Re: אידישע תאוות!!!!
און דערנאך, זיך מסביר זיין אז : כ'האב נאך געלערנט מיט דיין טאטע אין ישיבה.
די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער
און דערנאך, זיך מסביר זיין אז : כ'האב נאך געלערנט מיט דיין טאטע אין ישיבה.
יוסעלע השלישי האט געשריבן: ↑ זונטאג פעברואר 18, 2024 2:37 pmקענסט די האנט-באוועגונג וואס דער עולה לתורה מאכט פאר די גבאי נאכדעם וואס ער האט אים אויסגערעכנט א לאנגע ליסטע פון מישע ביירעכס?
ס'גייט נאך אזא צעהן מינוט, ווע'עעעעעעעס רעב חאנאניע יוימטעוו ליפמאן בען רעב מוישע שימשען קלוינימעס קאלמען. ווע'עעעעעעעעס בארעך געצאלעל בען רעב חייעם שאלעם בער....
ער שיסט מישע ביירעכס פאר יעדער וואס קוקט אין זיין ריכטונג. פארוואס נישט? בחינם קריגט מען קינעם!
יעצט, נאך אזא צעהן מינוט פון מאכן נייע חאוויירעם אין 'סמעדרעש, און ער פראבירט צו זיך דערמאנען ווער נאך האט זיך אמאל פארהאנקערט אין אים, געהט ער אזא ווייז מיט די האנט פאר'ן גבאי.
דעי האנט באוועגונג קוקט אויס ווי איינער וואס וויל אויסקערן די שניי מיט די לענג פון זיין פינקי פינגער. ווייסוואסיך מיין? אזא 'געגאנגען ווייטער' באוועגונג.
אויב איזער א יודע ספר ברימט ער זיך נאך אינטער 'ווע'עס קאל הקאל האקוידעש'... ער קען שוין דעי מאסעס! ער ווייסט וואס קומט נעקסט!
שטייסט פון וואסיך רעד?
פון יענע האנט-באוועגונג רעדעך.
אלזא, איך ווייס אז פאר אבזערווירער קען זיך דאכטן אז ער האט נאך בעצם א לאנגע ליסטע פון מישע ביירעכס פאר אלע זיינע פארשוואוירענע פריינד, אבער וואזאלער טוהן?
נישט קיין צייט. כ'גיי יעצט שטיין נאך א שעה און אויסרעכנען אלע מיינע חאוויירעם? ווייסטע וואס? לאמיר מאכן אזא כוללות קוויטל! 'ווע'עס קאלאקאל האקוידעש האזע'!
זאגעך דיר ניין... פאר די לעצטע צעהן מינוט ווייסטער אויך נישט פארוועם ער געט מישע בייירעך! 'שקאן אהנונג! די געים איז אבער געקומען צו א אפשטעל! נאומאר!
ער האט שוין ניש פארוועם צו געבן! וואס טוהט ער יעצט? זאל ער אראפגיין פון בימה מיט ליידיגע הענט? קיינמאל!
מ'האט מאכן אזא 'ווע'עס קאלאקאלא קוידעש'!!!!
ווי כאילו ער זאגט: דאס איז דעדיקעידעד פאר אלע מיליאנען פריינד וואס די צייט ערלויבט נישט זיי אויסצורעכענען...
און לאונטשן מישענעכנעס איז אויך נישט אוועק צומאכן,
דאס קומט שוין פון די אור אלטע תאווה פון "אויפלעבן" און "אריינבלאזן א געשמאק" אין "צובראכענע אידישע הערצער".
וואס דעס קריכט געפערליך אויף די נערוון !יוסעלע השלישי האט געשריבן: ↑ מאנטאג פעברואר 19, 2024 2:48 pmדאס קומט שוין פון די אור אלטע תאווה פון "אויפלעבן" און "אריינבלאזן א געשמאק" אין "צובראכענע אידישע הערצער".
-א קלאפ אין פלייצע
-"אה! וואס מאכסטע"?
-"נו! פארוואס שמייכלסטע נישט? אהההה! אט אזוי!"
וכו'
אדער זאגן מ מע מעס מעסרהייליגע שיכור האט געשריבן: ↑ מיטוואך פעברואר 21, 2024 7:11 amזאגן ’’מלח’’ נאכן זיך וואשן פארן מאכן המוציא
(ארי סאמעט מאנסי טאור)אביסל משקה האט געשריבן: ↑ זונטאג אפריל 14, 2024 11:03 pmאדער זאגן מ מע מעס מעסרהייליגע שיכור האט געשריבן: ↑ מיטוואך פעברואר 21, 2024 7:11 amזאגן ’’מלח’’ נאכן זיך וואשן פארן מאכן המוציא
איך תאווה שוין לאנג אריינצוווארפן אזא ווייכע בייגעלס ריי ברעד אין אזא איבערגעפולטע גע׳כשר׳טע וועגעלע מיט א פלעסטיק טישטוך…אנגעשאשקעטער האט געשריבן: ↑ זונטאג אפריל 14, 2024 6:33 pmארויפלייגן חמץ מיטן גאנצן תמימות אויף די רעדשעסטער וואס איז שוין כשר לפסח און דערנאך מיטהאלטן די אויפרייס פונעם אנגעצויגענעם קאשיר
אבער נאך ווי
און ווער רעדט נאך פון די חרוסת