אנטיסעמיטיזם אין JFK עירפארט?

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

פרידמאן פון לאנדאן
שר מאה
תגובות: 179
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 27, 2022 9:08 pm
לאקאציע:מאנסי

Re: סקאנדאל: אפענע אנטיסעמיטיזים אין JFK עירפארט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרידמאן פון לאנדאן »

גראדע האבעך לעטלי גאהאט א פאקערטע מעשה. איך בין אנגעקומען פון לאנדאן צי jfk אינדערזעלבע צייט איז אנגעקומען א פלייט פון אינדיע, און זיי האבן געמאכט א טשעקפוינט פארן ארויסגיין מיט די רענצלעך יעדער בלי שום יוצא מן הכלל האט מען געטשעקט די פאספארטס און א שיינע ציבור פון דער אינדיאנע געמיינדע האט מען אויכט געשיקט סקענען די רענצלעך. פארשטייט זיך אז עס האצעך פארמירט א לאנגע ליין ביז די אנדערע עק זאל, ווען איך בין אנגעקומען צי דער טשעקפוינט מיט מיין ווייב און בעבי האט ער אונז גלייך געווינקען אז אינז קעמער דורכגיין ניטאמאל געקוקט די פאספארטס... ב"ה סיי איך און מיין ווייב קוקן אויס שטארק אידיש... זארגט נישט סהאט געקאסט א 10נער פאר ר' מאיר'ן
גוט פאריקט
שר חמש מאות
תגובות: 768
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 27, 2019 6:00 pm

Re: סקאנדאל: אפענע אנטיסעמיטיזים אין JFK עירפארט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גוט פאריקט »

שוין געפלויגן מערערע מאל פון JFK סיי אליינס און סיי מיט גרופעס קיינמאל באמערקט אנטיסעמעטיזם פארשטייט זיך אז אמאל קען מען טרעפן א אנגעצויגענע ארבעטער וכדו'
אבער לאמיר זיך נישט פאפן עס זענען דא מענטשן וואס האבן נישט קיין שכל און פארשטיייען נישט קייו ענגליש און גרייטען זיך נישט געהעריג ציה ווען עס קומט צו די סיקיוריטי קומען מיט צענדליגע בעגס פול מיט עסן וואס זיי פראבירן זייער מזל אויסצישפילן די סיסטעם (נישט אז איך טוה עס נישט נאר איך ווייס ווי אזוי מען טוט עס והראי' מען האט מיר נאך קיינמאל געכאפט) און מען שטעלט זיך אין די ראי מען הייבט אן צו פאקן טאשן שלעפט גארטלעך קוואדערס וכדו' שיך יא אויסטוען און נישט אויסטוען
יעצט דער ארבעטער האלט שוין סוף פון זיין שיפט וואס וווילסטו פון אים ער שרייט ער איז אנגעצויגן שריי נישט צוריק וועסטו זיך זעהן אויף די אנדערע זייט
איך בין באמת דן לכף זכות מען איז געזיצען אין טרעפיק אנגעקומען שפעט און מען איז אויף שפילקעס אנצוקומען צום פליגער מאכט מען טעותים
אבער מיט אנטיסעמעטיזם גארנישט
וואס יא מען קען אמאל פילן אז זיי רעדן אנדערש צו דיר ווי צו א צווייטען אבער איך האב באמערקט אז זיי האבן זיך אויפגעפירט אביסל שטרענגער צו אזיאנער משפחה זייער אסאך מאל קענען זיי ווערן אביסל שטערנג אויף א גרופע מיינט נישט אנטיסעמעטיזעם
איך האב נאך קיינמאל נישט געפילט אז זיי זיכען דירעקט קעגן מיר ווי איך האב שוין יא אפאר מאל געשפירט באקריוודעט איז ביי די פלייט ארבעטערס סיי ביים איינטשעקן און סיי אויפן פליגער וואס דארט שפירט זייער אסך מאל אז זיי שרייען מער אויף מיר סיי מיטן שטרענגער אפוועגן די רענצלעך און אויפן פליגער קענען זיי אמאל זיין אסאך מער שטרענגער צו אידן דירעקט אבער מיין עקספיריענס זאגט אז רוב מאל געשעהט עס נאר ווען מען קומט מיט א גרופע אבער ווען מען קומט אליינס און מען פירט זיך אויף מיט נימוס און העפליכקייט וועט מען רוב מאל נישט זיך אנשטויסען מיט פראבלעמען
אין כאן אנטיסעמעטיזם ואין כאן סקנדאל און הרב געשטעטנער ביטע רעדט נאר אין אייער נאמער אין מיין נאמען וויל איך זאגען אז זאכען זענען פיין בנוגעי אנטיסעמעטיזעם אבער מעגן זיך צופאסן מיט סערוויס איך האב לעצטענס געפלויגן מיט די נייע טערמינעל אין נא ארק עירפארט און די סיקיוריטי האט גענימען אינטער 5 מניט מיט ניי גאר פארגעשריטענע סקענער וואס ארבעט שנעלער און מער געשמאק און פארגעשריטען עס איז צייט אז אלע זאלן אריבערטוישן צו די נייע טענעלאגיע
אוועטאר
שטומפיג
שר ששת אלפים
תגובות: 6999
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע:צווישן קענט און בראדוועי

