Re: משפטי טראמפ קאמענטארן און דיסקוסיעס
זיכער אז די פראגע צו דא איז געווען א קאמפיין פינאנץ פארלעצונג איז טייל פון דער קעיס דא. דאס אז דער ריכטער האט אנגענומען די קעיס קען נישט לעגאל באשטימען אז מען האנדלט דא מיט א פעדעראלע פארלעצונג פון קאמפיין פינאנץ, ספעציעל ווען דער ריכטער איז ניטאמאל א פעדעראלער ריכטער און פעדעראלע פראקורארן האבן שוין אין פארגאנגענהייט באשטימט אז עס איז נישט דא אויף וואס צו קלאגן. אלזא צו ברענגען אן עקספערט וואס זאל אויסקלארן די געזעצן פון קאמפיין פינאנץ, אויף וואס די גאנצע קעיס איז באזירט, איז נישט עפעס וואס וואלט געמעגט צוריקגעהאלטן ווערן אדער באגרעניצט ווערן, און אויב יא איז דער ריכטער בייעסד אויף אן ערנסטן פארנעם.הבוחר בטוב האט געשריבן: ↑ מאנטאג מאי 20, 2024 2:46 pmדאס איז נישט וויאזוי א פראצעס ארבעט אין אמעריקע.ריעל ניוז האט געשריבן: ↑ מאנטאג מאי 20, 2024 1:55 pmדאס איז דאך אבער די הויפט נקודה איבער וואס די גאנצע קעיס דרייט זיך ארום?! מיינונג פארשידנהייטן פון עקספערטן איז דען נישט דא יעצט אויך? די צוויי זייטן קענען באשליסן וועלכע געזעץ עקספערטן זיי ווילן ארויפברענגען און מען לאזט אלע אנדערע עקספערטן זיך אויסבלאזן אויף מידיא שאוס, אזוי ווי מען טוט אין סאמע יעדן איינציגסטן קעיס?הכל הבל האט געשריבן: ↑ מאנטאג מאי 20, 2024 1:47 pmגעשריבן פריער אין טאג אז דער ריכטער זאגט אז עס וועט עפענען א קאנע פון מיינונגען פון עקספערטן און צומישן די דזשורי
ס'איז דא צוויי נקודות דא קודם די פאקטען וואס האט טראמפ געוויסט און ווען האט ער עס געוויסט, דאס איז פארא דזורי צו אפמאכען וואס און וועם צו גלייבען.
נאכדעם איינמאל ס'איז עסטעבלישט די פאקטען, אויף וואספארא געזעץ האט ער עובר געווען. דאס איז נישט די דזאב פון די דזורי זיי זענען נישט קיין לויערס, דעס מאכטמדי דזאדזש אפ און ער געט קלארע אינסטראקשינס פאר די דזורי וויאזוי אנצוקוקען די געזעץ.
די פראסעקיוטערס טענה'ן אז די לא תחרץ געלט איז א נישט באריכטעטע קאמפיין אויסגאבע, טראפס טיעם טענה'ט אז דעס האט גארנישט מיט די קאמפיין נאר ס'איז צו פארשוינען זיין כבוד און שלום בית, די דזאסטיס דעפארטמענט האט אויך אזוי אנגענומען און טאקע נישט געקלאגט טראמפ אויף קאמפיין פינאנץ פארלעצונגען.
ברעג האלט אז ס'איז יא א קאמפיין פינאנץ פארלעצונג, אבער דעס זענען פעדעראלע פארברעכען אויף וואס ער קען נישט קלאגען, ער קלאגט אויפן פעלשען ביזנעס רעקארדס צו באהאלטען די פעימענט, אבער דאס איז נאר א מיסדאמינער, אויב אבער פעלשט מען רעקארדס צו באהאלטען א קריים דאס איז שוין א פעלוני. מאכט ער אזא פשעטעל דאס איז א פעדערעל קאמפיין פארלעצונג און טראמפ האט געוויסט פון די פעימענט און געווען א חלק פונעם פלאן צו פעלשען די רעקארדס עס צו באהאלטען. און אויף דעם דארף ער ברענגען באווייזען.
אויף די שאלה צו ס'איז בכלל א קאמפיין פארלעצונג האט שוין די דזאדז מסכים געווען צו די פראסעקיושען ווייל אז נישט וואלט ער ארויסגעווארפען די קלאגעס(און זאל טראמפ געפונען ווערן שולדיג וועט די שאלה זיין א חלק פון די אפיעל)
איך פארשטיי נישט פארקערט וואס איז די טענה פון די טראמפ טיעם צו ברענגען א קאמפיין פינאנץ עקספערט.