Re: אבימלך׳ס נייעס טישל!
זעהט אויס די טייך איז נאך פארפעסטיגט פון פרעה׳ס צייטן..
די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער
די סטעלט וועט זיך הייבן ווערטיקל וויאזוי? אזוי ווי די F35?נארמאליזעם האט געשריבן: ↑ דינסטאג מאי 21, 2024 3:09 pm"ארבעט אויפצוטוישן די אמעריקאנע אספרעי העליקאפטערס גייט פאראויס"
פאריאר סוף יאר האט DARPA געשאנקן א זעקס חדשים קאנטראקט פאר פיר פירמעס וואס בויען פאר די מיליטער נייע געצייגן, די קאנטראקט איז געווען אז זיי זאלן אהערשטעלן א מאדעל פון א נייע פליגער וואס זאל איבערנעמען די עלטערע אספרעי העלי/פליגער. אין די קאנטראקט שטייט אז די פליגער וועט זיך דארפן קענען הייבן ווי א העליקאפטער, און גלייך דערנאך קענען פליען ווי א פליגער, מיז נישט ווערן געפירט דורך א פילאט.
די פיר פירמעס Aurora (אונטער א קאמפאני וואס איז אסאך אין די נייעס), נארטאפ גראמאן, בעל און Piasecki האבן זיך גלייך גענומען צו די ארבעט, דער ערשטער וואס האט ארויסגעשטעלט זייער ערשטע קאנצעפט איז געווען Aurora, די דעזיין פון זייער פליגער גערופן SPRINT איז געווען אויסגעשטעלט ווי א זעקסטע גענעראציע פליגער וואס ווערט געפירט דורך פילאטן, און פארמאגט די כוחות צו פליען ביז 450 קנאטס, דאפעלט ווי דער אספרעי. דער צווייטער איז געווען בעל, זייער קאנצעפט איז געווען אזויווי די אספרעי העלי/פליגער נאר מיט א פרישע אויסזעהן, און ווערט געפירט ווי א דראון.
די ערשטע דעזיין פון Aurora.
7YFJ7RVOYBC2ZNJFHZRHOM3CIA.jpg
די בעל קאנצעפט.
LAFEWYGR7BEUHP2JMHHY2GZ2RA.jpg
ביזדערווייל האט DARPA געמאלדן אז Aurora האט באקומען צוגעטיילט נאך געלטער פאר זייער קאנצעפט צו קענען פאראויסגיין דערמיט, אין ליכט פון די פרישע געלטער האט Aurora ארויסגעשטעלט א פרישע וועריסע פון זייער SPRINT פליגער וואס קוקט שוין אויס מער צו די יו עף או טעלערס, די פליגער ווערט געפירט פון זיך אליינס און וועט האבן די מעגליכקייט צו פליען מער פון די 450 קנאטס. זיי פלאנען צו ענדיגן די ארבעט אויפן דעזיין אין א יאר, און פליען דערמיט אין 2027.
די פרישע דעזיין פון Aurora.
RQ6P72MMUNGXPGPEWXP36H6P24 [MConverter.eu].jpg