Re: סקאנדאל: אפענע אנטיסעמיטיזים אין JFK עירפארט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטומפיג »

בלייב געזונט האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 09, 2023 4:23 pm
הרים סביב האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 09, 2023 4:10 pm
גא"מ צו די עולם דא,

איך בין שוין געפארן אסאך פון JFK און איך האב קיינמאל נישט געהאט קיין פראבלעם

אין NEWARK האב איך יא געהאט חשדות אז מען נעמט מיר אין די זייט באטאפן ווייל איך בין א יוד
סאו דו קענסט עפענען א נייע אשכול איבער די אפענע אנטיסעמיטיזם אין נוארק...
יו גאט איט ראנג! א סקאנדאל איז נאר ווען ס'איז "נישט" דא קיין אנטיסעמיטיזם
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
אוועטאר
פרישוואסער
שר האלף
תגובות: 1964
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 10, 2016 12:14 pm

Re: סקאנדאל: אפענע אנטיסעמיטיזים אין JFK עירפארט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרישוואסער »

גוט פאריקט האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 09, 2023 4:43 pm
שוין געפלויגן מערערע מאל פון JFK סיי אליינס און סיי מיט גרופעס קיינמאל באמערקט אנטיסעמעטיזם פארשטייט זיך אז אמאל קען מען טרעפן א אנגעצויגענע ארבעטער וכדו'
אבער לאמיר זיך נישט פאפן עס זענען דא מענטשן וואס האבן נישט קיין שכל און פארשטיייען נישט קייו ענגליש און גרייטען זיך נישט געהעריג ציה ווען עס קומט צו די סיקיוריטי קומען מיט צענדליגע בעגס פול מיט עסן וואס זיי פראבירן זייער מזל אויסצישפילן די סיסטעם (נישט אז איך טוה עס נישט נאר איך ווייס ווי אזוי מען טוט עס והראי' מען האט מיר נאך קיינמאל געכאפט) און מען שטעלט זיך אין די ראי מען הייבט אן צו פאקן טאשן שלעפט גארטלעך קוואדערס וכדו' שיך יא אויסטוען און נישט אויסטוען
יעצט דער ארבעטער האלט שוין סוף פון זיין שיפט וואס וווילסטו פון אים ער שרייט ער איז אנגעצויגן שריי נישט צוריק וועסטו זיך זעהן אויף די אנדערע זייט
איך בין באמת דן לכף זכות מען איז געזיצען אין טרעפיק אנגעקומען שפעט און מען איז אויף שפילקעס אנצוקומען צום פליגער מאכט מען טעותים
אבער מיט אנטיסעמעטיזם גארנישט
וואס יא מען קען אמאל פילן אז זיי רעדן אנדערש צו דיר ווי צו א צווייטען אבער איך האב באמערקט אז זיי האבן זיך אויפגעפירט אביסל שטרענגער צו אזיאנער משפחה זייער אסאך מאל קענען זיי ווערן אביסל שטערנג אויף א גרופע מיינט נישט אנטיסעמעטיזעם
איך האב נאך קיינמאל נישט געפילט אז זיי זיכען דירעקט קעגן מיר ווי איך האב שוין יא אפאר מאל געשפירט באקריוודעט איז ביי די פלייט ארבעטערס סיי ביים איינטשעקן און סיי אויפן פליגער וואס דארט שפירט זייער אסך מאל אז זיי שרייען מער אויף מיר סיי מיטן שטרענגער אפוועגן די רענצלעך און אויפן פליגער קענען זיי אמאל זיין אסאך מער שטרענגער צו אידן דירעקט אבער מיין עקספיריענס זאגט אז רוב מאל געשעהט עס נאר ווען מען קומט מיט א גרופע אבער ווען מען קומט אליינס און מען פירט זיך אויף מיט נימוס און העפליכקייט וועט מען רוב מאל נישט זיך אנשטויסען מיט פראבלעמען
אין כאן אנטיסעמעטיזם ואין כאן סקנדאל און הרב געשטעטנער ביטע רעדט נאר אין אייער נאמעראין מיין נאמען וויל איך זאגען אז זאכען זענען פיין בנוגעי אנטיסעמעטיזעם אבער מעגן זיך צופאסן מיט סערוויס איך האב לעצטענס געפלויגן מיט די נייע טערמינעל אין נא ארק עירפארט און די סיקיוריטי האט גענימען אינטער 5 מניט מיט ניי גאר פארגעשריטענע סקענער וואס ארבעט שנעלער און מער געשמאק און פארגעשריטען עס איז צייט אז אלע זאלן אריבערטוישן צו די נייע טענעלאגיע
5 סטארס!

