א פארברענג אויפן וועלטל, לאמיר זיך אויסשמועסן
א גוט יאר טייערע חברים אויף אידישע וועלט (באקאנט אלס אייוועלט)
לאור דעם אשכול פון @ציגאנער וואו די עולם קען שטימען אויף פארשידענע אפציעס צו פארבעסערן די דעת הקהל פארום, האב איך געקלערט אראפשרייבן מיינע מחשבות און אויסשמועסן עטליכע נקודות וואס איז נוגע צו די אנקעטעס נישט בלויז אין איין פארום, נאר מער אין דזשענעראל פאר די גאנצע סייט. און איך וויל טאקע הערן וואס איז דער דעת הקהל איבער דעם. (ביטע ליינען מיט רואיגקייט און ישוב הדעת)
צום אלעם ערשט ערשט לאמיר ציטירן אביסל פון יענעם אשכול:
אנקעטעס:
די אפציע פון צולייגן א אנקעטע צו א אשכול און אנפרעגן דעם דעת הקהל איז נישט קיין נייער, עס איז אלעמאל געווען, אבער דער באנוץ דערפון האט זיך דראסטיש געטוישט די לעצטע שטיק צייט.
אמאל פלעגט די אנקעטע ווערן באנוצט אויף עכטע זאכן, דהיינו, סיי בנוגע די עבר, צו באקומען א בליק אויפ'ן אלגעמיינעם עולם ווי אזוי מען פירט זיך איבער א געוויסער ענין, אדער אויפ'ן הווה צו הערן די דעת הקהל אויף אקטועלע למעשה'דיגע זאכן, און צומאל אויך אויפן עתיד אין א פאל וואס איז נוגע, למשל בעפאר די וואלן. און אזוי אויך אדער ווען איינער האט געעפנט א שיינע אשכול מיט א פארשלאג און געוואלט הערן די ציבור'ס מיינונג, איז די אנקעטע געווען פאסיג.
היינט אבער איז א אייוועלט אנקעטע נישט ווערד מער ווי אפגעניצטע באנאנע שאלעכטס און איז געווארן א וועלט וואו די אנקעטע נעמער נוצן עס אויס אויף צו עפענען אשכולות אן קיין שום תוכן אדער אפילו טוחן, נאר אויף צו עפענען נאך א אשכול ווי @ציגאנער האט שוין ארויסגעברענגט, און דאס ברענגט גאר שטארק אראפ די ניווא פון א אשכול אויף אייוועלט. און דער סיבה דערצו איז פשוט, אן אשכול אין א נארמאלע פארום דארף פארקויפן עפעס ווערדפול אדער אינטרעסירן די ציבור ליינער פאר עפעס וואס איז נוגע, אבער ווען א אשכול איז קיינעם נישט נוגע און ווערט נאר געעפענט פאר די הנאה פונעם פוה"א, דאן ווערט די ארט ווייניגער אינטערעסאנט און פארשטייט זיך אז ווען אזאלכע אשכולות פארמערן זיך פאלט די ווערד פון יעדע [בעיקור נייע] אשכול אין די באטראפענדע פארום, ופשוט הוא.
און באמת, אין כל חדש תחת השמש זאגט שלמה המלך, און טאקע דא איז די זעלבע דא ווען שוין כמעט גלייך ביים עפענונג פונעם סייט האט די הנהלה געזעהן פאר וויכטיג צו עפענען א ספעציעלע ווינקל פאר אזעלכע אשכולות, און א נאמען געגעבן דעם פארום "היימישע פארברענגען" און דארט באזונדער געעפנט דעם סובפארום "אנקעטעס", ווי די עולם איז פריי צו שמועסן איבער אלעס און אלעמען וואס איז נישט נוגע למעשה אדער במחשבה, בלויז ע"ש זיך אויסצוליפטערן. אבער למעשה האט זיך עס גערקייקלט אז פשתה המספחת בכולו, און אשכולות ווערן געעפנט טאג טעגליך מיט סתם לופטיגע צוועקלאזע קשיות וואס ברענגט נישט פאר קיינעם גארנישט, און לייגט נישט גארנישט צו.
