בלאט 1פון 1

חחח… האבן זיך די ארכיאלאגן צעלאכט.

געשריבן: זונטאג מארטש 05, 2023 5:55 pm
דורך איינס
א אלטער חרס שטיין מיט אן אויפשריפט פון אחשורוש׳סן טאטע דריווש איז אפגעפונען געווארן!
א געפינס אלט באלד 2500 יאר, איז געטראפן געווארן דורך עטליכע וואס האב שפאצירט אין דעם געגנט אין תל-לכיש אין ארץ ישראל! נאכן איבערקוקן דעם שריפט שטעלט זיך ארויס אז ס׳איז אריינגעקאיצט דארט ״דריוש 24״.
8252C0AF-4C08-4716-B37A-15E68CBB3914.jpeg
8252C0AF-4C08-4716-B37A-15E68CBB3914.jpeg (129 KiB) געזען 1751 מאל

א נייעסל וואס מאכט נישט צו סאך נויז.
אבער היינט צופרי האבן זיי ארויס געלייגט אן אפדעיט.

רשות העתיקות האט געלאזט וויסן אז דער שארב וואס איז געפונען געווארן אין תל לכיש איז נישט קיין העכטע שריפט. די טעות איז ארויס געקומען ווען א וועלט בארימטע פארשער(קע) האט געלאזט וויסן זעענדיג דעם שטיין אז זי האט דאס אריינגעקריצט אינעם שטיין. די פארשערין וואס איז א באוואוסטע פארשערין אין די וועלט און קען זיך גוט אויס מיטן אלטן אראמישן שפראך און איז גוט אויסגעקאכט אין די נושא, האט געזאגט אז זי האט דאס אריינגעקריצט עטליכע חדשים צוריק ווען זי האט דארט ארום געפירט א גרופע, און זי האט זיי געוואלט ווייזן וויאזוי זעט אויס א אריינגעקריצע שריפט אין אלטע שארבן, און דערנאך געלאזט דעם שארב דארט אויפן פעלד.
נאכן אויסטרעפן האט מען איר אפיר גענומען פאר א פארהער און זי טענהט אז זי האט דאס נישט געטון בייזוויליג און נישט געהאט קיין שלעכטע כוונות אין דעם.

שטייצעך זיי נעמען אחריות אויף די מעשה, און בלאבלען ארום, אבער א שטיקל נאמנות אויף די אלע געפינסן איז דער שטיין זיכער אן עדות.
ס׳מיינט נישט אז אלע זייער גאנצע ארבעט ארום די אלע געפינסן איז אפגעפרעגט, אבער א געלעכטער פאר אדר איז דאס זיכער ווערד.

Re: חחח… האבן זיך די ארכיאלאגן צעלאכט.

געשריבן: זונטאג מארטש 05, 2023 5:57 pm
דורך פאליטישע עקספערט
טענקס

די ארכעאלאגישע וועלט איז דאך פיייייייייל מיט שטותים הבלים וכדומה שאין דגמתם
(קיינער קען זיי סייווי נישט אפפרעגן)

Re: חחח… האבן זיך די ארכיאלאגן צעלאכט.

געשריבן: זונטאג מארטש 05, 2023 5:59 pm
דורך איינס
נאר צו כאפן ווי דיטעילד סאיז געווען.

כעבור 15 שנה מכתיבת החרס הנדיר שנמצא, ערך המלך אחשוורוש את המשתה המפורסם שמסופר בתחילת מגילת אסתר.
כאמאזל זיי האבן נישט געשריבן וויפיל חדשים אויך…

בחודש דצמבר האחרון טייל אילון לוי, יועץ התקשורת הבינלאומית של נשיא המדינה, יחד עם חברו יעקב אשכנזי בגן לאומי תל לכיש, כאשר חרס קטן שעליו חריטה משך את תשומת ליבם. לאחר שמסרו את החרס לבדיקה, הכתובת הועברה לשימור ולתיעוד מתקדם במעבדות רשות העתיקות. אז, התברר כי מדובר בתגלית נדירה, המעידה על פעילותו של מינהל ממלכתי בלכיש בתקופה הפרסית.