*****
אוועטאר
שלמה מולכו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4315
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יולי 18, 2019 11:18 am
לאקאציע:אין פעלד

Re: אנטיסעמיטיזם אין JFK עירפארט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה מולכו »

איך פלי עטליכע מאל א יאר, קיינמאל נישט געהאט קיין פראבלעמען אין JFK, אין ניוארק האב איך שוין יא געהאט מ׳זאל עפענען מיין טלית בייטל, בכלל זענען זיי מער נעסטי ווי אין קענעדי,

אויב אנטיסעמעטיזם אין עירפארט, איז עס דעפענעטלי אין בן גוריון עירפארט...
פון רעמסס קיין ניו יארק

פעלדמאן בחורל׳ס טרערעליך - וויינט מיט מיר.

מיין וואקאציע - קאליפארניע

מסירת נפש יש לכל אחד ואחד מישראל בכל יום ובכל שעה לקוטי מוהר"ן תנינא מו
כווייס נישט אלעס
שר האלף
תגובות: 1803
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 29, 2015 1:02 am
לאקאציע:BETWEEN

Re: אנטיסעמיטיזם אין JFK עירפארט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כווייס נישט אלעס »

יודן מען איז און גלות, פירט אייך אויף מיט רעספעקט און מלאך רע בעל כרחו יענה אמן.

און אז מען רעדט שוין ימח שמם פון די לאנדאנע רשע וואס האט מיך אויפגעהאלטן פאריאר על לא דבר בלויז וווייל איך בין א יוד, נוארק האב איך געהאט די בעסטע עקספירענס.
כווייס נישט אלעס
שר האלף
תגובות: 1803
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 29, 2015 1:02 am
לאקאציע:BETWEEN

Re: אנטיסעמיטיזם אין JFK עירפארט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כווייס נישט אלעס »

די TSA זענען א באנדע נעסטי מענטשן ווען א גוי ווערט אויפגערעגט שעלט ער, א יוד שרייט אנטיסעמיטיזים...
און שוין!
שר האלפיים
תגובות: 2983
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 17, 2021 1:20 pm
לאקאציע:אין פיצא סטאר

Re: אנטיסעמיטיזם אין JFK עירפארט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך און שוין! »

גא''מ צו די וואס פליען א שיינע פאר מאל א יאר, קיינמאל נישט געהאט קיין פראבלעם..

וואס איז זיכער איז, אז פאר די מיסיס איז געלונגען צו באקומען א גרויסע דאזע פון אויפמערקזאמקייט...
און??
און שוין!!