און דא דארף מען טאקע ארויסברענגען די הכרת הטוב צו די אייוועלט הנהלה בעיקור @לכאורה @קאפעלע און @קלאצקאפ, וואס חוץ דאס שטיין על המשמר אויף די רוחניות פונעם סייט ארבעטן זיי אריין אומערמידלעך פאר די הצלחה און סדר פון די סייט, און דאס איז די סיבה פארוואס אזעלכע אשכולות וועט כמעט נישט ווערן געזעהן דורך רוב ניקס, וויבאלד די ערגערע דערפון ווערט תיכף פארמעקט אדער אריבערגעפירט און אנדערע פארומס וואו זיי באלאנגען באמת… און די וואס די עולם זעט איז בלויז ווי די איבעגעלאזטע פינטל אינעם פאראכטענע תגובה, אבער אפילו דאס וואס בלייבט יא איבער עס נאך אלץ צופיל און שטייט אין וועג.
און יעצט לאמיר א בליק טון אין די אנקעטע בפני עצמו, און צו איז דא פעלער ווען עס קומט יא צוניץ.
אן אנקעטעס וואס איז בכלל נישט נוגע קומט דאך אין פארברענגען ווי אויסגעשמועסט. אבער אפילו אן אשכול וואס איז שוין יא אויף א למעשה'דיגע טעמע, איז עס איז עס דען בכלל ווערד די טינט אויפ'ן פאפיר?
לאמיר אריינקוקן אין די טעכנישע חלק פון די רעזולטאטן און זעהן פארוואס טאקע אן אנקעטע אשכול איז נישט ווערד צו באשיינען א נארמאלע פארום בדרך כלל. און וועט נישט ברענגען קיין שום תועלת און נוצן.
דעריבער ווען איינער וויל וויסן באמת א זאך, למשל: "האט איר לייף אינשורענס?", דא גייט אן אלע פריערגעשריבענע טעמים, און מען קען גארנישט אראפלערנען למעשה דערפון (חוץ דעם וואס א שיינע טייל שטימען זענען פון אזאלכע שלא טעם טעם לייף אינשורענס אגענט ווייל זיי זענען נאך פאר כולל סטעידש..).
די איינציגסטע פאל ווי עס קען צוניצקומען איז לאמיר זאגן אויב די אשכול איז אן אויפוואכונג איבער די לייף אינשורענס נושא, לייגט מען א אנקעטע כדי אריינצושלעפן די עולם, פארשטייט זיך אז די רעזולטאטן איז ווייטער גארנישט ווערד כמובן, אבער עס האט שוין א פוינט.
און די זעלבע אין געוויסע פעלער ווען עס איז נושא וואס מען וויל טאקע באקומען א בליק אויף א געוויסע זאך, און עס איז נישטא דערביי קיין אגענדעס וואס זאל טרייבן צו פארדרייען די רעזולטאטן, און מען דארף נישט זיין קיין גרויסער מבין ארויסצוהאבן די נושא. דעמאלטס קען מען אפשר האבן נוצן דערפון. אבער מיט דעם אלעם איז עס יצא שכרו בהפסידו, מיט די שאדן וואס לאזן די אנקעטע אפציע ברענגט אן.
אלזא, דערפאר איז מיין פארשלאג אדורצוכגיין פארום ביי פארום, און זען אויף יעדן פארום באזונדער אויב עס איז ווערד איבערצולאזן דארט די אנקעטע אפציע.
למשל: אין היכל הנגינה און אויסגאבעס איז עס דערווייל נישט קיין פראבלעם, ווייל עס איז נישטא דארט צופיל זינלאזע אנקעטעס. אין נייעס וכדו' איז זיכער אז עס מאכט סתם חרבנות. און קאכלעפעל איז שוין א ערנסטע שאלה היות כהיום עס איז א חצי פארברענגען. און אזוי קען מען דעבאטירן יעדן פארום באזונדער אויב עס לוינט זיך אדער נישט.
פארשטייט זיך אז אויך אין די פארומס וואס איז נישטא די אפציע וועט מען נאך אלץ קענען בעטן א אחראי צוצולייגן די אנקעטע, אדער עפענען דעם אשכול ערגעץ אנדערש און בעטן דעם אחראי עס צוצולייגן, אויב עס וועט זיין לתועלת.
מיר שטעלן אצינד ארויס דעם פארשלאג פארן עולם, אבער ווי פארשטענדליך לייגן מיר נישט קיין אנקעטע נישט שווער צו מאכן פאר די חברים צו דארפן אריינברענגען די איבריגע ניקלעך פון פורים... און אלע אנדערע טעמים הנ"ל.