מדובר בכתובת הכתובה בארמית וחרוטה על חרס מלפני כ- 2500 שנים, ובה נכתב "שנת 24 דריוש". הכתובת מציינת את שם המלך הפרסי דריווש הראשון, אביו של אחשורוש, המוכר ממגילת אסתר, אותה קוראים מדי חג פורים. זו הפעם הראשונה שנמצאת בארץ כתובת הנושאת את שמו של המלך דריווש הראשון. בימיו, נערך שינוי מנהלי מקיף ברחבי האימפריה וגבולותיה התרחבו. עם עליית חישראש (אחשוורוש) בנו, הגיעה האימפריה הפרסית לשיאה, ושלטה כמעט בכל העולם הקדום.

"כשהתקשרו לספר לי מרשות העתיקות מה מצאנו, הלב שלי התחיל לפמפם מהתרגשות" מספר אילון לוי, שמצא את החרס הנדיר. "חיפשתי את המצלמות, הייתי בטוח שעובדים עלי ושעוד מעט המתיחה תתגלה".

יע יע וכך קאווע..


מדהים, שמטיילים מוצאים לגמרי במקרה כתובת נדירה, שמקימה לחיים את דריווש – המלך הפרסי שמוכר לנו מהמקורות", אומר אלי אסקוזידו, מנהל רשות העתיקות. "בנו, המלך אחשוורוש, שמלך מהודו ועד כוש, בודאי לא העלה על דעתו ש-2500 שנים אחר המאורעות הדרמטיים בחצרו שמצויינים בימים אלה, תמצא בארץ ישראל עדות לשמו של אביו".


מתוק מדבש..

Re: חחח… האבן זיך די ארכיאלאגן צעלאכט.

געשריבן: זונטאג מארטש 05, 2023 6:02 pm
דורך איינס
פאליטישע עקספערט האט געשריבן: זונטאג מארטש 05, 2023 5:57 pm
טענקס

די ארכעאלאגישע וועלט איז דאך פיייייייייל מיט שטותים הבלים וכדומה שאין דגמתם
(קיינער קען זיי סייווי נישט אפפרעגן)
ווען זיי אליין פרעגן זיך אפ, איז דאס שוין איינמאל א גוטס…

Re: חחח… האבן זיך די ארכיאלאגן צעלאכט.

געשריבן: זונטאג מארטש 05, 2023 6:02 pm
דורך הלבלר בקולמסו
דער שארב איז אבער יא אן אלטער?

Re: חחח… האבן זיך די ארכיאלאגן צעלאכט.

געשריבן: זונטאג מארטש 05, 2023 6:05 pm
דורך איינס
וועלן מיר ווארטן ביז דער וואס האט דאס אהין געלייגט וועט זאגן אז ער האט דאס אהין געלייגט…

איך זאג נישט אז סאיז נישטא קיין אלטע שארבן און מטרעפט נישט זאכן, אבער אויב זיי לייגן ארויס מיט אזא זיכערקייט אזא געפינס מיינט דאס עפעס.

Re: חחח… האבן זיך די ארכיאלאגן צעלאכט.

געשריבן: זונטאג מארטש 05, 2023 6:12 pm
דורך לשם ייחוד
ספרעגט בכלל נישט אפ גארנישט.
וועגן סהאט זיך געמאכט אזא רחוק מן המציאות מעשה, מיינט נישט אז סאיז געשען נאכאמאל.
בכלל, האבן זיי געזאגט קודם מיט א זיכערקייט פון ווי סקומט? און איז עס געווען אנגענומען ביי די אפיציעלע ארכיעלאגן? וכו.

Re: חחח… האבן זיך די ארכיאלאגן צעלאכט.

געשריבן: זונטאג מארטש 05, 2023 7:57 pm
דורך איינס
לשם ייחוד האט געשריבן: זונטאג מארטש 05, 2023 6:12 pm
ספרעגט בכלל נישט אפ גארנישט.
וועגן סהאט זיך געמאכט אזא רחוק מן המציאות מעשה, מיינט נישט אז סאיז געשען נאכאמאל.
בכלל, האבן זיי געזאגט קודם מיט א זיכערקייט פון ווי סקומט? און איז עס געווען אנגענומען ביי די אפיציעלע ארכיעלאגן? וכו.
https://www.jdn.co.il/interesting/1919396/
האסט דארט די וידאו פון רשות העתיקות.

Re: חחח… האבן זיך די ארכיאלאגן צעלאכט.