מיינע טראפעלעך...
. . . . .
אוועטאר
פרישוואסער
שר האלף
תגובות: 1964
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 10, 2016 12:14 pm

Re: אנטיסעמיטיזם אין JFK עירפארט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרישוואסער »

און שוין! האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 09, 2023 5:06 pm
גא''מ צו די וואס פליען א שיינע פאר מאל א יאר, קיינמאל נישט געהאט קיין פראבלעם..

וואס איז זיכער איז, אז פאר די מיסיס איז געלונגען צו באקומען א גרויסע דאזע פון אויפמערקזאמקייט...
יאפ, סעים הער, די לעדיס זענען געווענטליך מער מסוכן ...
קיינמאל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3141
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 15, 2022 8:38 pm
לאקאציע:קרית יואל

Re: אנטיסעמיטיזם אין JFK עירפארט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיינמאל »

כווייס נישט אלעס האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 09, 2023 5:00 pm
די TSA זענען א באנדע נעסטי מענטשן ווען א גוי ווערט אויפגערעגט שעלט ער, א יוד שרייט אנטיסעמיטיזים...
ווענד זיך ווי אין ווען איך בין שוין געווען אין jfk Newark LaGuardia
אפאר מאל יעדע מאל געהאט אנדערע עקספיריענס
איין מאל זענען סיי געווען זייער נייס איין מאל היביש נעסטי
לעצטע מאל האט איינער מיר גערופן אין דער זייט אין אויפגעהויבן מיין קאפל
אין געלאזט גיין אלע גויים מיט זייערע קעפס נעקסט טיים פלי איך מיט א קעפ
יא איך פריי מיר ווער ווייסט וואס דער אראבישער גוי באהאלט איז זיין טורבאן זאלן זיי זיין ווי מער פארזיכטיק
זאג קיינמאל נישט קיינמאל ווייל די קענסט קיינמאל נישט וויסען
אוועטאר
ריקוד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 381
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יולי 31, 2009 2:05 am

Re: סקאנדאל: אפענע אנטיסעמיטיזים אין JFK עירפארט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ריקוד »

הלבלר בקולמסו האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 09, 2023 3:22 pm
וואס איז די מעשיות וואס רעבעצין עליזה מאיר דערציילט?
אה, די ערשטע וואס פרעגט וואס דא גייט פאר...
זי איז א גויטע וואס איר משפחה נאמען איז 'מאיר'. זי שרייבט אז די ליפטפלעד חברה קלערן אייביג אז זי איז א איד צוליב איר כמו אידישע משפחה נאמען, דעריבער האט זי צו ליידן פון דעם יעדעס מאל זי פארט. זי פארציילט מעשיות פון אנטיסמיטישע אקטן וואס זי פיהלט אליין און אויך וואס זי זעהט אליין ווי אזוי מען באהאנדעלט אנדערע אידן אין די לופטפעלד (ווייזט אויס די עולם דא היט זיך ב"ה די אויגען ווי ס'דארף צו זיין אין די עירפארט און קוקט זיך נישט אזוי אום ווי זי).

דא אויף אייוועלט איז זי שוין געווארן א גאנצע ציוניסט אין א אגודה'סט וכדו'... חברה, זי איז א גויטע! פאר וועלכע שווארץ יאהר זאל זי אנגיין "עליה"?
לעצט פארראכטן דורך ריקוד אום דאנערשטאג מארטש 09, 2023 5:22 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
טייערע אידן, טרינקס לחיים און זייט'ס צופרידען
חאפ'טס א ריקוד און לויבט דעם בורא אז מיר זענען אידן
אחד הרבנים
שר האלף
תגובות: 1320
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 09, 2019 10:34 pm

Re: אנטיסעמיטיזם אין JFK עירפארט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחד הרבנים »

פאר מיר היבש אסאך. כאנישקיינאנונג פון וואס מען רעדט דא.
אז מ׳רעדט שוין, דער עולם מישט דא צוזאם עירפארט סעקיוריטי/TSA און קאסטאמס, קאסטאמס ווערט געטוהן דורך די CBP. גארנישט מיט TSA. באקוקען פאר מען גייט ארויף אויף א פליגער האט מיט TSA באקוקען ווען מען קומט אריין אין לאנד האט מיט CBP. פערצופאל פאסירן ביידע אין עירפארט.
אוועטאר
פרישוואסער
שר האלף
תגובות: 1964
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 10, 2016 12:14 pm

