רבותי, לאזט אייך נישט בא'גנב'נען!!
טו עס!!
פון די אנדערע זייט קומט דער יצר טוב און שרייט חס ושלום!! טו עס נישט!! עס איז גניבה!!
וואס שלאגט זיך יאנקל אזוי? וואס גייט פאר??
די מעשה איז גאנץ פשוט, 3 טאג צוריק האט יאנקל געקויפט א נייע פרינטער, ער האט עס געוואלט אויפסעטן, האט ער געמאכט א סקען אויפן נעטווארק און אנשטאט צו זען אז ס'איז דא דארט נאר זיין קאמפיוטער און זיין פרינטער און זיין וואויפ טעלעפאן האט ער זיך דערזען מיט 50 קאמפיוטערס!!
המממ... ער איז דא איינער אליין אין די אפיס, וויאזוי איז דא 50 קאמפיוטערס אויף זיין נעטווארק??
עס האט גענומען עטליכע מינוט ביז ער האט צאמגעשטעלט!! ס'קען נישט זיין, אבער ס'איז א פאקט!! די גאנצע אפיס בילדינג איז אויף איין נעטווארק... און ער יאנקל האט עקסעס צו אסאך דערפון..
ער האט געטראפן עטליכע קאמפיוטערס וואס האבן שעירד פאלדערס, און דארט האט ער געטראפן פינאנציעלע אינפארמאציע פון עטליכע גרויסע קאמפאניס, און יעצט ברויך ער זיך שלאגן מיט זיינע געפילן
אויך האט ער געטראפן אפענע קעמרעס וואס ער קען זען ביי יענעם און אפיס און אויך עטליכע שעירד קוויקבוקס פאלדערס...
*******
יאנקלס מעשה איז פארשטייט זיך א משל
די נמשל איז געשען ביי מיר....
איך בין געווען אין א אפיס בילדינג שוין עטליכע מאל און דער בעה"ב שטעלט צו אינטערנעט וואס מ'קען אויפסעטן אז יעדער זאל האבן זיין עקסטערע נעטוואורק און מ'קען פשוט איינפלאגן אלעס מיט יעדן אויפאיינמאל און... שוין...
דאס לעצטע מאל וואס דאס איז געשען האב איך געקענט אנקומען צו אנדערע מענטש'נס דעסקטאפ, דאונלאודס און דאקומענטס און געהעריג אלעס עפענען!!!!
און כבין אנגעקומען צו מענטש'נס דאארבעלס... און צו מענטש'נס קוויקבוקס פיילס!
כ'בין געגאנגען צום בעה"ב פון די פלאץ און אים געוויזן וואס סגייט פאר, ער האט פיין פארשטאנען אבער ער האט נישט געהאלטן ביים ספענדן די געלט דערפאר.. רבונו של עולם, ווען איינער גייט דיר בא'גנב'נען העסטו דעמאלטס יא פילן פאר וויכטיג דאס צו טון?
אדער איינע פון דיינע טענעטס וועלן האבן ערנסטע שאדן דערפון, דעמאלט'ס וועסטו זיך יא דערמאנען?
הכלל, רבותי, מאכט זיכער אז אייערע נעטווארקס זענען פארזיכערט, עס איז דא א גרויסע חוסר ידיעה ביי מענטשן דערוועגן, אויב דארפט איר הילף דערין קענט איר מיר שיקן באישי און מיר וועלן אייך ארויסהעלפן אי"ה.
אויב ווילט איר נישט שיקן א אישי וועגן גילוי קענט איר שיקן א אימעיל צו [email protected]