געשריבן: זונטאג מארטש 05, 2023 8:08 pm
דורך איינס
איך בין נישט מחולק אז מיט אזא זאך ווערט נישט אלעס אפגעפרעגט.
שוין מער ווי איינמאל געווען וואס מאנכע האבן געוואלט טרייבן ליצנות פון די צייטונגען און אריינגעשיקט מעשיות וואס האבן נישט געשטויגן און זיי האבן דאס געדריקט. הגדיל לעשות איינער וואס האט געמאכט אז די ראשי תיבות פון די פרעגראפן האבן זיך געליינט ״הייבט זיך נישט אן לאזט זיך נישט אויס״ עפעס אזוי. באט לדעתי מיינט דאס נישט יעצט אז אלעס וואס זיי שרייבן איז שטותים. אבער דאך…

איך דערמאן מיר יעצט, עפעס האט איינער אמאל געמאכט א פרענק און אנגעדרייט א קאשע עפעס א געפינס איבערן כותל (איך קען מיר נישט דערמאנען די דעטאלן), און די קאמפעני האט געהייסן פילד.
שפעטער האט ער ארויס געגעבן אז סאיז געווען א וויץ און אז פילד איז ראשי תיבות פתי יאמין לכל דבר.

ביותר א אינסטאטוציע וואס איז געשטעלט פאר דעם. שטעל דיר פאר אז סתם א פארבייגייער וואלט דאס געטון, און ער וואלט קיינמאל געהערט אז מהאט דאס געטראפן וואלט קיינמאל אפיר געקומען די אמת, נו, מאן יימר אז געוויסע זאכן זענען נישט אזוי. ווען זיי פאלן נישט פאר אזא זאך, הער איך. אבער דא שטעלט זיך ארויס אז מקען פשוט און גראד סתם געבן א קריץ אריין און ספארט א מחיה. סאו ביי אנדערע מאל טאקע דארף מען זיין א פראפעשענל צו שרייבן דרייווש פ, אבער אויב א קינד וועט געבן א קריץ אריין עפעס א קאטשקע און סוועט אויסזעהן ווי א אות בתכס ארמי אדער אלטע עברי וועט מען בויען אויף דעם פיתום ורעמסס.

וואס דו שרייבסט אז סאיז רחוק מן המציאות, אין הכי נמי, סאיז רחוק מן המציאות אז פונקט זאל א פראפעסאר אריינקריצן אזוי פונקטליך א ווארט און פונקט איבערלאזן (און מודה זיין על האמת…).

Re: חחח… האבן זיך די ארכיאלאגן צעלאכט.

געשריבן: פרייטאג מארטש 10, 2023 2:18 am
דורך פאליטישע עקספערט
מאמענט מעלדט די וואך דעם נייעס איבערן געפונענעם שטיין מיט די גרעסטע מאס פשטות

Re: חחח… האבן זיך די ארכיאלאגן צעלאכט.

געשריבן: פרייטאג מארטש 10, 2023 6:30 am
דורך חיים בער וויינשטאק
פאליטישע עקספערט האט געשריבן: פרייטאג מארטש 10, 2023 2:18 am
מאמענט מעלדט די וואך דעם נייעס איבערן געפונענעם שטיין מיט די גרעסטע מאס פשטות
א געווארענער איז ערגער ווי א געבוירענער...

Re: חחח… האבן זיך די ארכיאלאגן צעלאכט.

געשריבן: דאנערשטאג יולי 06, 2023 3:15 am
דורך אידישע היסטאריע
דער חזון איש ברענגט (אגרות חלק א' סימן ר"ו) א מעשה איבער א קאורט קעיס וואס איז געווארן ווען סטדענטן האבן באגראבן א 'פארצייטישע' בוך וואס זיי האבן ערצייגט כדי צו פארמארן זייער פראפעסאר, און דער פראפעסאר האט עס טאקע געטראפן און אפגעשריבן א גאנצן בוך דערויף...

Re: חחח… האבן זיך די ארכיאלאגן צעלאכט.

געשריבן: מוצ"ש סעפטעמבער 09, 2023 9:23 pm
דורך רפפורט
די מעשה איז זייער אינטערסאנט, מען זאגט נישט אפ חברה אין אזא פאל?...

Re: חחח… האבן זיך די ארכיאלאגן צעלאכט.

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 10, 2023 12:13 am
דורך פאליטישע עקספערט
רפפורט האט געשריבן: מוצ"ש סעפטעמבער 09, 2023 9:23 pm
די מעשה איז זייער אינטערסאנט, מען זאגט נישט אפ חברה אין אזא פאל?...
ווער זאל וועמען אפזאגן פאר וועלכע סיבה?

Create a Mobile Website
View Site in Mobile | Classic
Share by: