ליינען כתבי גוים
אין דעם אשכול וויל איך שרייבן אלעס אנבאלאנגט פון ליינען כתבי גוים. לאו דוקא פילאזאפישע ביכער, נאר סתם כתבי גוים. און איך שרייב וויאזוי עס ליגט מיר יעצט אין קאפ בעזרת השי"ת, אבער קודם א זייער וויכטיגע הקדמה.
ס'איז נישט קיין סוד אז ליידער בעוונינו הרבים איז דא היינט נפשיות'דיגע שוועריגקייטן, און דאס האט געשאפן א געברויך צו ליינען געוויסע פון זייערע ביכער, כדי צו באקומען א אהנונג אין די נושאים. און אויך איז דא אנדערע געברויכן פארוואס מ'וויל ליינען.
יעצט, איך וויל נאר אראפברענגען וואס די תורה, און פריערדיגע צדיקים האבן געשריבן דערוועגן. און אויך וואס איך קלער דערוועגן. אויב איינער זעט אז איך בין מיך טועה, זאל מיך ביטע אויפמערקזאם מאכן.
פארווואס איך וויל שרייבן דערוועגן איז, ווייל ס'איז דא א אסאך מאל וואס מ'מיינט אז ממש מ'טאר נישט ליינען גארנישט וואס א גוי האט געשריבן, און דאס איז נישט אייביג אזוי. עס ווענד זיך וואס, און ווען, און וואו. און ס'איז דא אסאך מאל וואס מ'כאפט נישט אין וואס מ'לאזט זיך אריין, עד היכן הדברים מגיעין.
דער ענין פון ליינען כתבי גוים, צי יא, צי נישט, קוקט מיר אויס צו אייביג האבן געווען א נושא אין יודישע הערצער. ס'איז אלץ געווען א נושא וואס מ'האט אריינגענומען אין די שכל השוקל. איך וועל שרייבן אלעס וואס ליגט מיר אין קאפ בנוגע דעם נושא פון ליינען זייערע ביכער, און איך רעד נישט דוקא פון פילאזאפישע ביכער, איך רעד פון סתם ליינען וואס זיי שרייבן.
אויב איינער פון אייך ווייסט נאך מקורות אויף דעם נושא, זאל מיר ביטע זאגן.
איך וויל דא שרייבן עפעס, אבער איך וואלט זייער געוואלט בעטן אז מ'זאל זייער אכטונג געבן זיך נישט אנהייבן צו דמיו'נען זאכן. מ'דארף וויסן וואס, און ווען, און וואו.
דער עיקר שפיץ פונעם גאנצן נושא קוקט מיר אויס צו זיין זייער א אינטערעסאנטע ענין, און דאס איז די ענין פון די מהלך הנפש. ווייל מ'זעט אז סיי דער חתם סופר וואס ער ברענגט פון דער הפלאה דאכט זיך, און סיי דער הייליגער ישמח משה, און נאך איינער, אז ס'איז דא אזא געשעעניש, אז ווען מ'ליינט זייערע ביכער, ווערט מען עפעס דבוק אין די נפש הכותב.
יעצט, דאס איז זייער א אינטערעסאנטע טעם פארוואס מ'זאל נישט טארן עפעס. אדער פארוואס מ'זאל זיך דערווייטערן פון עפעס. אבער ס'קוקט מיר נישט אויס צו זיין א מיסטערישע זאך. ווייל די טבע פון א מענטש וואס ליינט איז, אז ער גייט אריין אין די עולם המחבר. עס שטעלט זיך אים צאם אזא בילד אין וועלכע דער מחבר לעבט. ס'מוז נישט זיין אז יעדער שטעלט צאם די זעלבע בילד. עס ווענד זיך לכאורה אינעם תכונת הנפש. און עס ווענד זיך וואס מ'שטעלט זיך פאר איז די מציאות המחבר.
דהיינו: ווען חלילה חלילה מ'זעט א ווארט וואס צייגט קלאר אז דער מחבר איז געווען אזא איינער וואס האט נישט אזוי אכטונג געגעבן אויף לעבן איידל, נישט אזוי "יודישליך", איז אפילו אויב דו גייסט מער קיינמאל נישט ליינען דעם ווארט, ווייסטו שוין אבער זייער גוט דעם עולם המחבר. און אין דעם קען מען אנהייבן אריינגיין מער און מער.
אזוי ווי להבדיל ביים לערנען די הייליגע תורה הקדושה. ווי מער מ'איז משיג די הייליגקייט, און די מציאות, פון אונזער הייליגע תורה, ווי איידל ס'איז, וכו', אלץ מער קדושה האט מען.
