ארגאניזאציע 'אחים בדרך' ארויסצוהעלפן גרושים אויפן וועג צום בית שני
א צייט צוריק איז געווען אן ארגאניזאציע מיטן נאמען 'אחים בדרך' וואס האט געטון אקוראט דאס, אבער די ארגאניזאציע איז שוין היינט ליידער נישט אקטיוו.
אונזער ציל מיט דעם אשכול איז נישט מעורר צו זיין, אדער צו איבערדרייען. נאך א שמועס מיטן אינגערמאן אונטערן ניק Ny-17, איז געבליבן אז אונז גייען צוריק אויפלעבן דעם ארגאניזאציע, און צוביסלעך עס אויפבויען פאר א וועלטס חסד אימפעריע.
ווי איך האב שוין געשריבן אינעם אנדערן אשכול מיין וויזיע, עס קען נעמען א לאנגע וויילע מען זאל זיך ווירקליך זען מיט דעם סוקסעס אויף וואס מיר קוקן ארויס, אבער מיר וועלן גיין שטאַט אבער מיט א זיכערקייט.
קעפל: Re: פארוואס נאך נישט דא ארגאניזאציע ווי בוני עולם פאר גרושים עלטערע בחורים?
דער אשכול יעצט איז דער גרונדשטיין פארן אלט-נייעם ארגאניזאציע, און מיר בעטן אלע וואס קענען ארויסהעלפן מיט אפאר דאלאר זאל זיך אנרופן ווארעם.פינעווער האט געשריבן: ↑ זונטאג מארטש 05, 2023 3:13 amמיין וויזיע פאר דעם ארגאניזאציע.
סטעפ 1.
מאכן פארברענגענס/צוזאמען קומען יעדע שטיק צייט, צו בויען א קאמיוניטי אז א גרוש זאל וויסן אז ער האט קאמפאני, און אנדערע זענען אינטערעסירט אין אים.
סטעפ 2.
ארום גיין נאך געלט פאר די ארגאניזאציע וואס גיבט זיך אפ מיטן ארויסהעלפן גרושים מיט געזעלשאפטליכע באציאונגען.
סטעפ 3.
זיך צוזאמען נעמען אויף שבתים אדער סתם אזוי, און רופן רעדנערס צו מחזק זיין/אונטערהאלטן.
סטעפ 4.
סטעפ 2 מיט א שטאפל ווייטער.
סטעפ 5.
מיט א קאמיוניטי מיט טראסט קען מען זיך ארויסהעלפן מיט אינפארמאציע אויף טעראפיסטן וואס זענען גוט אין וועלכע ספעציפישע פעלד. איך וואלט רעקאמענדירט עס זאל זיין אין צוזאמען ארבעט מיט רעליעף וכדו'.
סטעפ 6.
סטעפ 4 מיט נאך א שטאפל ווייטער...
סטעפ 7.
אויב וועט ביז דא זיין סוקסעספול, וועלן שוין מענטשן הערן פון דעם ארגאניזאציע אויף איין וועג אדער א צווייטע, און מען וועט קענען לייכטער פאנדרעיזן. דאן איז צייט צו גיין צום קומענדיגן שטאפל פון פאקטיש ארויסהעלפן גרושים באצאלן פאר זייערע טעראפיסטן.
סטעפ 8.
אן אפיציעלע דינער/קאמפיין פאר די בארימטע ארגאניזאציע וואס גיבט זיך אפ מיט גרושים וכו'...
און דאן קען מען צולייגן גרעסערע הוצאות אויך. א שטייגער ווי שדכנים אויף פעיראל, ארויסהעלפן מיט טשיילד סופארט, וכו' וכדו'.
און אזוי אויך אויב זענט איר, אדער ווייסט איר פון, א גרוש וואס קען נוצן די הילף וואס מיר שטעלן פאר, וואס יעצט אריין גייענדיג אינעם ערשטן שטאפל באדייט דאס סאושעל אינטערעקשן, וואס איז גאר וויכטיג פאר פילע גרושים נישט אריין צו פאלן אין דעפרעסיע, צייגט אים צו דעם אשכול, אדער זאגט אים זיך צו ווענדן אונז.
מיר הייבן אן אויף א לאקאלע פארנעם, צוערשט אין די סיטי, און מיר האפן בקרוב זיך אויסצוברייטערן אויך איבער אפסטעיט.
רעאליסטישע צילן, ווערן געדעקט פון אינדרויסן, און צוביסליך העכערן די סערוויסעס, איז די סוקסעס אויף וואס מיר קוקן ארויס.
דערווייל איז ידידינו @Ny-17 דער וואס טוט און איז מסדר די טעכנישע ענינים, איז ווער עס קען מנדב זיין אפאר דאלער, אדער א גרוש וואס וויל ארויף גיין אויף די ליסטע פאר פארברענגענס, זאל אים קאנטאקטן אויף 908-266-2582.
ובשם ה' נעשה ונצליח!