Re: עסן פאר די פייגלעך-חיות, גאנץ יאר און פסח
חמשת מיני דגן איז א פראבלעם סיי וויאזוי, אבער קטניות נישט. מ'דארף אבער זיכער מאכן אז ס'איז נישט קיין מין דגן, למשל: איינקארן, קאמוט, וואס זענען מיני ווייץ אא"וו. און אויך אז ס'איז נישט אריינגעמישט קיין ווייץ. אויב איז עס טאקע קטניות, איז אויך נישט קיין פראבלעם זיך צו מטפל זיין דערמיט.