יעצט, די ספרי אין ואתחנן: ודברת בם, עשם עיקר ואל תעשם טפילה. שלא יהיה משאך ומתנך אלא עליהם. שלא תערב בהם דברים. שלא תאמר למדתי חכמת ישראל, אלך ואלמוד חכמת אומות העולם, ת"ל ושמרתם את מצותי ללכת בהם ולא ליפטר מתוכם.
פון דעם ספרי קען מען זאגן איז נאכנישט קיין ראי' אז מ'טאר נישט ליינען וואס א גוי האט געשריבן. ווייל דער ספרי רעדט פון "אלך ואלמוד חכמת אומות העולם". דאס הייסט: אז איינער וויל זיך גיין לערנען זייערע חכמות, און נישט ווייל ער וויל עפעס וויסן פון דארט א וויכטיגע זאך.
און אויך דאס וואס די משנה זאגט אין סנהדרין: ר"ע אומר אף הקורא בספרים החיצונים אין לו חלק לעולם הבא. מיינט נאכנישט אז מ'ליינט - בלי השתקעות - א בוך פון סיי וועלכע גוי. אוודאי, אויב מ'ליינט א בוך פון א גלח אדער א כומר לעבודה זרה, און ער שרייבט דארט זאכן וואס זענען מפתה לעבודה זרה, אדער עניני דיעות ואמונה, דאס גייט אריין אין דעם כלל.
ר' חיים ויטאל אין שער הקדושה, ווען ער שרייבט וויאזוי א מענטש זאל זיך מקדש ומטהר זיין כדי צו זוכה זיין צו רוח הקודש, להעלות נפשם אל שרשה העליון, ולדבקה בו ית', כי הוא השלימות הנצחי, כענין הנביאים, שכל ימיהם נדבקו בקונם, ומאמצעות הדביקות ההיא שרתה עליהם רוח הקודש להורותם איז דרך ישכון אור להאיר עיניהם ברזי תורה וכו' ברענגט ער דארט דעם "אף הקורא בספרים החיצונים" און ער שרייבט אז דאס מיינט מען ספרי מינים. ספרים וואס רעדן פון עניני אמונה. אבער אלע איבעריגע ספרים זייערע, הקורא בהן כקורא באיגרת. און דאס איז א ירושלמי.
ר' עקיבה אומר אף הקורא בספרים החיצונים, כגון סיפרי בן סירא, וסיפרי בן לענה. אבל סיפרי המירס, וכל ספרים שנכתבו מיכן והילך, הקורא בהן כקורא באיגרת. מאי טעמא ויותר מהמה בני היזהר וגו', להגיון ניתנו ליגיעה לא ניתנו
דאס מיינט אז די איסור אויף הקורא בספרים החיצונים, גייט נישט ארויף אויף: כל ספרים שנכתבו מיכן והילך. אויב ס'איז אויף אזא אופן פון אז מ'ליינט עס אזוי אויבערפלעכליך. און די קרבן העדה זאגט דארט אלץ פירוש: ויותר מהמה בני, ויותר מהמה בני הזהר עשות ספרים הרבה אין קץ להג הרבה ויגיעת בשר, וה"ק בשאר ספרים שאינן ספרי תנ"ך ומחכמי תורה להגיון ולדבר בהם באקראי ניתנו, אבל לא ליגע בהם. דאס מיינט אז ווען מ'ליינט עס אויבערפלעכליך, איז דאס נישט דער איסור פון הקורא בספרי החיצונים
די פני משה שרייבט דארט: אף הקורא, המבלה זמנו בקריאת ספרים חיצונים שאין בהם אלא דברי רוח, כגון ספר בן סירא, ובן לענא, אין לו חלק לעוה"ב. אבל ספרי המרים, ספרים שנכתב בהן חכמת חיצונות, הקורא בהן כקורא באיגרת. שאדם קורא לצורך עניניו שאינו מעיין בהם, אף אלו מותר לקרותן דרך עראי אבל לא יוציא זמנו בהן.
זעהט מען פון דעם אז סתם אזוי צו זאגן אז מ'טאר נישט ליינען וואס א גוי האט געשריבן איז אינו.
