טעגליכע וועטער באריכטן פון @וועטערבאריכט
דער אשכול וועט צוניץ קומען פאר יעדן איינעם, סיי פאר ידידינו @וועטערבאריכט, און סיי פאר כל הקהל הקודש,
הערות און באדאנקונגען זאלן ווייטער אנגיין אינעם צענטראלן וועטער אשכול,וועטערבאריכט האט געשריבן: ↑ דינסטאג מארטש 14, 2023 5:05 pmאיך וויל באמת בעטען די וואס זענען אחריות אויפן אשכול, אפשר קען מען איינפירען א עקסטרע אשכול פאר בילדער, אבסערוויעשענס, מעפס.
עס איז זייער שווער צו טרעפען די געהעריגע באריכט, אויב איינער וויל קען ער אריינשיקען א באריכט . למשל ק.נ.א וועטער פלעגט שרייבען הערליך אבער דאס יאהר האט ער נישט געשריבען. איך האב צוויי טשענעלס אויף וואטס-אפפ און איינס אויף טעלעגראם ( לינקס אין מיין חתימה). איך שיק געהעריג און מיט חשק צו איי-וועלט ווי עס איז דא אסאך לייענערס און פארוואס זאל איך נישט מהנה זיין דער עולם וואס האט ליב די טעגליכע הקדמה און פשוטע וועטער באריכט. איך האב בערך 1,200 מעמבערס אויף מיינע וואטס-אפפס און טעלעגראם אבער דא ליינט דער עולם זייער אסאך. אויב עס ווערט אריינגעמישט אין א קוגעל לוינט זיך נישט זיך צו מיטשען אין ארויפלייגען עקסטרע אויף איי-וועלט.
יישר כח פאר אייער פארשטענדערניש.
-וועטערבאריכט
viewtopic.php?t=6261