Re: סקאנדאל: אפענע אנטיסעמיטיזים אין JFK עירפארט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרישוואסער »

ריקוד האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 09, 2023 5:20 pm
הלבלר בקולמסו האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 09, 2023 3:22 pm
וואס איז די מעשיות וואס רעבעצין עליזה מאיר דערציילט?
אה, די ערשטע וואס פרעגט וואס דא גייט פאר...
זי איז א גויטע וואס איר משפחה נאמען איז 'מאיר' און זיי שרייבט אז די ליפטפלעד חברה קלערן אייביג אז זי איז א איד צוליב איר לעצטע נאמען דעריבער האט זי צו ליידן פון דעם יעדעס מאל זי פארט אין זי פארציילט מעשות פון אנטסמיטישע אקטן וואס זיי פיהלט אליין און וואס זי זעהט אליין ביי אנדערע אידן אין די לופטפעלד (ווייזט אויס די עולם דא היט זיך ב"ה די אויגען ווי ס'דארף צו זיין אין די עירפארט און קוקט זיך נישט אזוי ארום ווי זי).

דא אויף אייוועלט איז זי שוין געווארן א גאנצע ציוניסט אין א אגודה'סט וכדו'... חברה, זי איז א גויטע! פאר וועלכע שווארץ יאהר זאל זי אנגיין "עליה"?
גאר איבעריג די "סקאנדאל" פאבליסיטי פאר אונז היימישע אידן, געווענדליך ברענגט דאס נישט קיין סאך גוטס
אוועטאר
פרישוואסער
שר האלף
תגובות: 1964
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 10, 2016 12:14 pm

Re: אנטיסעמיטיזם אין JFK עירפארט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרישוואסער »

אחד הרבנים האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 09, 2023 5:22 pm
פאר מיר היבש אסאך. כאנישקיינאנונג פון וואס מען רעדט דא.
אז מ׳רעדט שוין, דער עולם מישט דא צוזאם עירפארט סעקיוריטי/TSA און קאסטאמס, קאסטאמס ווערט געטוהן דורך די CBP. גארנישט מיט TSA. באקוקען פאר מען גייט ארויף אויף א פליגער האט מיט TSA באקוקען ווען מען קומט אריין אין לאנד האט מיט CBP. פערצופאל פאסירן ביידע אין עירפארט.
דער עולם דא זעט נישט קיין גרויסע "שאקינג סקאנדאלן" ביי קיין איינע פין די דערמאנטע אגענטורן
אוועטאר
דיעל שפיל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3923
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 24, 2022 12:32 pm

Re: אנטיסעמיטיזם אין JFK עירפארט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דיעל שפיל »

אוועטאר
nodeJS
שר חמש מאות
תגובות: 986
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 21, 2021 6:04 pm

Re: סקאנדאל: אפענע אנטיסעמיטיזים אין JFK עירפארט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nodeJS »

ריקוד האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 09, 2023 5:20 pm
הלבלר בקולמסו האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 09, 2023 3:22 pm
וואס איז די מעשיות וואס רעבעצין עליזה מאיר דערציילט?
אה, די ערשטע וואס פרעגט וואס דא גייט פאר...
זי איז א גויטע וואס איר משפחה נאמען איז 'מאיר'. זי שרייבט אז די ליפטפלעד חברה קלערן אייביג אז זי איז א איד צוליב איר כמו אידישע משפחה נאמען, דעריבער האט זי צו ליידן פון דעם יעדעס מאל זי פארט. זי פארציילט מעשיות פון אנטיסמיטישע אקטן וואס זי פיהלט אליין און אויך וואס זי זעהט אליין ווי אזוי מען באהאנדעלט אנדערע אידן אין די לופטפעלד (ווייזט אויס די עולם דא היט זיך ב"ה די אויגען ווי ס'דארף צו זיין אין די עירפארט און קוקט זיך נישט אזוי אום ווי זי).