דעריבער אויב זענט מסכים צו די פונקטן ארויסגעברענגט, און איר האט נישט וואס צוצוגעבן, קענט איז זיך באגענוגן מיטן אפגעבן א דאנק פאר דעם תגובה. און אויב האט איר וואס מוסיף צו זיין, אדער איז זענט מחולק דערויף, ביטע האלט אייך נישט אפ פון אריינקומען בכתב ארויסצוברענגען אייער מיינונג און בליק אויף די נושא פארוואס א אנקעטע איז א געוואונטשענע זאך, און אדרבא זאל דער עולם אויפברענגען אנדערע מעגליכע פלענער וויאזוי מען קען פארבעסערן די ענוויראמענט און לופט קוואליטעט אויפ'ן וועלטל, אדער גאר אריינקומען און זאגן אז אלעס איז פיין..

ע"כ פון יענעם אשכול. ווי איר זעט רעדט ער בעיקר פון עפענען א פשוטע אשכול אין דעת הקהל, מיר ווילן אבער מער זיך צוברייטערן איבער די אנדערע נושא, די נושא פון אנקעטעס, און מיר ווילן ארויסברענגען אפאר פונקטן איבער דעם."לעומת זה, נאכ'ן ערעפענונג פונעם "דעת הקהל" פארום האט זיך גענצליך געטוישט דעם צוגאנג, אשכולות ווערן געעפנט ווי שוואמען נאכ'ן רעגן בלויז פאר'ן ציל פון די נאכפאלגענדע דעבאטע, מיט א לשם יחוד זיך צו טענה'ן אויף א נושא... און טייל וועלן האלטן אז דאס איז א געפערליכע פראבלעם, אבער אנדערע וועלן זאגן אז דאס איז דאך פארוואס דער נייער פארום איז געמאכט געווארן, צו געבן א פלאץ זיך אויסבלאזן און אויסשמועסן די צדדים פון אלע אקטועלע נושאים על הפרק.
אנדערע וועלן טאקע האבן א פראבלעם ווען דאס ווערט די סטאנדארט אשכול, עס ווערט געעפנט אשכולות אן קיין שום פנים און אפט מאל איז פארהאן עטליכע אשכולות אין א רייע אויף די זעלבע נושא, פשוט יעדער וויל "כאפן" דעם געלעגהייט צו פארמאגן אן אשכול מיט א שיינע צאל בלעטער אויף זיין נאמען, און דערפאר עפנט מען אן אשכול ווי מען רייסט אויף א פעקל ברויט אין ישיבה... אן צולייגן א טראפ מח אויב איז שוין דא אן ענליכער אשכול ווי מען קען דיסקוסירן די זעלבע נושא, און עס ווערט א צומישעניש צווישן די אשכולות, און עס פעלט די נארמאלע רעספעקט אז עס זאל זיין געשמאק פאר די דעבאטירער און קאמענטירער, און דאס אלעס ברענגט אראפ די ניווא פון א אשכול בפרט און פון אידישע וועלט בכלל."
*****
אנקעטעס:
די אפציע פון צולייגן א אנקעטע צו א אשכול און אנפרעגן דעם דעת הקהל איז נישט קיין נייער, עס איז אלעמאל געווען, אבער דער באנוץ דערפון האט זיך דראסטיש געטוישט די לעצטע שטיק צייט.
אמאל פלעגט די אנקעטע ווערן באנוצט אויף עכטע זאכן, דהיינו, סיי בנוגע די עבר, צו באקומען א בליק אויפ'ן אלגעמיינעם עולם ווי אזוי מען פירט זיך איבער א געוויסער ענין, אדער אויפ'ן הווה צו הערן די דעת הקהל אויף אקטועלע למעשה'דיגע זאכן, און צומאל אויך אויפן עתיד אין א פאל וואס איז נוגע, למשל בעפאר די וואלן. און אזוי אויך אדער ווען איינער האט געעפנט א שיינע אשכול מיט א פארשלאג און געוואלט הערן די ציבור'ס מיינונג, איז די אנקעטע געווען פאסיג.
