טיטול געזוכט פאר @צל עובר
אבער דער בחור איז אייביג דא מיט זאפטיגע און געשמאקע תגובות
איך מיין היגיע הזמן @צל פארדינט אן אפציעלע נאמען .
קומטס אריין מיט איידיע׳ס
אחראי: אחראי
מלך הדעבאטירער! א דעבאטירער מיט שכל, רייסט נישט אראפ און דעבאטירט געשמאק.
קאמענטאטאר אדער דעבאטירער. אנאליסט שטימט נישט, זינט צל איז אפיציעל א פארטיזען שרייבער.
צל איז לאו דוקא א ליבעראלער ער איז מער א דעמאקראט
נישט ריכטיג. ער האט קיין פראבלעם צו קריטיקירן די דעמאקראטישע פארטיי און איז אזוי נישט געבינדן צו זיי אז ער זעהט זייערע לעכער זייער קלאר, און ער האט עס היבש גוט ארויס. ער איז א ליבעראלער קאפ און האט גאר פיינט די עולם גולם וואס איז פארגלייבט אין א פאליטיקאנט אדער א געוויסער פאליטישער פארטיי (לכאורה פלעגט ער אסאך צוהערן מייקל סעוועדזש נאך אין די גוטע צייטן...)ער איז א סטראטעגיסט פון נאטור אויס אבער דאך מיט א ליבעראלער פערספעקטיוו דעריבער זאל ער גערופן ווערן "ליבעראלער סטראטעגיסט"
גא''מ,כאלעט'ל האט געשריבן: ↑ זונטאג אפריל 02, 2023 8:57 pmנישט ריכטיג. ער האט קיין פראבלעם צו קריטיקירן די דעמאקראטישע פארטיי און איז אזוי נישט געבינדן צו זיי אז ער זעהט זייערע לעכער זייער קלאר, און ער האט עס היבש גוט ארויס. ער איז א ליבעראלער קאפ און האט גאר פיינט די עולם גולם וואס איז פארגלייבט אין א פאליטיקאנט אדער א געוויסער פאליטישער פארטיי (לכאורה פלעגט ער אסאך צוהערן מייקל סעוועדזש נאך אין די גוטע צייטן...)ער איז א אנאליסט פון נאטור אויס אבער דאך מיט א ליבעראלער פערספעקטיוו דעריבער זאל ער גערופן ווערן "ליבעראלער אנאליסט"