דא אויף אייוועלט איז זי שוין געווארן א גאנצע ציוניסט אין א אגודה'סט וכדו'... חברה, זי איז א גויטע! פאר וועלכע שווארץ יאהר זאל זי אנגיין "עליה"?
איך האב נישט געמיינט איר נאר די א.ג. אידישע היץ קעפ וואס כאפן זיך צו יעדע ברעקל "אנטעסימיטיזם" באריכט ווי צו געבראטנס.
א שטייגער ווי יאסי געשטעטנער און אגו"י.
זי איז עפעס א גאנצע מויל-מאכער ביי די רעפובליקאנער (א קאמפיין-קאמוניקאציע סאמטינג), סא פארשטיי איך פארוואס קרוז האט זיך צוגעכאפט (און אין א וועג געשטעטנער אויך)
די פראבלעם איז ווי געשריבן ווען א.ג. אידישע פארשטייער נעמען האקן רעכטס און לינקס בעיסד אויף זאכן וואס איינער שרייבט אויף טוויטער, און אזוי צינדט מען אן א סומאטוכע, אפטמאל פון גארנישט.
(פון וויקיפידיע: https://en.wikipedia.org/wiki/Liz_Mair )
Clever code does not necessarily create clever Software
טראוועי
שר האלף
תגובות: 1093
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 02, 2020 1:52 pm

Re: אנטיסעמיטיזם אין JFK עירפארט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראוועי »

איך וואלט ארויסגעלאזט א סקאנדאל טוויט אויף די ניו יארק טיימס אז זיי זענען די אנטיסימיטן נאכן באשמוצן די אידען פאר 12 וואכן. אפשר קען מען בעטן מיסיס מאיר זאל עס טאן...
'טרא' די אמת, 'וועי'- וועט ממילא ארויף פארן (ארויפשווימען).
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8493
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע:אין מאה שערים

Re: סקאנדאל: אפענע אנטיסעמיטיזים אין JFK עירפארט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

ריקוד האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 09, 2023 5:20 pm
הלבלר בקולמסו האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 09, 2023 3:22 pm
וואס איז די מעשיות וואס רעבעצין עליזה מאיר דערציילט?
אה, די ערשטע וואס פרעגט וואס דא גייט פאר...
זי איז א גויטע וואס איר משפחה נאמען איז 'מאיר'. זי שרייבט אז די ליפטפלעד חברה קלערן אייביג אז זי איז א איד צוליב איר כמו אידישע משפחה נאמען, דעריבער האט זי צו ליידן פון דעם יעדעס מאל זי פארט. זי פארציילט מעשיות פון אנטיסמיטישע אקטן וואס זי פיהלט אליין און אויך וואס זי זעהט אליין ווי אזוי מען באהאנדעלט אנדערע אידן אין די לופטפעלד (ווייזט אויס די עולם דא היט זיך ב"ה די אויגען ווי ס'דארף צו זיין אין די עירפארט און קוקט זיך נישט אזוי אום ווי זי).

דא אויף אייוועלט איז זי שוין געווארן א גאנצע ציוניסט אין א אגודה'סט וכדו'... חברה, זי איז א גויטע! פאר וועלכע שווארץ יאהר זאל זי אנגיין "עליה"?
מען מיינט די וואס האבן זיך ארויפגעכאפט דערויף ווי א זאפטיגס, נישט די מדוברת אליינס

---

האקט ענליך
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
Surface
שר חמש מאות
תגובות: 681
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 14, 2013 10:29 pm

Re: אנטיסעמיטיזם אין JFK עירפארט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Surface »

שאקינג!
געפלויגן אפאר וואכן צירוק פון JFK, געווען היבש לאנגע ליניעס ביי סעקיוריטי, צו מיין גרויס שאק האבן זיי ממש פאר מיר געעפענט א פרישע ליניע און מיך דורכגעלאזט צוזאמען מיט די בני בית מיט א שנעלקייט (מ׳זעה מיר ב״ה ביידע אויס שטארק אידישלעך), אן אינו יהודי אונטער מיר וועלכער האט זיך אויך געוואלט אריינרוקן אין די פריש-געעפנטע ליניע האבן זיי אפגעשטעלט און געהייסן ווארטן געדולדיג פאר די אנדערע ליניע.
זיי האבן זיך גראדע געשטעלט אויף די בעבי פארמולע וואס איז געלעגן אין א דורכזיכטיגע פלעסטיג קאנטעינער (נישט אין די ארגינעלע שאכטל), אבער גאנץ שנעל געסקענט און דורכגעלאזט, און אלעס מיט א באזונדערע העפליכקייט. עד היום פארשטיי איך נישט וואס איז געווען פשט פון עפענען די באזונדערע ליניע פאר מיר, אבער כך הי׳ מעשה.