היינט אבער איז א אייוועלט אנקעטע נישט ווערד מער ווי אפגעניצטע באנאנע שאלעכטס און איז געווארן א וועלט וואו די אנקעטע נעמער נוצן עס אויס אויף צו עפענען אשכולות אן קיין שום תוכן אדער אפילו טוחן, נאר אויף צו עפענען נאך א אשכול ווי @ציגאנער האט שוין ארויסגעברענגט, און דאס ברענגט גאר שטארק אראפ די ניווא פון א אשכול אויף אייוועלט. און דער סיבה דערצו איז פשוט, אן אשכול אין א נארמאלע פארום דארף פארקויפן עפעס ווערדפול אדער אינטרעסירן די ציבור ליינער פאר עפעס וואס איז נוגע, אבער ווען א אשכול איז קיינעם נישט נוגע און ווערט נאר געעפענט פאר די הנאה פונעם פוה"א, דאן ווערט די ארט ווייניגער אינטערעסאנט און פארשטייט זיך אז ווען אזאלכע אשכולות פארמערן זיך פאלט די ווערד פון יעדע [בעיקור נייע] אשכול אין די באטראפענדע פארום, ופשוט הוא.
און באמת, אין כל חדש תחת השמש זאגט שלמה המלך, און טאקע דא איז די זעלבע דא ווען שוין כמעט גלייך ביים עפענונג פונעם סייט האט די הנהלה געזעהן פאר וויכטיג צו עפענען א ספעציעלע ווינקל פאר אזעלכע אשכולות, און א נאמען געגעבן דעם פארום "היימישע פארברענגען" און דארט באזונדער געעפנט דעם סובפארום "אנקעטעס", ווי די עולם איז פריי צו שמועסן איבער אלעס און אלעמען וואס איז נישט נוגע למעשה אדער במחשבה, בלויז ע"ש זיך אויסצוליפטערן. אבער למעשה האט זיך עס גערקייקלט אז פשתה המספחת בכולו, און אשכולות ווערן געעפנט טאג טעגליך מיט סתם לופטיגע צוועקלאזע קשיות וואס ברענגט נישט פאר קיינעם גארנישט, און לייגט נישט גארנישט צו.
און דא דארף מען טאקע ארויסברענגען די הכרת הטוב צו די אייוועלט הנהלה בעיקור @לכאורה @קאפעלע און @קלאצקאפ, וואס חוץ דאס שטיין על המשמר אויף די רוחניות פונעם סייט ארבעטן זיי אריין אומערמידלעך פאר די הצלחה און סדר פון די סייט, און דאס איז די סיבה פארוואס אזעלכע אשכולות וועט כמעט נישט ווערן געזעהן דורך רוב ניקס, וויבאלד די ערגערע דערפון ווערט תיכף פארמעקט אדער אריבערגעפירט און אנדערע פארומס וואו זיי באלאנגען באמת… און די וואס די עולם זעט איז בלויז ווי די איבעגעלאזטע פינטל אינעם פאראכטענע תגובה, אבער אפילו דאס וואס בלייבט יא איבער עס נאך אלץ צופיל און שטייט אין וועג.
*****
און יעצט לאמיר א בליק טון אין די אנקעטע בפני עצמו, און צו איז דא פעלער ווען עס קומט יא צוניץ.
אן אנקעטעס וואס איז בכלל נישט נוגע קומט דאך אין פארברענגען ווי אויסגעשמועסט. אבער אפילו אן אשכול וואס איז שוין יא אויף א למעשה'דיגע טעמע, איז עס איז עס דען בכלל ווערד די טינט אויפ'ן פאפיר?
לאמיר אריינקוקן אין די טעכנישע חלק פון די רעזולטאטן און זעהן פארוואס טאקע אן אנקעטע אשכול איז נישט ווערד צו באשיינען א נארמאלע פארום בדרך כלל. און וועט נישט ברענגען קיין שום תועלת און נוצן.
- רוב אנקעטעס וועט פעלן אפציעס, (און צומאל האבן די אפציעס כמעט נישט האבן קיין שייכות מיט די נושא)
- רוב מאל וועט דער אנקעטע נעמער אריינלייגן זיין מיינונג אין די אנקעטע אויסשטעל, דירעקט צו אומדירעקט
- פילע שטימעס קומען פון ניקס וואס האבן נישט ארויס די נושא, ממילא זאגן די רעזולטאטן 'גארנישט' כמובן
- מען קען בכלל נישט וויסן ווער און וויפיל מאל א ניק שטימט.
- אסאך ניקס וואס האבן נישט קיין מיינונג וועלט אויסוועלן א רענדאם אפציע, צומאל צו קענען גלייך זעהן די רעזולטאטן און אנדערע צו פילן גוט אז זייער מיינונג מאכט אויס וכדו'...
- אסאך וועלן שטימען לויט וואס זיי ווילן און נישט וואס די שאלה אינעם קעפל