Re: דאנערשטאג אווענט-פרשת שמיני
שכח @וועטערבאריכט פאר די כסדרדיגע אפדעיטס, אפשר קענט איהר באריכטען וויאזי עס וועט זיין די וועטער בשעת די ליקוי חמה? צו סוועט זיין א קלארע הימלוועטערבאריכט האט געשריבן: ↑ דאנערשטאג אפריל 04, 2024 5:17 pmדאנערשטאג פרשת שמיני
א גוטען אווענט,
נאך די נעכטיגע שטורמ׳דיגע וועטער איז היינט געווען א סערפרייס מיט אסאך מער זון ווי פריער גערעכענט. ס׳איז געווען שיין צו זען אביסעל לעכטיגע און טרוקענע וועטער פאר א טויש.
אפאר שויערס האבען זיך דיוועלאפט מערסטענס און נאו דזערסי סענטראל און סאוט , און ווייטער צירוק אין פינסילוועניע. די שויערס קענען נאך אדורכקומען היינט אווענט אדער איבערנאכט צוזאמען מיט די upper level low שטורם.
קיין שווערע אמאונטס זענען אבער נישט פארגעזעהן און עס איז מעגליך פאר אפאר פלעצער צו בלייבען גענצליך טרוקען.
די לופט אין די העכערע אטמאספערע איז שטארק קאלט און דאס מיינט אז אויב די שויערס קומען אהן קען עס פאלען ווי אייז אדער שניי ספעציעל אפסטעיט.
פרייטאג בלייבט מערסטענס זוניג און ווינטיג מיט נאך א רונדע פון שויערס מעגליך נאכמיטאג און פרייטאג צונאכטס. דאס מאל זענען די טשענסעס זייער קליין פאר די שטאט און אביסעל העכער אפסטעיט.
ביי שבת בייטאג וועלען מיר ענדליך זעהן טרוקענע און זוניגע וועטער און עס בלייבט זוניג אביסעל ווינטיג אבער שיין דורך זונטאג.
מאנטאג און דינסטאג זעהן אויס זוניג און ווארעמער. וואלקענעס רוקען זיך צירוק אריין ביי מיטוואך מיט א פרושע טשענס פון שויערס ביי מיטוואך נאכט און דאנערשטאג.
נאו יארק סיטי
היינט נאכט-??38
פרייטאג ->??50
צונאכטס-?38 שבת-52
מוצש״ק-42
זונטאג-52
מאנטאג-62
דינסטאג -65
מיטוואך->55
דאנערשטאג-60
מאנסי און קרית יוא-ל
היינט נאכט-??32
פרייטאג ->?46
צונאכטס-?>35
שבת-48
מוצש״ק-35
זונטאג-50
מאנטאג-60
דינסטאג -65
מיטוואך->?55
דאנערשטאג-58
לעיקוואוד-טאמס ריווער-דזעקסאן
היינט נאכט-?38
פרייטאג ->??52
צונאכטס-36
שבת-52
מוצש״ק-36
זונטאג-54
מאנטאג-62
דינסטאג -65
מיטוואך->57
דאנערשטאג-62
⛰קעטסקילס
היינט נאכט-?28
פרייטאג -??42
צונאכטס-32
שבת-45
מוצש״ק-32
זונטאג-47
מאנטאג-57
דינסטאג -64
מיטוואך->?53
דאנערשטאג-58
——————————-
?=ווייניגער ווי א 50% טשענס פון רעגן/שניי
??=שוואכע טשענסעס פאר רעגן/שניי
-פארנעפעלט (foggy )
-שווערע רעגנס מיט פלאדינג מעגליך.
א גוטען אווענט און א לעכטיגען שבת!
*אסאך צייט און ארבייט גייען אריין אין די טעגליכע באריכטען. אסאך מאל טראכט איך צו זיך וואס טוה איך און פארוואס. דעריבער האב איך א בקשה אז אויב איהר לייינט דאס אויף ״איי וועלט״ ביטע געטס מיר א לייק(עס נעמט איין סעקונדע ) און אויב איהר לייענט עס אויף וואטסאפפ אדער טעלעגראם , ביטע געטס מיר אביסעל פידבעק אויב איהר ניצט עס ביטע געטס עס קען זיין אין א פרייוועטע מעסעד׳ג. איך דארף אביסעל כח און געז ווייטער צו גיין אין שרייבען, מידי יום ביומו.
א יישר כח,און איך האפ צו קענען ווייטער גיין מיט דעם.
-וועטערבאריכט