#Please don’t speak, but if you must, please speak for yourself!
Prime Free Trial
As an Amazon Associate I earn from qualifying purchases
קיינמאל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3141
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 15, 2022 8:38 pm
לאקאציע:קרית יואל

Re: אנטיסעמיטיזם אין JFK עירפארט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיינמאל »

Surface האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 09, 2023 5:32 pm
שאקינג!
געפלויגן אפאר וואכן צירוק פון JFK, געווען היבש לאנגע ליניעס ביי סעקיוריטי, צו מיין גרויס שאק האבן זיי ממש פאר מיר געעפענט א פרישע ליניע און מיך דורכגעלאזט צוזאמען מיט די בני בית מיט א שנעלקייט (מ׳זעה מיר ב״ה ביידע אויס שטארק אידישלעך), אן אינו יהודי אונטער מיר וועלכער האט זיך אויך געוואלט אריינרוקן אין די פריש-געעפנטע ליניע האבן זיי אפגעשטעלט און געהייסן ווארטן געדולדיג פאר די אנדערע ליניע.
זיי האבן זיך גראדע געשטעלט אויף די בעבי פארמולע וואס איז געלעגן אין א דורכזיכטיגע פלעסטיג קאנטעינער (נישט אין די ארגינעלע שאכטל), אבער גאנץ שנעל געסקענט און דורכגעלאזט, און אלעס מיט א באזונדערע העפליכקייט. עד היום פארשטיי איך נישט וואס איז געווען פשט פון עפענען די באזונדערע ליניע פאר מיר, אבער כך הי׳ מעשה.

#Please don’t speak, but if you must, please speak for yourself!
לכאורה ווייל די ביסט געקומען מיט א בעבי
זאג קיינמאל נישט קיינמאל ווייל די קענסט קיינמאל נישט וויסען
אוועטאר
פרומע לבוש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3249
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 05, 2022 12:55 pm
לאקאציע:אין מיין רעזשוואלקע

Re: אנטיסעמיטיזם אין JFK עירפארט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרומע לבוש »

Surface האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 09, 2023 5:32 pm
שאקינג!
געפלויגן אפאר וואכן צירוק פון JFK, געווען היבש לאנגע ליניעס ביי סעקיוריטי, צו מיין גרויס שאק האבן זיי ממש פאר מיר געעפענט א פרישע ליניע און מיך דורכגעלאזט צוזאמען מיט די בני בית מיט א שנעלקייט (מ׳זעה מיר ב״ה ביידע אויס שטארק אידישלעך), אן אינו יהודי אונטער מיר וועלכער האט זיך אויך געוואלט אריינרוקן אין די פריש-געעפנטע ליניע האבן זיי אפגעשטעלט און געהייסן ווארטן געדולדיג פאר די אנדערע ליניע.
זיי האבן זיך גראדע געשטעלט אויף די בעבי פארמולע וואס איז געלעגן אין א דורכזיכטיגע פלעסטיג קאנטעינער (נישט אין די ארגינעלע שאכטל), אבער גאנץ שנעל געסקענט און דורכגעלאזט, און אלעס מיט א באזונדערע העפליכקייט. עד היום פארשטיי איך נישט וואס איז געווען פשט פון עפענען די באזונדערע ליניע פאר מיר, אבער כך הי׳ מעשה.

#Please don’t speak, but if you must, please speak for yourself!
קענסט זאגן אז זיי זענן נישט אנטעסמיטען.. אבער פליז... קיין צדיקים זענן זיי נישט...
אוועטאר
nodeJS
שר חמש מאות
תגובות: 986
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 21, 2021 6:04 pm

Re: אנטיסעמיטיזם אין JFK עירפארט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nodeJS »

ווי קומט אריין צדיקים? איינער האט געעפנט א קאנטעסט אויף די צדקות שטאפל פון ארומיגע גוי'אישע אגענטורן?











