטאר
אויסערן מיניסטער
שר האלף
תגובות: 1219
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 03, 2014 9:19 pm
לאקאציע:מיר האבן רעזיגנירט אונטער ביידן!...

Re: רבותי, לאזט אייך נישט בא'גנב'נען!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסערן מיניסטער »

לעמאן סאדע האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 22, 2023 4:59 pm
הלבלר בקולמסו האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 22, 2023 4:39 pm
ווי אזוי קען מען וויסן וואסערע נעטווארק מען האט?

וואס זאלעך אייך זאגן?...
זאל איך קלאר ארויסשרייבן וויאזוי מען טשעקט דאס? עס איז ביי מיר ברור אז כאטש 50 פראצענט דא זיצן אין אפיסעס מיט נישט סעקיורד נעטווארקס, אויב זאג איך וויאזוי דאס צו טשעקן גייט זיין דא אסאך יאנקלעך וואס גייען האבן נסיונות...
איך האלט נישט דאס איז אויסגעהאלטן און ריכטיג.

אויב ווילסטו איך זאל עס דיר אויסטשעקן שיק מיר א אימעיל, כ'וועל אריינלאגן אין דיין קאָמפּיוטער און דיר לאז וויסן וויאזוי דיין נעטווארק איז.
די ווינדער פון די נאטור מה רבו מעשיך ה'
אוועטאר
אויסערן מיניסטער
שר האלף
תגובות: 1219
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 03, 2014 9:19 pm
לאקאציע:מיר האבן רעזיגנירט אונטער ביידן!...

Re: רבותי, לאזט אייך נישט בא'גנב'נען!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסערן מיניסטער »

יוש... דאס קאסט צייט און כח... עניוועי, העמיר פראבירן צו אריינטשעקן מארגן אי"ה אויב ווילט איר עפעס פארשטיין דאן פרעגט און כ'האף צו ענטפערן אי"ה
די ווינדער פון די נאטור מה רבו מעשיך ה'
אוועטאר
אויסערן מיניסטער
שר האלף
תגובות: 1219
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 03, 2014 9:19 pm
לאקאציע:מיר האבן רעזיגנירט אונטער ביידן!...

Re: רבותי, לאזט אייך נישט בא'גנב'נען!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסערן מיניסטער »

כדי אביסל צו פארשטיין

דאס איז א פשוט'ע נעטווארק
אטעטשמענטס
2011-11-29_132204.jpg
2011-11-29_132204.jpg (31.2 KiB) געזען 2924 מאל
די ווינדער פון די נאטור מה רבו מעשיך ה'
אוועטאר
אויסערן מיניסטער
שר האלף
תגובות: 1219
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 03, 2014 9:19 pm
לאקאציע:מיר האבן רעזיגנירט אונטער ביידן!...

Re: רבותי, לאזט אייך נישט בא'גנב'נען!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסערן מיניסטער »

דאס איז א פיזישע אפגעטיילטע נעטווארק
אטעטשמענטס
mpls1.png
mpls1.png (54.92 KiB) געזען 2922 מאל
די ווינדער פון די נאטור מה רבו מעשיך ה'
אוועטאר
אויסערן מיניסטער
שר האלף
תגובות: 1219
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 03, 2014 9:19 pm
לאקאציע:מיר האבן רעזיגנירט אונטער ביידן!...

Re: רבותי, לאזט אייך נישט בא'גנב'נען!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסערן מיניסטער »

ווילענס איז שווערע מסביר צו זיין אבער עס האט די זעלבע אפעקט ווי א פיזיש אפגעטיילטע נעטווארק
די ווינדער פון די נאטור מה רבו מעשיך ה'
סומכוס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 342
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 10, 2022 11:19 pm
פארבינד זיך:

Re: רבותי, לאזט אייך נישט בא'גנב'נען!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סומכוס »

אויב בין איך קאננעקטעד דורך ווייפיי און איך וועל אויס נישט צו שערן מיט די ארומיגע (און ווי ווינדאוס רעקאמאנדירט) איז דא וואס צו חושש זיין?
מיין ישיבה איז נישט קיין הפקר וועלט.
לאזן 50% בחורים קלאצן איבער גמרות איז נישט וועלקאם. פינטל.
רייכער איד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 336
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 11, 2019 12:15 am

Re: Re:רבותי, לאזט אייך נישט בא'גנב'נען!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רייכער איד »

עולם האמת האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 23, 2023 12:34 am
רייכער איד האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 22, 2023 8:07 pm
נאך א פוינט וויל איך ארויסברעגען, געוויסע ווייסען נישט,
עס איז דא אינשורענס פאר דעים, אויב והיה אז דער אויבען דערמאנטער יענקעל האט זיך נישט געקענט איינהאלטען אין זיך אריינבאקומען ביי יענעם אין אנגעמאכט שאדען, אדער גע'גנב'עט פינאנציעלע אינפוי , געמאכט א באנק טרענספער וכו' , איז דא סייבער אינשורענס וואס וועט דאס קאווערען.
פאר מיר אינפו קענט איר קומען צו מיר אישי אין איך קען אייך איה העלפען דערמיט.

אויך קען מען פרעגען דא וועל פרובירען צו ענטפערען
מה זה?

אפשר ביסטו אביסל מרחיב וויאזוי עס ארבעט און וויפיל עס קאסט
ס'ארבעט ענליך צו עני אנדערע אינשורענס ,

קאסט ווענד זיך אויף די ריסק, וואסארא סארטן ביזנעס , וכדו'

דאס איז אמאל זיכער אז וויפיל אז זאל נאר נישט קאסטען איז עס ביליגער ווי די שאדן וואס קען געשען
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15042
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

נאכמיטאג האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 22, 2023 5:44 pm
א שאד די דראמא.

מ'קויפט א ביליגע ראוטער אדער א managed switch, און מ'טיילט אפ די אייגענע נעטווארק.
גאמ
אקעי. קארעקט מי איף איים ראנג

מ'קויפט א ראוטער און מ'פלאגט איין דעם אינטערנעט פון די וואנט צו די בלויע פארט

דאן קען איך קאנעקטן מיינע כלים צו די אראנדזשע פארטס אדער ווייפיי און כ'בין סעיף

שטימט?
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
מביט ומקשיב
שר חמישים
תגובות: 82
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 11, 2022 5:50 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מביט ומקשיב »

א שאד די דראמא.

מ'קויפט א ביליגע ראוטער אדער א managed switch, און מ'טיילט אפ די אייגענע נעטווארק.
נאכמיטאג האט געשריבן: מיטוואך פעברואר 22, 2023 5:44 pm
אקעי. קארעקט מי איף איים ראנג

מ'קויפט א ראוטער און מ'פלאגט איין דעם אינטערנעט פון די וואנט צו די בלויע פארט

דאן קען איך קאנעקטן מיינע כלים צו די אראנדזשע פארטס אדער ווייפיי און כ'בין סעיף

שטימט?
יא.
דארף נאר זיין גוט אויף געסעט אויב double nat איז א פראבלעם
זאל איינער אריין קומען מער מסביר זיין פארן עולם דערוועגען
שרייב תגובה

צוריק צו “קאמפיוטערס”