שלמה המלך'ס שטול מיט אירע צוגעהערן
ויהי בימי אחשורוש, הוא אחשורוש המלך מהודו ועד כוש שבע ועשרים ומאה מדינה
א לאנגע, שיינע, שרעקעדיגע, מעשה וואס יונג און אלט קען אויסעווייניג, ישר והפוך בע"פ, נו, שוין זיכט מען דאך חידושים אויך, האב איך אנגעהויבן לערנען "תרגום שני" אויף די מגילה, הייבט ער אן אראפלייגן די גדלות פון שלמה המלך, זייער זייער אינטערעסאנט, און דא קומט אריין אין בילד די שטול פון שלמה המלך, וואס די גאנצע מעשה פון פורים הייבט זיך אן מיט דעם...
נאכן לערנען אפאר מינוט האט מיין קאפ אנגעהויבן שווינדלען, כ'קענישט אליינס זיך פארשטעלן וויאזוי דאס האט אויסגעזעהן, איז לאמיר אויסרעכענען אפאר פרטים וואס כפארשטיי נישט, און ווער סקען מיר העלפן זאל די זכות ביישטיין
1) ער הייבט אן אז אויפן שטול איז געווען 12 גאלדענע לייבן און 12 גאלדענע אדלער, א מינוט שפעטער שטייט אז סאיז געווען 72 לייבן און 72 אדלער, לכאורה פארשטיי איך פלעין נישט, און ער רעדט פון צוויי אנדערע פלעצער, איינער קען דאס אפשר אויסקלארן?
2) "די הענט פון די לייב אין די פליגל פונעם אדלער, און די פליגל פונעם אדלער אין די פליגל פונעם לייב, וכו'" , איינער פארשטייט וואס דאס מיינט? איך נישט!
3) וואס איז פשט פון די אלע אנדערע סארט חיות בהמות ועופות אויפן שטול, גאלדענע קעץ, און גאלדענע הינדלעך, אא"וו, וואס איז געווען זייער מטרה? האבן זיי עפעס געטון דארט?
4) און וואו זענען די אלע בעלי חיים געשטאנען? נעבן די לייבן און אדלער? צווישן זיי?
5) די מעשה מיט די מנורה און בעקנס אויפן שטול פארשטיי איך בכלל נישט...
שוין, נאך אסאך אום קלארקייטן האב איך, אז מ'וועט מיר פראבירן אראפצילייגן א קלארע בילד דערפון וועל מיר זעהן וואס נאך ס'פעלט הבנה