פליז... מאך מיר נישט קיין סקאנדאלן...
Clever code does not necessarily create clever Software
אוועטאר
אפגעגאלט
שר האלפיים
תגובות: 2805
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 05, 2020 9:25 pm

Re: אנטיסעמיטיזם אין JFK עירפארט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפגעגאלט »

קיינמאל האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 09, 2023 5:48 pm
Surface האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 09, 2023 5:32 pm
שאקינג!
געפלויגן אפאר וואכן צירוק פון JFK, געווען היבש לאנגע ליניעס ביי סעקיוריטי, צו מיין גרויס שאק האבן זיי ממש פאר מיר געעפענט א פרישע ליניע און מיך דורכגעלאזט צוזאמען מיט די בני בית מיט א שנעלקייט (מ׳זעה מיר ב״ה ביידע אויס שטארק אידישלעך), אן אינו יהודי אונטער מיר וועלכער האט זיך אויך געוואלט אריינרוקן אין די פריש-געעפנטע ליניע האבן זיי אפגעשטעלט און געהייסן ווארטן געדולדיג פאר די אנדערע ליניע.
זיי האבן זיך גראדע געשטעלט אויף די בעבי פארמולע וואס איז געלעגן אין א דורכזיכטיגע פלעסטיג קאנטעינער (נישט אין די ארגינעלע שאכטל), אבער גאנץ שנעל געסקענט און דורכגעלאזט, און אלעס מיט א באזונדערע העפליכקייט. עד היום פארשטיי איך נישט וואס איז געווען פשט פון עפענען די באזונדערע ליניע פאר מיר, אבער כך הי׳ מעשה.

#Please don’t speak, but if you must, please speak for yourself!
לכאורה ווייל די ביסט געקומען מיט א בעבי
און דער בעיבי זעט דאך נישט אויס אידידש
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8493
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע:אין מאה שערים

Re: אנטיסעמיטיזם אין JFK עירפארט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

אפגעגאלט האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 09, 2023 5:52 pm
קיינמאל האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 09, 2023 5:48 pm
Surface האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 09, 2023 5:32 pm
שאקינג!
געפלויגן אפאר וואכן צירוק פון JFK, געווען היבש לאנגע ליניעס ביי סעקיוריטי, צו מיין גרויס שאק האבן זיי ממש פאר מיר געעפענט א פרישע ליניע און מיך דורכגעלאזט צוזאמען מיט די בני בית מיט א שנעלקייט (מ׳זעה מיר ב״ה ביידע אויס שטארק אידישלעך), אן אינו יהודי אונטער מיר וועלכער האט זיך אויך געוואלט אריינרוקן אין די פריש-געעפנטע ליניע האבן זיי אפגעשטעלט און געהייסן ווארטן געדולדיג פאר די אנדערע ליניע.
זיי האבן זיך גראדע געשטעלט אויף די בעבי פארמולע וואס איז געלעגן אין א דורכזיכטיגע פלעסטיג קאנטעינער (נישט אין די ארגינעלע שאכטל), אבער גאנץ שנעל געסקענט און דורכגעלאזט, און אלעס מיט א באזונדערע העפליכקייט. עד היום פארשטיי איך נישט וואס איז געווען פשט פון עפענען די באזונדערע ליניע פאר מיר, אבער כך הי׳ מעשה.

#Please don’t speak, but if you must, please speak for yourself!
לכאורה ווייל די ביסט געקומען מיט א בעבי
און דער בעיבי זעט דאך נישט אויס אידידש
ניין, ס'איז ריכטיג אז מיט א בעיבי לאזט מען געווענליך גיין שנעלער, אזוי ווי מיט א ווילטשעיר בערך.
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרים אלף
תגובות: 22771
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע:50°18′N 21°4′E

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטיטשינער »

שוין אסאך מטל געהאט גאר נעסטי עקספיריענסעס מיט די TSA. סיי אין JFK און סיי אין נויארק. צו עס האט מיט אנטיסעמיטיזים אדער סתם שלעכטיקייט ווייס איך נישט.
שפאנט'ס מיט ווארטונג

די רעוואלוציע איז אין פילן שוואנג

טראגטס עס ארויס פון דא!
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”