פאר אינטערעסאנטקייט. פארוואס לוינט זיך צו טוהן די ארבייט דא אויף איי וועלט?
איך פערזענליך האב זייער הנאה געהאט פון די אלע וואס האבן געברענגט דיזע זאכן בעפאר, איז מיר אונטערגעקומען א זכי' צו מהנה זיין איבער 110 אידן, איז פארוואסזשע נישט? איך בין נישט קיין גרויסע שרייבער דא, איז צו זעהן א גרינע צופרי 110 לייקס, מיט מיין נאמען אויף די הויפט בלאט, ס'געבט אסאך געז, גלייב מיר... איך רעד שוין נישט פון די וואס האבן נישט געלייקט, ס'קען זיין אז איבער 300 אידן האבן הנאה געהאט...
ס'איז מיר נאר אינטערעסאנט, עמיצער האט מיך געזאגט א גוטע עצה צו זעהן וויפיל מענטשן קוקן עס באמת, צו עטעטשן א בילד מיט די תגובה, איז די פאריגע וויזויהייסטעס האב איך געלייגט א בילד, 1350 מענטשן האבן עס געזען, און 115 לייקס... ס'איז סתם אינטערעסאנט צו זעהן 10 פראצענט מענטשן לייקן...
--- עדיטעד ---
דברים שאמרתי טעות הם בידי, ישראל קדושים און מ'לייקט יא, נאר יעדעס מאל מ'עפנט די אשכול קומט צו נאך א VIEW, א דאנק פאר די חברה בכלל ובפרט וואס זענען געקומען אויפמערקן!