דער הייליגער ישמח משה האט א אינטערעסאנטע שטיקל אין זיין פירוש אויף מסכת אבות אויף די משנה פון דע מה למעלה ממך ווי ער שרייבט דארט זייער שארף. די שאלה איז אבער וואסערע מין געשרייבאכץ ער מיינט, אבער ער שרייבט דארט: אלא ודאי שמזהיר שלא לעסוק בחיבורי חכמי העכו"ם, אף שנראה שהם דברי מוסר גדול, שהוא שלימות הנפש, ולעסוק בדברי תורה, אף במה שעולה על הדעת שאין בזה שלימות הנפשי כגון דיני נזיקין שזה מביא לידי זכות, שיש בו קדושה, ומקדשו. ועל ידו נעשה צדיק וישר, וזה מביא לידי חובה כי הם טמא ומחבריהם טמאים, וכל הנוגע בהם יטמא.
דאס איז וואס איך האב פריער געשריבן, אז די עולם אין וועלכע מ'טרעפט זיך ליינענדיג וואס זיי שרייבן, איז ווי ער דרוקט זיך אויס: מקום ציה ואופל חושך, מדור הקליפות, סטרא דחושך, ולא אור. און ער דרוקט זיך אויס: עומק הטומאה והקליפות לנוקבא דתהומא רבא. ווען איך זעה אט די דיבורים פונעם הייליגן ישמח משה, קומט מיר ארויף א שמייכל. ווי ער ברענגט ארויס די תמצית הדם וואס דארט טוט זיך.
יעצט, קענסט נישט זאגן אז ער רעדט פון ליינען ספרים וואס רעדן עניני פילאזאפיע, און קענסט אויך נישט זאגן אז ער רעדט פון ספרים וואס די מחברים זענען כופרים. ווייל פאר אזעלכע ספרים דארף מען נישט קיין תורה צו ערקלערן פארוואס מ'זאל עס נישט ליינען. נאר ער רעדט ווארשיינליך פון סתם ספרים וואס ערקלערן וויאזוי א מענטש קען זיך משלים זיין אין זיין נפש. שלימות הנפש.
און מ'זעט דעם זעלבן לשון אינעם חת"ס וואס ער ברענגט פון זיין רבי דער הפלאה. ואם יעסוק בספרים חיצוניים, בדברי הבל, הגם שאין בהם מינות וליצנות, אזי נאצל רוח הטומאה מהמחברים הללו עליו, ולא ידע כי נפשו יטמא, ויטמטמו את ליבו וירחקו אותו מדבקות אלוקי וזה שאמר וילכו אחר ההבל ויהבלו' שהם עצמם נעשים הבל"'
איך שרייב וועגן דעם נושא, ווייל ס'איז דא אמאל ווען מ'כאפט זיך נישט, און מ'נעמט עס פאר לייכט, און מ'כאפט זיך נישט אין וואס מ'לאזט זיך אריין.
צי מ'זאל יא ליינען עפעס א געוויסע זאך, צי נישט, איז א באזונדערע שאלה, אבער מיין נישט אז ס'פאדערט נישט שיקול הדעת, און בעסער פרעגן
די תניא שרייבט וכן העוסק בחכמות אומות בכלל דברים בטלים יחשב לענין עון ביטול תורה, כמ"ש בהלכות תלמוד תורה. ועוד זאת יתרה טומאתה של חכמת האומות על טומאת דברים בטלים שאינו מלביש ומטמא רק המדות מיסוד הרוח הקדוש שבנפשו האלהית בטומאת קליפת נוגה שבדברים בטלים הבאים מיסוד הרוח הרע שבקליפה זו בנפשו הבהמית כדלעיל ולא בחי' חב"ד שבנפשו מאחר שהם דברי שטות ובורות שגם השוטים וע"ה יכולים לדבר כן.
משא"כ בחכמת האומות הוא מלביש ומטמא בחי' חב"ד שבנפשו האלהית בטומאת קליפת נוגה שבחכמות אלו שנפלו שמה בשבירת הכלי' מבחי' אחוריים של חכמה דקדושה כידוע ליודעי חן אלא א"כ עושה אותן קרדום לחתוך בהן דהיינו כדי להתפרנס מהן בריוח לעבוד ה' או שיודע להשתמש בהן לעבודת ה' או לתורתו וזהו טעמו של הרמב"ם ורמב"ן ז"ל וסיעתן שעסקו בהן:
פון דעם תניא קוקט מיר אויס אז ער רעדט מער פון "חכמות אומות". ס'קוקט מיר נישט אויס אז ער רעדט אז מ'ליינט וויאזוי א בוים וואקסט, ווייל וואס איז די חכמה דערפון? פארוואס זאל אזא זאך האבן אריינגעפאלן אין קליפת נוגה? אזוי קלער איך. אבער מ'דארף געדענקען און האלטן קאפ אז איך בין נישט קיין פוסק בכלל. איך שרייב סתם וואס עס ליגט מיר אין קאפ
המשך יבוא אם ירצה השי"ת