אקטיווע אשכולות: 'די לעצטע תגובה געשריבן דורך' אדער 'אשכול געעפנט דורך'?
דאס איז אויב ביי די אקטיווע אשכולות (וואס איז די פארנומענסטע שאסיי אריינצוקומען צו אייוועלט כידוע) צו זאל די סוב-טייטל דערציילן ווער און ווען די אשכול איז געעפענט געווארן (אזויווי ביז לעצטנס) אבער זאל מען קענען זען ווער און ווען עס האט די לעצטע קאמענטירט אין די אשכול (אזויווי די נייע ווערסיע).
די מעלות פון די ערשטע אפציע איז אז ווען מ'באגעגנט א אשכול קען מען גלייך באקומען א בעסיק פיקטשער אויף דעי אשכול, צו דאס איז א הייסע פרישע נייעס צו גאר א אלטע אשכול פון יארן צוריק וואס איינער האט באשלאסן צו ברענגען אפדעיט אדער גאר ארויפברענגען צום יארטאג, (וואס די פראבלעם פון אפרוחים וואס ברענגען ארויף אלטע אשכולות פאר פאן וועט פארשטייט זיך נאר ווערן ערגער בכמות ובאיכות אויב מ'קען נישט תיכף זען די DOB פונעם אשכול..) נעם א משל די אשכול 'מאלאזיע פליגער פעלט, ברוכווארג געטראפן' א אשכול וואס איז געווען אקטיוו צען יארן צוריק און קומט ארויף איין מאל א יאר ווען א אויספארשער גיט זיך א שלעכטע דריי... אז מ'זעט גלייך די עלטער פונעם אשכול וועט עס נישט פארכאפן די אטעם פונעם יונגען דור.
אזוי אויך קען מען זען דורך וועם די אשכול איז געעפענט געווארן וואס גיט אויך א בליק אויף די וויכטיגקייט פון די נייעס וכדו'.
דאס זעלבע מיט אַרטיקלען, אויב זע איך א ארטיקל וואס איז פינעף מינוט אלט וועל איך אריינלויפן כאפן א בליק אויף די פרישע ווארע משא''כ מיט א ארטיקל פון דריי חדשים צוריק וואס איינער האט יעצט באשלאסן צו גיבן א הענטל.
פון די אנדערע זייט די מעלה פון זען ווער עס האט געשריבן די לעצטע תגובה וועל איך לאזן א צווייטן מסביר זיין. (איך זע נישט די בענעפיט).
רעדענדיג מיטן סייט אדמין @וויכטיג מאכער האט ער צוגעשטימט אז א פובליק פאול צו הערן די דעת הציבור איבער די נושא וועט גענומען ווערן אין באטראכט. איז לאזט אייך הערן פאר די עתיד פון אונזערע דורות.