א קלארשטעלונג צו די נייע פארטרעטער פון די האסידיקס: איך בין נישט גאטליב!
ס'איז דא א טרענד אין די לעצטע צוויי דריי יאר, אז גוי'שע עקספלארערס - געווענליך יוטוב פיגורן - קומען באזוכן די היימישע געגנטער וואו ס'וואוינען די "האסידיקס" - בעיקר אין ברוקלין - און פילמען ארום די גאסן, די געשעפטן, די טאג-טעגליכע לעבן א.א.וו.
אזא ווידיאו נעמט געווענליך אריין צווישן אנדערס: זיך זעצן צו א מאלצייט אין גאטליבס, קויפן עפעס אין א ספרים געשעפט אויף לי עוו. אדער 13טע עוו., טרייען צו כאפן א שמועס מיט מענטשן אין גאס און אן אינטערוויו מיט איינע פון די סעלעברעטיס פון כלל ישראל.
באמת איז מיך אפילו נישט ניחא די פשוטע טוריסטן וואס קומען כסדר און פארפלייצן די גאסן פונקט ווען איך דארף זיי די ווייניגסטע… אבער שוין. מ'קען עס נאך פארשלינגן. אפאר טעקסעסאנע גוים וואס זענען געקומען באזוכן ניו יארק און פרייען זיך צו האבן פיקטשערס פון מיר אין זייער מעמארי בוק… ס'וועט מיטגיין.
אפילו אויב קומט יא אן אורח וואס האט שוין נישט געטראפן עפעס א זאך וואס גייט זיין אינטערעסאנט פאר די אינטערנעט אויסער מיינע פיאות און מיין ווייבס שייטל און ער איז מוז עס ארויפלייגן פאר מיליאנען גוים צו זעהן, אקעי. ענדזשוי עס. איי דאונט מיינד. נאך אלעם איז עס סייווי א עקסעסיבל וועלט און א אייגנטליכע וויזיט צו אונזערע גאסן איז בלויז א פלעין טיקעט פלאס א אובער רייד אוועק פאר סיי וועלכע גוי אלוועלטליך.
אבער דעי "פארטרעטערס" פון צווישן אונז וואס רעדן אין די דאקומענטריס און מאלן אראפ די פיקטשער פון אונזער ציבור (בלשונם: קאמיוניטי) אויף די וועג וואס זיי ווילן, און אויף די וועג וואס זיי פילן אז ס'איז שיין די וועלט זאל עס זעהן, דעיס ברענגט מיך שוין די בלוט אין קאפ אריין!
זיי נעמען אויף זיך די ראלע צו זיין די אומזיסטע טור גייד פאר די דרויסנדיגע ספחת'ער און אינצווישן גיסן זיי אריין זייערע אלע שיטות און הסברים אויף אונז און אויף אונזער לייפסטייל.
איך וויל אייך פארשטיין געבן עפעס. אונזער קאמיוניטי צייכנט זיך אויס צו זיין וואס זי איז, נישט צוליב דעם וואס מיר זענען עקסטרעם רעליגיעז, נישט וועגן אונז זענען זייער "ספיריטשועל" און זיכער נישט וועגן אונז זענען געמאכט פון אנדערע מאטריאל. אונז זענען וואס אונז זענען צוליב אונזער לעבנס-שטייגער! אונזער לעבנסשטייגער איז אויסגעבויעט און אוועקגעשטעלט שוין הונדערטע יארן צו זיין די וועג וואס זי איז, און ס'קומט שוין רעדי מיט די רעליגיעזע, גייסטישע און טעכנישע פארלאנגען וואס מ'דארף צו בלייבן הייליג און ערליך. וועגן דעם איז די יסוד און פאקוס פון היימישע אידן אלס געווען איין זאך: זיך האלטן ביי די היימישע לעבנסשטייגער.
זענען פארהאן א באנדע פראסטאקעס וואס האלטן ביים טוהן אלעס וואס אידישקייט פארלאנגט, אויסער גיין מיט די היימישע לעבנסשטייגער!
זיי זענען גרייט צו דאווענען, זיי לערנען יעדן טאג, זיי זענען קאנעקטעד צו גא-ד (מיט א פתח), זיי היטן שבת און אלע אנדערע תרי"ב מצוות, זיי זענען הונדערט פראצענטיגע ערליכע אידן as defined by the books.
אבער ווען ס'קומט צו די לייפסטייל האבן זיי יא מער ליב די דרויסנדיגע. זיי ווילן זיין אקטיוו אויף סאושעל מידיע, האבן א presence אין די אלגעמיינע גאס, זיין א סעלעבריטי ביי די מאסן פאר די ענטערטעינמענט וואס זיי שטעלן צו, האבן fans וואס זאלן משוגע ווערן אז זיי האבן די זכי' זיך צו טרעפן מיט זיי ועוד ועוד עד אין סוף.
און יעצט קומט די ביטערע פאראדאקס וואס רעגט מיך אויף. דעי זעלביגע וואס זייער ווילן און שטרעבן איז צו זיין עפעס אינגאנצן אנדערש ווי אונזער לייפסטייל, הן המה זענען די וואס נעמען דעם מייק צו דעסקרייבן אונזער לייפסטייל!
איז עס נישט זויער?
וויל איך אלזא קלאר מאכן. מיין לייפסטייל באשטייט "נישט" פון ליבשאפט צו גאטליבס' האנגעריען פוד און אפילו נישט פון קאנעקשן צו גא-ד (פתח רימיינדער) ביי מיין סעטורדעי מיעל. מיין לייפסטייל באשטייט פון אוועקשטיין פון ארוממינגלען מיט די דרויסנדיגע וועלט, אינקלודינג די אורחים (תרתי משמע) וואס קומען אין אונזערע גאסן צו ברענגען ענטערטעינמענט פאר זייערע פאלאוערס.
א דאנק פארן פארשטיין.